Keser Shem Tov
רב
שמחת תורה דער אַלטער רבי האָט דערציילט אַז דעם ערשטען מאָל וואָס דער בעש"ט האָט גערעדט מיט זיינע תלמידים וועגען שמחת תורה האָט ער זיי דערציילט: שמחת תורה בכלל פאַרשלאָפען אידען, שבת ויו"ט בכלל איז דער זמן התפלה שפּעטער ווי בחול, ובפרט שמחת תורה פאַרשלאָפט מען אַביסל, צוליב די הקפות און די סעודת יו"ט. מלאכים אָבער האָבן ניט די עבודה, ממילא שטייען זיי אויף שמחת תורה אַזוי פרי ווי אַלע מאָל. זיי ווילן זאָגן שירה, אָבער אָן נשמות קאָנען זיי ניט, כמ"ש1 ברן יחד כוכבי בוקרתיד, זיינען זיי אַוועק אויפראָמען דעם גן עדן, מיט אַמאָל געפינען זיי זאַכען וואָס זיי ווייסען גאָר ניט וואָס דאָס איז: פּאַדמיאָטקעס, פּאַנטאָפעל, האָבען זיי זיך שטאַרק פאַרוואונדערט, זיי זיינען געוויינט צו געפינען אין גן עדן ציצית תפילין, אָבער ניט פּאַנטאָפעל. זיינען זיי אַוועק פרעגן מלאך מיכאל, האָט ער זיי גיענטפערט, אַז דאָס איז זיין סחורה, און האָט זיי מסביר גיווען, אַז דאָס איז פון די אידישע ריקודים מיט דער תורה און האָט אָנגיהויבען ציילען די פּאַנטאָפעל, די זיינען פון קאַמינקע און די זיינען פון מעזריטש כו'. און דער מיט האָט זיך מלאך מיכאל מתגאה גיווען אויפ'ן מלאך מט"ט וואָס ער איז קושר כתרים לקונו מתפילותיהן של ישראלתטו און ער – מלאך מיכאל – וועט מאַכן אַ בעסערן כתר פון די שמחת תורה טענץ צעריסענע פּאַנטאָפעלתטז.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-hzx51d15
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.