עברית
Library

Keser Shem Tov

צב

צב

ברכות ו, א: תפילין דמארי עלמא מה כתיב בהו . . ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ. אַמאָל האָט מורנו הבעש"ט געזאָגט, אַז אידן זיינען די תפילין דמארי עלמא, כמאמר (ברכות ו, א) תפילין דמארי עלמא מה כתיב בהו1 ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, אידן זיינען ממשיך דעם אחד ה' בארץ. אין תפילין זיינען פאַראַן צוויי תפילין: תפלה של ראש און תפלה של יד. אידן וואָס זיינען די תפילין דמארי עלמא זיינען פאַראַן תפילין של ראש אידן בעלי מוחין און בעלי תורה, און תפילין של יד אידן בעלי מדות טובות. די ברכה פון הנחת תפילין איז אשר קדשנו במצותיו וצונו וגו'. השי"ת האָט אונז אידן געהייליקט מיט די מצות. די ברכה אויף תפילין מאַכט מען אויף ביידע תפילין, אויפן של ראש און אויפן של יד, און לייגן באַדאַרף מען ביידע תפילין, אָבער פריער לייגט מען תפלה של יד און נאָכדעם תפלה של ראש. אין הנחת תפילין שלמעלה מיינט דער של יד די פעולת עבודה פון אנשים פּשוטים, און דער של ראש מיינט די פעולת עבודה פון בעלי תורה. הנחת תפילין שלמעלה איז די עבודה בקבלת עול פון אנשים פּשוטים העכער פון דער עבודה פון די בעלי מוחין אין ידיעה והשגת התורהרטז.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mqfj9wv1

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources