עברית
Library

Keser Shem Tov

יח

יח

שמות ג, ב-ג: וירא מלאך הוי' אליו בלבת אש מתוך הסנה וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל, ויאמר משה אסורה נא ואראה את המראה הגדול הזה. דער רבי, דער מעזריטשער מגיד, האָט פאַר מיר איבערגעזאָגט אַ תורה וואָס ער האָט געהערט פון רבי'ן מורנו הבעש"ט: וירא מלאך הוי' אליו בלבת אש מתוך הסנה וירא והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל, ויאמר משה אסורה נא ואראה את המראה הגדול הזה. דער תרגום איז מפרש ואתגלי מלאכא דה' לי' בשלהובית אשתא מגו אסנא. ואתגלי הייסט התגלות. דער ענין פון התגלות איז אַז יעדער נאָך זיין דרגא זאָל באַנעמען דעם גילוי. התגלות איז דער טייטש אַז דער גילוי קען צוגענומען ווערן אויך אפילו אין די נידעריקע דרגות, דערפאַר איז אויפ'ן פסוק1 וירד הוי' על הר סיני זאָגט דער תרגום ואתגלי ה' על טורא דסיני, וואָס דער תרגום פון וירד איז דאָך ונחת, ווי אויף דעם פּסוקנז וירד יהודה זאָגט דער תרגום ונחת יהודה, אויפ'ן פּסוקנח וירד הגבול זאָגט דער תרגום ונחת תחומאנט, נאָר אויפ'ן פּסוקס ארדה נא זאָגט דער תרגום אתגלי כען, טייטשט ער דאָ דעם ארדה ווי דעם וירד פון מתן תורה וואָס די כוונה איז התגלות, וואָס התגלות מיינט אַ גילוי וועלכער קען צוגענומען ווערן אויך אַפילו אין די גאָר נידעריגסטע דרגות, ווי אין מתן תורה איז געווען אַז אַלע, פון דער העכסטער דרגא ווי משה רבינו ביז דעם פּחות שבישראל, האָבן מקבל געווען פון מתן תורה, און דאָס מיינט דער תרגום ואתגלי מלאכא דה' אַז דאָס איז אַ ענין פון התגלות. וואָס איז די התגלות בלבת אש זאָגט רש"י בשלהבת של אש לבו של אש. וואו באַווייזט זיך דער שליח השם – אין דער האַרץ פון פייער. די האַרץ פון פייער איז די כוונה, די פּנימיות – ערנסטע תמימות'דיקע פאַרקאָכטקייט וואָס דאָס איז דער רשפי' רשפּי אש שלהבת י"הסא. וואו איז דער לבת אש, די האַרץ פון פייער, מתוך הסנה. זאָגט רש"י ולא אילן אחר משום עמו אנכי בצרהסב. צרה איז די כוונה עולם הזה. עולם הזה ווערט אָנגערופן צרה ווייל ער איז אַ מקום צר. די עולמות העליונים וואו דער אור אין סוף איז בגילוי זיינען אַ מקום רחב, אָבער דער עולם הזה וואו דער אור אין סוף איז מלובש בדרכי הטבע, איז דאָס אַ מקום צר און דערום ווערט עולם הזה אָנגערופן צרה. די כוונה העליונה איז אַז דורך דער עבודה אין לימוד התורה און קיום המצות זאָל מען מאַכן פון צרה צהרסג, באַלייכטן די וועלט מיט דעם אור התורה ומצות. ווי עס שטייטסד כי האדם עץ השדה, עס זיינען פאַראַן עצי מאכל ווי ר' יוחנן זאָגט (תענית ז, א), אַז דאָס זיינען די תלמידי חכמים און עס איז פאַראַן אַ סנה. דער לבת אש איז אין סנה. ת"ח וועלכע לערנען תורה זיינען אש ווייל תורה נמשלה לאשסה. אָבער דאָס איז ניט כי איננו אוכל, ווייל די ת"ח זיינען מרוה זייער אש מיט די חדושי תורה וועלכע זיי זיינען מחדש. אָבער דער סנה, די אנשים פּשוטים, וואָס אין זיי איז דער לבת אש די האַרץ פון פייער, באַ זיי מיט זייער ערנסטע תמימות'דיקע תפלות און תהלים זאָגן הגם דלא ידעי מאי קאמרי אָבער ווייל דאָס קומט פון דער אמונה פּשוטה, איז דער לבת אש איננו אוכל, דאָס ווערט קיינמאָל ניט געשטילט און זיי האָבן אַ תשוקה צו ג-טלעכקייט און תורה ומצות. ויאמר משה אסורה נא, זאָגט רש"י אסורה מכאן להתקרב לשם, אַז משה רבינו האט פאַרשטאַנען די מחזה העליונה, וואָס מען באַווייזט אים די מעלה הגדולה פון אנשים פּשוטים לגבי תלמידי חכמים, אַז דער לבת אש איז נאָר אין סנה, איז ער געקומען צו דער דרגא פון תשובה, נאָר להיות משה רבינו איז דאָך געווען אַ צדיק גמור, וואָס דער אופן התשובה פון אַ צדיק גמור איז באופן אחר ווי די געוויינלעכע תשובה, באַ לידת משה רבינו זאָגט די תורהסו ותרא אותו כי טוב הוא שנתמלא הבית כולו אורה (סוטה יב, א), איז זיין אופן תשובה אסורה מכאן להתקרב לשם, וואָס די כוונה איז אַז מען באַדאַרף זיך ניט מסתפּק זיין מיט דעם מעמד ומצב וואָס מען שטייטסז. אַפילו אַ צדיק גמור ווי משה רבינו דאַרף האָבן די עבודה פון אסורה מכאן להתקרב לשם וואָס דאָס איז די תנועה פון תשובהסח.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ab2czqxz

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources