עברית
Library

Likkutei Sichos

10 Kislev

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

159יו"ד כסלו

א. די קביעות פון יו"ד כסלו — דער חג הגאולה פון כ"ק אדמו"ר האמצעיא — קומט אויס בכמה שנים אין דער וואָך פון פרשת ויצאב (ולפעמים — כבקביעות שנה זו*2 — בש"פ ויצא עצמה). וע"פ דברי השל"ה הידועיםג (אַז די „מועדים של כל השנה . . בכולן יש שייכות לאותן הפרשיות שחלות בהן") איז מובן, אַז די גאולה פון מיטעלן רבי'ן — קען מען אָפּלערנען בענינה פון דער היינטיקער סדרה, אָדער נאָך מער — זי איז מרומז אין דער סדרהד.

דער תוכן כללי פון פרשת ויצא איז — גלות וגאולה: די סדרה הויבט זיך אָן מיט דער ירידה פון יעקב אין גלותה — „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה", די יציאה פון א"י קיין חו"ל, און אין חו"ל גופא — „חרנה", אין „חרון אף של מקום"ו, און נאָכמער — צו לבן הארמי, ביז עבוד עבדתיךז; ובסיום הסדרה ווערט דערציילט וועגן דער „גאולה" פון דעם גלותח — ווי יעקב האָט זיך געראַטעוועט פון לבן הארמי און „הלך לדרכו"ט — אויפן וועג קיין א"יי.

און די שייכות מיוחדת מיט דער גאולה פון מיטעלן רבי'ן — יש לומר:

איינע פון די בקשות פון יעקב גייענדיק קיין חרן איז געווען „ושבתי בשלום אל בית אבי"יא, וואָס די הדגשה אין דעם איז אַז (נוסף לזה אַז ער זאָל זיך אומקערן גאַנצערהייטיב לבית אביו, איז אויך) דער אופן פון דעם אומקערן זיך זאָל זיין „בשלום" — באופן של שלום ומנוחהיג. און ווי ס'איז געווען בפּועל,160אַז כאָטש לבן האָט אים נאָכגעיאָגט מיט ניט קיין גוטע כוונות — און ווי ער אַליין האָט אים געזאָגט „יש לאל ידי לעשות עמכם רע"יד — איז עס אָבער אַדורך אינגאַנצן בשלום (אָן קיין מלחמה כו').

און דאָס איז די שייכות צו גאולת כ"ק אדמו"ר האמצעי — וועלכע איז געווען עד"ז, כידוע, אַז זיין גאולה איז געווען פאַרבונדן מיט(ן פסוקטו) „פדה בשלום נפשי" (ובפרט לויט ווי עס ווערט דערציילט — בסיפורי חסידיםטז, אַז די בשורת הגאולה איז געווען „כשאמר תליםיז פסוק פדה בשלום נפשי") — וואָס דער פירוש אין „פדה בשלום נפשי" איזיח, אַז (עס טוט זיך אויף ניט נאָר אַ פדי' פונעם אויב, נאָר אויך אַז) דער אופן הפדי' איז „בדרך שלום בלא מלחמה כלל" — ע"ד „ושבתי בשלום".

ב. און אע"פ אַז די גאולה פון אַלטן רבי'ן איז מודגש איר פאַרבונד מיט'ן אמירת הפסוק „פדה בשלום נפשי" — ווי דער אַלטער רבי שרייבט במכתבו הידועיט „וכשקריתי בספר תהלים בפסוק פדה בשלום נפשי . . יצאתי בשלום" —

געפינט מען אָבער אַז די שייכות פון דעם פסוק „פדה בשלום נפשי" צו יו"ד כסלו (יום גאולת אדמו"ר האמצעי) איז — בענין עיקרי — אין אַ שטאַרקערן אופן ווי צום טאָג פון י"ט כסלו (יום גאולת אדמו"ר הזקן):

