רכג
עבודת השם דער בעש"ט נ"ע האָט געזאָגט1 אַז אַלץ וואָס אַ מענטש זעט און אַלץ וואָס אַ מענטש הערטתנה דאָס איז אַ אָנזאָג און אַ געוויסע הוראה מן השמים אין עבודת השי"תתנו, נאָר מען באַדאַרף פאַרשטיין וואָס מען זעט און וואָס מען הערט, און חלילה ניט האָבן קיין טעות אין דעם מיין פון דעם וואָס מען האָט געהערט און פון דעם וואָס מען האָט געזען. און דער ריכטיקער פאַרשטאַנד אין דעם מיין פון דעם וואָס מען הערט און זעט קומט דורך דעם נשמת אדם תלמדנו. נשמת אדם תלמדנו איז דער ענין וואָס באַ דעם מענטשן ווערט ליכטיק דער שכל און אים פאַלט אַריין פאַרשידענע ערקלערונגען אויף דעם וואָס עס קען מיינען אין עבודה אָט דאָס וואָס ער האָט געזען און געהערט, און אַזוי אַרום קומט דער מענטש צו פאַרשטיין די הוראה מן השמים אין עבודת ד'. דער בעש"ט נ"ע זאָגט אַז דער זיכערסטער וועג, צו דעם נשמת אדם תלמדנו, איז: א) אַ פלאַם האַרציקער קאַפּיטל תהלים, ב) טאָן אַ אידן אַ טובה דורך אַ טרחה בגופו ניט נאָר בממונו, און דורך ג) אהבת ישראל מיט אַ מסירת נפש. דער בעש"ט נ"ע זעט דעם גילוי פון נשמת אדם תלמדנו אין די תהלים זאָגער מער ווי אין די תלמידי חכמים, וואָס זיינען מחדש חידושים און פּלפּולים בתורה. דער בעש"ט נ"ע זאָגט אַז אַ האַרציקער קאַפּיטל תהלים, אַ טרחה צוליב טאָן אַ טובה אַ אידן אין גשמיות אָדער אין רוחניות און אהבת ישראל זיינען שליסעלעך וואָס פּאַסן זיך צו צו אַלע שלעסער פון די היכלות הרחמים רפואה ישועה און פּרנסה טירןתנז.
The Lubavitch Library · chabadlibrary.org