רפ
מורנו הבעל שם טוב איז געבליבען אַ יתום פון זיין הייליגען פאָטער צו פינף יאָר מיט דער קורצער צוואה: מיין קינד – זאָגט דער אַלטער גאון וצדיק ר' אליעזר, ליגענדיק אויפן טויטען בעט אין די לעצטע מינוטען פון זיין לעבען אויף דער וועלט, צו זיין פינף יאָריקען בן יחיד – מיין קינד זאָלסט ניט מורא האָבען פאַר קיינעם און פאַר קיין זאַך אויף דער וועלט מער ניט פאַר גאָט אַליין. זאָלסט ליעב האָבען מיט דער גאַנצער טיפעניש פון האַרצען און מיט דעם פלאַם פון דער נשמה יעדען אידען אָן קיין אונטערשייד, ווער ער זאָל ניט זיין און ווי עס זאָל ניט זיין. אין דער קורצער צוואה האָט דער הייליגער פאָטער איבערגעגעבען זיין בן יחיד דעם פינף יאָריקען קינד דעם גאַנצען צידה לדרך אויף דעם גאַנצען לעבען. דעם פאָטערס קורצע צוואה, יראת השם און אהבת ישראל, איז באַ מורנו בעל שם טוב, די שני לוחות הברית, און דער עץ החיים און עץ הדעת פון זיין הייליגען לעבען. וואו ער גייט און וואו ער שטייט לייכט אים דער עמוד האור פון דעם שויתי ה' לנגדי תמיד1, און עס ברענט אין אים דער הייליגער עמוד האש פון אהבת ישראלכו.
The Lubavitch Library · chabadlibrary.org