ס'איז ידוע דער סיפור וביאור פון כ"ק מו"ח אדמו"רכ, אַז דאָס וואָס דער אַלטער רבי האָט בעת גאולתו געזאָגט דעם פסוק „פדה בשלום נפשי" (כאָטש דער פסוק געפינט זיך ניט אינעם שיעור תהלים פון י"ט בחודש) — איז געווען דערפאַר וואָס במשך ימי המאסר האָט דער אַלטער רבי מוסיף געווען באמירת תהלים (געזאָגט תהלים „בשופי"), דהיינו (אויך) די שיעורי תהלים ווי ער איז נחלק לימי השבוע. און וויבאַלד י"ט כסלו איז דעמאָלט געווען ביום השלישי בשבוע, האָט ער דעמאָלט געזאָגט דעם מזמור נה דתהלים (וואָס געהערט צום שיעור פון יום שלישי בשבוע).

קומט לפ"ז אויס, אַז באופן גלוי (ובאמירה) איז די שייכות פון „פדה בשלום נפשי" צו גאולת אדמו"ר הזקן (א) נאָר אין די יאָרן ווען י"ט כסלו איז חל ביום שלישי בשבוע; און (ב) אויך דעמאָלט איז עס דוקא ביי די וועלכע זאָגן תהלים „בשופי", אָבער ניט ביי כאו"א (וואָס ביי זיי איז די שייכות בלויז במחשבהכא, מצד תוכן העניןכב).

משא"כ די שייכות פון „פדה בשלום נפשי" צו יו"ד כסלו איז באופן אַז דאָס ווערט געזאָגט אינעם יום הגאולה דורך יעדן איינעם ובכל שנה ושנה, ווייל דער פסוק „פדה בשלום נפשי" איז אין דעם שיעור תהלים פון יום יו"ד בחודש161[בהתאם מיט דער תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"רכג אַז אַלע זאָלן יעדן טאָג זאָגן דעם שיעור תהלים ווי ער איז איינגעטיילט לויט די ימי החודש, און האָט דערביי מדגיש געוועןכד אַז דאָס איז אַן ענין השווה לכל נפש].

און דאָס גופא באַווייזט, אַז דער תוכן פון „פדה בשלום נפשי" איז (באיזה ענין עיקרי) אויף אַ מער גלוי'דיקן אופן בגאולת אדמו"ר האמצעי ווי בשייכות צו גאולת אדמו"ר הזקן.

ג. וועט דאָס ווערן פאַרשטאַנדיק לויטן ביאור השייכות פון „פדה בשלום נפשי" צו דער גאולה פון אַלטן רבי'ן און פון מיטעלן רבי'ן:

אין „פדה בשלום נפשי" איז דאָ, כנ"ל, אַ טאָפּלטער אויפטו: די עצם פדי' פונעם אויב, און דאָס וואָס דער אופן הפדי' איז בדרך שלום.

די צוויי אופני פדי' — פדי' בדרך מלחמה און פדי' בדרך שלום — זיינען פאַראַן אין ענין התורה. ובכללות — איז דאָס דער חילוק צווישן נגלה דתורה און פנימיות התורה:

פנימיות התורה איז „אילנא דחיי דלית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת"כה; משא"כ נגלה דתורה, וואָס אין איר איז פאַראַן ריבוי שקו"ט, קשיא ורמינהו כו' — איז בדוגמא פון פדי' בדרך מלחמה („מלחמתה של תורה"כו): כדי צו אַרויסקריגן דעם אור ההלכה והמסקנא של תורה דאַרף מען מלחמה האָבן מיט דעם העלם והסתרכז פון די קשיות ושקו"ט כו'.

ס'איז ע"ד ווי מען געפינט אין נגלה דתורה גופא דעם חילוק צווישן תלמוד בבלי און תלמוד ירושלמיכח: אויף תלמוד בבלי שטייטכט „במחשכים הושיבני", ווייל די עניני התורה קומען דאָרט אין אַן אופן, אַז ביז מ'דערגרייכט צו דער קלאָרקייט פון אַן ענין, צו דער מסקנא, דאַרף מען דורכגיין שקו"ט קושיות וכו' („במחשכים"); משא"כ אין תלמוד ירושלמי זיינען ניטאָ אַזויפיל קושיות ושקו"ט, דאָרטן זיינען די עניני התורה מלכתחילה אין אַ (מער) ליכטיקערן אופן, אַזוי אַז מען קומט שנעלער צו דער מסקנא.

אָבער אעפ"כ, וויבאַלד אַז אויך תלמוד ירושלמי איז נגלה דתורה, וואו עס רעדט זיך וועגן עניני העולם („אילנא דטוב ורע"כה), וועלכע פאַרשטעלן אויפן אמת פון תורה, דעריבער איז אויך אין תלמוד ירושלמי פאַראַן דער פאַרשטעל פון — עכ"פ קצת — קושיות כו'.

משא"כ אין פנימיות התורה, איז „לית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת" — ווייל אין פנימיות התורה רעדט זיך בגלוי162וועגן ג־טלעכקייט און ענינים רוחניים וועלכע זיינען אויך בגלויל העכער פון העלם והסתר העולם, ולכן האָבן דאָרט קושיות וכו' קיין אָרט ניט — ס'איז אַ פדי' בדרך שלום, „פדה בשלום נפשי"לא.

און דאָס איז דער קשר פון גאולת אדמו"ר הזקן ואדמו"ר האמצעי מיט אמירת הפסוק „פדה בשלום נפשי" — ווייל זייער גאולה איז געווען (ניט נאָר אַ גאולה פרטית, נאָר) אַ גאולה כללית, און פון תורה, גאולה פון תורת החסידות, פנימיות התורה, וואָס ענינה איז (כנ"ל) דער „פדה בשלום" אין תורה עצמה.

ד. עס איז ידועלב אַז כללות הגילוי פון תורת החסידות איז געווען אין אַן אופן מסודר — בהתאם ווי דער סדר התגלות פון אַ שכל חדש, אַז פריער ווערט נתגלה נקודת השכל (חכמה), די נקודה כללית וואָס איז העכער פון פרטים, און דערנאָך קומט די נקודה אַראָפּ אין בינה, אין הבנה והשגה, אַז דער דבר שכל ווערט פאַרשטאַנדיק מיט אַלע זיינע פרטים.

און ווי מען געפינט אין סדר ההתגלות פון נגלה דתורה: פריער קומט „משנה" וועלכע איז „דבר קצר וכולל ענינים רבים"לג, און ערשט שפּעטער

במשנה (ליגמור ואח"כ ליסבורלד) און אויך בפשטות — דורות (התנאים ו)המשנה ואח"כ די שפּעטערדיקע דורות ד(האמוראים וד)הגמרא, וואו די „קוצר מילי'"לג פון דער משנה ווערן נתפרש ונתבאר בהרחבה ובאריכות.

ועד"ז איז עס אין דעם סדר הגילוי פון תורת החסידות פריער דורך דעם אַלטן רבי'ן און דערנאָך דורך דעם מיטעלן רבי'ן:

דער אַלטער רבי האָט מגלה געווען די ענינים פון חסידות אין אַן אופן ווי זייערע פרטים כו' זיינען (נאָך) כלול אין אַ נקודה — דרגת החכמה פון תורת החסידות; און דער מיטעלער רבי האָט זיי אַרויסגעבראַכט בביאור רחב, מיט דער התפשטות פון אורך ורוחב דבינה. און ווי מ'זעט עס אין זיינע מאמרי חסידות, אַז אין זיי איז פאַראַן אַן אריכות מיט ריבוי ביאורים כו'.

און דורך דעם וואָס דער מיטעלער רבי האָט מגלה געווען די ענינים פון חסידות אין דער התפשטות והתרחבות פון בינה, הבנה והשגה — זיינען די ענינים פון תורת החסידות אַראָפּגעטראָגן געוואָרן אין אַן אופן אַז יעדערער זאָל זיי קענען (נאָך מער) תופס ומשיג זיין בשכלולה.

[בדוגמת דעם חילוק כללי צווישן חכמה און בינה ביי אַן אדם: אין חכמה ווערט „גענומען" די נקודה כללית של השכל, וועלכע איז העכער פון קענען נתפס ווערן אין כלי ההשגה וההבנה.163דוקא בשעת ער טראָגט אַראָפּ די נקודת השכל אין „בינה", וואָס ענינה איז צו פאַנאַנדערקלייבן דעם שכל לפרטיו, דבר דבור על אופניו, קען דער אדם תופס זיין דעם דבר מושכל און עס ווערט ביי אים פאַראיינציקט מיט די כלי השגה].

און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס (בהדגשה איז) דוקא גאולת אדמו"ר האמצעי איז פאַרבונדן מיט אמירת „פדה בשלום" ע"י כאו"א (כנ"ל) — ווייל אין דעם זאָגט זיך אַרויס דער חידוש פון גילוי תורת החסידות דורכן מיטעלן רבי'ן (לגבי דעם גילוי דורכן אַלטן רבי'ן), וואָס ער האָט מגלה געווען תורת החסידות (שענינה — „פדה בשלום" שבתורה) אין אַן אופן אַז עס קען באַנומען ווערן אין דער הבנה והשגה של כאו"א.

ה. וי"ל אַ טיפערער ענין אין דעם:

דאָס וואָס דער ענין פון „פדה בשלום נפשי" שטייט אין אַ מער גלוי'דיקן אופן בשייכות צו גאולת אדמו"ר האמצעי — איז ווייל דערמיט האָט זיך אויפגעטאָן אַ נאָך העכערע שלימות אין דעם ענין פון „פדה בשלום"לו. דער חילוק איז ניט נאָר אויף וויפל דער ענין (פדה בשלום) שטייט בהתגלות (צי בלויז בדרך נקודה כללית, אָדער אויך בהתפשטות ביז עס קומט אָן לכאו"א), נאָר ס'איז אַ חילוק אין דעם אופן (ואיכות) השלום.

און אויך דער ענין איז נרמז אין פרשת ויצא — אין דעם אויבנדערמאָנטן פסוק „ושבתי בשלום אל בית אבי":

דער אַלטער רבי איז מבאר אין תורה אורלז, אַז „ושבתי בשלום" מיינט — „ב' שלום", אַז עס זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין שלום: „שלום מלמעלה למטה" (דער שלום קומט מצד דעם „מעלה") און „שלום מלמטה למעלה" (אַז דער שלום קומט מצד דעם „מטה"). און „ושבתי בשלום אל בית אבי" מיינט, אַז יעקב האָט מתפלל געווען אַז עס זאָלן ביי אים זיין ביידע אופני שלום, דער „שלום מלמעלה למטה" און „שלום מלמטה למעלה"לח.

[און ווי ס'איז דערנאָך געווען בפועל, אַז דער „שלום" צווישן אים מיט לבן האָט זיך אָפּגעטאָן ניט נאָר בדרך „מלמעלה למטה" — „ויבא אלקים אל לבן גו' השמר לך גו'"לט (מצד דעם אויבערשטן), נאָר אויך בדרך „מלמטה למעלה" — מצד לבן'ען גופא, אַ כריתת ברית ושלום, אַז ער (מעצמו) האָט געזאָגטמ „לכה נכרתה ברית אני ואתה גו'"].

ועד"ז יש לומר בעניננו, אַז דאָס איז דער אויפטו פון גאולת אדמו"ר האמצעי (וואָס איז פאַרבונדן מיט גילוי החסידות באופן של „בינה") לגבי גאולת אדמו"ר הזקן: אינעם ענין פון „פדה בשלום"164פונעם מיטעלן רבי'ן איז פאַראַן (בגילוי) די מעלה אויך פון צווייטן אופן אין שלום, „שלום מלמטה למעלה".

ו. וי"ל דעם ביאור אין דעם:

דער וואָרט „שלום" איז תוכנו מוכיח, אַז לכתחילה איז אַ מצב פון פירוד וניגוד (בפועל אָדער בכח עכ"פ), וואָס ווערט נתבטל און נתהפך צו אַ מצב הפכי דורך ענין ה"שלום" — עס ווערט שלום ואחדות צווישן די דיעות חלוקות ומנוגדות

— אויב ס'איז לכתחילה ניטאָ קיין פירוד וניגוד אָדער דיעות חלוקות האָט קיין אָרט ניט דער ענין ה"שלום".

