Keser Shem Tov
שנו
אברהם אבינו דער אַלטער רבי, האָט געזאָגט: "דער זיידע, דער בעש"ט נ"ע, איז דער אברהם אבינו פון חסידות, אויף אברהם אבינו שטייט1, אַז ער איז געווען אַ נדיב בממונו, בגופו ובנפשו, אברהם אבינו האָט זיך מוסר נפש געווען מקרב צו זיין גאָר אַ פּשוט'ן מענטשן צו געטליכקייט, און אַזוי האָט געטאָן דער זיידע, דער בעש"ט נ"ע, ער איז געווען אַ נדיב בממונו, בגופו ובנפשו, ער האָט זיך מוסר נפש געווען צוליב מקרב זיין אַ פּשוט'ן אידן. "אויף אברהם אבינו – זאָגט דער זיידע צום פאָטערקעד – בשם זיין זיידן, דעם אַלטן רבי'ן – שטייטקעה עד אברהם הי' העולם מתנהג באפילה בא אברהם התחיל להאיר, ביז אברהם אבינו זיינען דאָך אויך געווען גרויסע צדיקים, אָבער עס זיינען אַלץ געווען אפילה צדיקים. אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער צדיק וואָס התחיל להאיר. ביז דעם זיידן דעם בעש"ט נ"ע איז די וועלט געווען אַ בית אפל. ביי די בני תורה איז געווען אור במושבותם, אָבער ביי די מיטעלע בעלי בתים בכלל און ביי די פּשוט'ע אידן בפרט איז די וועלט געווען אַ בית אפל, איז געקומען דער זיידע דער בעש"ט נ"ע און התחיל להאיר". "דער זיידע, דער בעש"ט נ"ע, האָט געמאַכט פענסטער אין דעם בית אפל פון דער וועלט. אַ אמן איז אַ פענסטער, אַ אמן יהא שמי' רבא איז אַ פענסטער, אַ ברוך הוא וברוך שמו איז אַ פענסטער און מיט דער שיטה אמיתית אַז דער דאַוונען און אמירת תהלים פון די פּשוט'ע אידן איז זייער חביב ביי השי"ת האָט ער באַלויכטן דעם בית אפל פון דער וועלט מיט דעם אור האותיות פון תורה, תפלה און תהלים"קעו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-vxn380yh
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.