פג
משלי ד, ב: כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו. כי לקח טוב נתתי לכם, דאָס איז תורת הנגלה, וואָס פון דעם קען זיין אַז מען זאָל מיינען אַז נתתי "לכם", אַז דאָס איז לכם און פאַרגעסן אויפן נותן התורה, מען זוכט היתרים און מען פרעגט קושיות, אָבער אַז תורתי, אַז מען לערנט פּנימיות התורה, גלייבט מען אין השגחה פּרטית, דעמאָלט איז, אל תעזובו, איז מען ניט פאַרלאָזן1.
The Lubavitch Library · chabadlibrary.org