וואָס דאָס איז אויך איינער פון די פירושיםמא אין פסוק „פדה בשלום נפשי גו' כי ברבים היו עמדי": „ברבים" באַצייכנט דיעות מנגדות (וואָס מצד דעם איז ניטאָ שלום ואחדות, נאָר פירוד ומחלוקת, „רבים"); און דער טעם אויף דעם וואָס די פדי' איז בדרך שלום („פדה בשלום נפשי") — איז ווייל „ברבים היו עמדי": אויך די „רבים" (המנגדים) זיינען (ווערן) „עמדי" [ע"ד מאמר חז"למב עה"פ, אַז אנשי אבשלום האָבן מתפלל געווען לנצחונו של דוד].

עפ"ז יש לבאר די שייכות פון „פדה בשלום נפשי" צו חסידות חב"ד דוקא:

אין תורת החסידות הכללית, וואו דער עיקר הדגשה איז אויף אמונה, איז ניט מתאים דער ענין פון „שלום" — ווייל אין אמונה איז מלכתחילה ניטאָ קיין אָרט אויף שתי (ועאכו"כ ריבוי) דיעות, אין אמונה לייכט דער אמתמג אָן העלם כו', ביז אין אַן אופן פון אחדות פשוטה;

דער אויפטו פון חסידות חב"ד איז, אַז מ'טראָגט אַראָפּ די ענינים פון תורת החסידות אין דער וועלט פון שכל, וואָס איז, לכאורה, אַ דבר והיפוכו: ע"פ טבע איז דאָ אין שכל בני אדם ריבוי דיעות (אין דיעותיהן שוותמד), שכלמה גיט אַן אָרט אויף קוים חלוקים (ובמילא — מחלוקת); ועד"ז איז דער סדר פון דערגרייכן אַ שכל, אַז מ'גייט דורך אַ קשיא והעלם כו' ביז מען פאַרשטייט ריכטיק די מסקנאמו — און צוזאַמען דערמיט ווערן אַראָפּגעטראָגן אין שכל די ענינים פון פנימיות התורה ד"לית תמן לא קשיא כו' ולא מחלוקת" — שכל נעמט די ענינים בלי קושיותמז און בלי מחלוקת.

קומט אויס, אַז דורך תורת חסידות חב"ד איז מען ממשיך „שלום" אין דעם „רבים".

ז. אָבער דאָס גופא — צו ממשיך זיין „שלום" אין די „רבים" (און זיי זאָלן זיין „עמדי") — קען זיין אויף צוויי אופנים:

165איין אופן איז — בדרך „מלמעלה למטה", אַז מ'איז ממשיך דעם ענין האחדות אין דעם אָרט פון ריבוי והתחלקות; און אַ צווייטער אופן — „שלום מלמטה למעלה", אַז (מ'איז ניט בלויז ממשיך שלום ואחדות אין דעם אָרט פון ריבוי, נאָר) דער ענין השלום ווערט אויפגעטאָן מצד דעם ריבוי („מטה") גופא — וואָס כמובן, איז דאָס אַ פיל גרעסערער חידוש, אַז דער ריבוי גופא ווערט נתהפך לאחדות.

אַ דוגמא אויף די צוויי אופנים אין הלכה — פסק דין של סנהדרין:

אַ סנהדרין דאַרף האָבן אַן ענין פון „רבים" דוקאמח, וואָס ע"פ טבע האָט יעדער אַ באַזונדער צוגאַנג אין הבנה און דעת (אין דיעותיהן שוות), וואָס דערפאַר „אב ובנו הרב ותלמידו אין מונין להן אלא אחד"מט — ווייל וויבאַלד זיי האָבן מלכתחילה איין אופן ודרך אין שכל כו'נ הייסט עס ניט אַז זיי זיינען צוויי דיעות.

אָבער לאידך, כדי צו פסק'נען דעם דין, מוזן די אַלע פאַרשידענע דיעות קומען לידי אחדות און פסק'נען אויף איין אופן. און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורכן כלל „אחרי רבים להטות"נא ובאופן אַז די דיינים פון מיעוט החולק מוזן מבטל זיין דעתם לדעת הרוב.

אָבער אין דעם גופא זיינען דאָ צוויי אופנים (וכמבואר באחרוניםנב):

איין אופן איז, אַז כאָטש די דייני המיעוט מצד עצמם האַלטן אַנדערש, היות אָבער זיי ווייסן אַז תורה זאָגט „אחרי רבים להטות", זיינען זיי מבטל דעתם מפני דעת הרוב — וואָס אין דעם אופן, קומט די „אחדות" ניט מצד זייער דעת, נאָר מצד דעם רוב ופס"ד התורה (אחרי רבים);

אַ צווייטער אופן איז, אַז נאָך דעם ווי מ'איז עומד למנין און מ'איז מכריע כדעת הרוב, ווערט עס נתהפך אַלס פסק פון כל חברי סנהדרין, ווייל אַלע זיינען (דערנאָך) מסכים צו דעת הרוב: (וויסנדיק אַז תורה זאָגט „אחרי רבים להטות") זיי זיינען זיך מתבונן נאָך אַמאָל אין דעם ענין כו' ביז אויך זייער דעת איז מסכים ומתהפך לדעת הרוב. וואָס אין דעם אופן קומט דער „שלום" מצד די „רבים" גופא.

ח. דער ביאור הנ"ל אין די צוויי אופנים אין „שלום" — גיט אויך אַ הסברה אין דעם מנהג ישראל, אַז ווען צוויי אידן באַגעגענען זיך מיט שאילת שלום, זאָגט דער ערשטער „שלום עליכם" און דער צווייטער ענטפערט: „עליכם שלום"נג.

166וואָס לכאורה איז ניט מובן: (א) פאַרוואָס זאָגט מען (אפילו צו אַ יחיד) „(שלום) עליכם" — ניט „עליך"נד (ווי מ'געפינט אין גמראנה דער לשון „שלום עליך רבי (ומורי)")? (ב) פאַרוואָס ענטפערט דער צווייטער „עליכם שלום" — אין אַ פאַרקערטן סדרנו לגבי ווי ס'זאָגט דער פותחנז?

וי"ל דעם ביאור בזהנח: בשעת עס טרעפן זיך צוזאַמען צוויי אידן, ווערט עס אַ מציאות של רבים (מיעוט רבים שניםנט) וואָס „אין דיעותיהן שוות" — און זייער עבודה באַשטייט דאַן אין אויפטאָן אחדות אין דעם „רבים". און דערפאַר זאָגט מען „שלום עליכם" — אַז מען דאַרף ממשיך זיין שלום ואחדות („שלום" איז שמו של הקב"הס, אחדות פשוטה) אין דעם „עליכם" (רבים).

אָבער אין דער אחדות (צווישן די נפגשים) זיינען פאַראַן צוויי שלביםסא:

בשעת דער „פותח" זאָגט „שלום עליכם" ווייס מען נאָר אַז ער איז מוכן אויף שלום, און עס פאָדערט זיך אַז אויך דער צווייטער זאָל ענטפערן שלום; אויב אָבער די עניית שלום וועט זיין מיטן זעלבן נוסח ווי דער פותח („שלום עליכם") — גיט עס אַן אָרט צו טראַכטן, אַז זיין עניית שלום קומט (ניט מצד אים, נאָר) בלויז אַלס הודאה ואישור צו דעם פותח בשלום; דעריבער איז ער משנה פון דעם פותח און זאָגט „עליכם שלום" — להדגיש, אַז ער איז ניט נאָר „מסכים" צום צווייטנ'ס „שלום עליכם", נאָר ער מצד עצמו וויל שלום.

און דאָס איז אויך דער טעם החילוק אין דעם סדר הנוסח:

דער ערשטער זאָגט „שלום עליכם" (דער „שלום" פאַרן „עליכם"), ווייל ער איז דער פותח בשלום, דער שלום קומט מצד אים, וואָס ער „מאָנט" אַז עס זאָל ווערן שלום צווישן „עליכם" (דער רבים) — „שלום מלמעלה למטה";

בשעת דער צווייטער ענטפערט שלום, וואָס דערמיט טוט ער אויף אַז דער שלום קומט (ניט נאָר מצד דעם פותח, נאָר) אויך מצד דעם עונה — זאָגט ער „עליכם שלום". ווייל מיט זיין עניית שלום האָט זיך אויפגעטאָן דער חידוש, אַז דער רבים גופא מאַכט שלום (פון „עליכם" ווערט „שלום") — שלום מלמטה למעלה.

167ט. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין (בדרך אפשר) בעניננו, די צוויי אופנים פון „פדה בשלום" — ביי אדמו"ר הזקן (חכמה) און ביי אדמו"ר האמצעי (בינה):

דאָס וואָס די תכונה פון שכל איז פאַרבונדן מיט „ריבוי" (כנ"ל סעיף ו) — איז (בעיקר) מצד „בינה", ד. ה. מצד דעם ריבוי פרטים (והתחלקות) פון דעם דבר שכל [וואָרום די התחלקות גיט אַן אָרט אויף חילוקי דיעות ומחלוקת; ועד"ז מצד ריבוי פרטים ווערן נולד קשיות וסתירות אין דעם ענין];

משא"כ אין „חכמה" איז דער גילוי פון נקודת השכל וואָס איז העכער פון פרטים — ובמילא איז ניטאָ (אויף אַזויפיל) קיין אָרט אויף מחלוקת וקשיות כו'.

און דאָס איז דער חילוק אין דעם „שלום" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך חכמה אָדער דורך בינה:

בשעת עס לייכט די נקודת השכל (חכמה) — פילט מען אַז די אַלע קשיות אין דעם ענין זיינען בטל (כאָטש ער ווייס נאָך ניט ווי אַזוי זיי ווערן פאַרענטפערט). און דאָס איז דערפאַר ווייל די נקודת השכל איז דער „כלל" (און אמיתיות) פון דער סברא שכלית וואָס דורך אים ווערן פאַראיינציגט אַלע פרטי השכל. קומט אויס, אַז (אויך) דורך „חכמה" ווערט אויפגעטאָן אַ „שלום" אין די פרטי השכל („רבים") — אָבער דער „שלום" קומט (ניט מצד די פרטי השכל (ריבוי) גופא, נאָר) מצד דער נקודת השכל, „שלום מלמעלה למטה";

משא"כ אין בינה ווערט אויפגעטאָן אַז יעדער ענין פרטי שבשכל מצד עצמו איז ביי אים מוסבר, אַזוי, אַז דער „שלום" (אין דעם דבר שכל) ווערט געשאַפן מצד דעם ריבוי (פרטים) גופא — „שלום מלמטה למעלה".

ועד"ז איז בנוגע גילוי תורת החסידות — שענינה „פדה בשלום", באופן של שלום ומנוחה (ד"לית תמן לא קשיא כו'") כנ"ל:

אין דעם גילוי פון תורת החסידות שע"י אדמו"ר הזקן — אין אַן אופן פון „חכמה" — איז דער „שלום" בדרך מלמעלה למטה;

און דער „פדה בשלום" וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך גילוי החסידות של אדמו"ר האמצעי, בדרך הבנה והשגה דבינה — איז אַ „שלום מלמטה למעלה", אַז די כלי הבנה והשגה של המטה באַנעמען און זיינען תופס די ענינים פון פנימיות התורה, וואָס דורך דעם ווערט דער ריבוי פון שכל גופא נתאחד ונתהפך אין אַן ענין פון „פדה בשלום".

(משיחות יו"ד כסלו תשד"מ, תשמ"ה;

ד"ה ושבתי בשלום תשל"* ח

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0sfeasen

Copies

Recent activity

#141 Likkutei Sichos vol 25: machine reading · approved

Sources