עברית
Library

Keser Shem Tov

מו

מו

ישעי' א, טו: ובפרשכם כפיכם אעלים עיני מכם גם כי תרבו תפלה אינני שומע ידיכם דמים מלאו. דער בעש"ט האָט . . דאַן מבאר געווען אַז הגם די עבודה עיקרית אין עבודת השי"ת איז טאַקע עבודת המוח און עבודת הלב, וואָס דאָס מיינט עבודה אין לימוד התורה און עבודה אין תפלה, וואָס דורך די צוויי עבודות איז שוין במילא די עבודה אין מדות און עניני עולם ווי עס באַדאַרף צו זיין, דאָך קען אָבער זיין ידיכם דמים מלאו, אַז אפילו ווען מען גיט דעם אָרימאַן אַ נדבה ביד רחבה אָבער עס פעלט דער הרגש במצב זולתו איז דאָס שפיכת דמים, און דאָס איז ובפרשכם כפּיכם, ווען איר שפּרייט פאַנאַנדער אייערע הענט און גיט צדקה ביד רחבה, וואָס דאָס איז די עבודה פון עבודת הלב, דאָך איז אעלים עיני מכם, וועל איך דאָס ניט זעהן, ווייל דאָס איז ניט קיין עבודה אמיתית. אמיתית העבודה איז ווען מען איז מרגיש דעם זולת. גם כי תרבו תפלה וואָס מיינט עבודת המוח איז דאָס אויך קיין עבודה, ווייל מען דערהערט ניט דעם זולת מיט אַ הרגש אמיתי, איז דאָס שפיכת דמים, וואָס דאָס איז דער טייטש ידיכם דמים מלאו, אייערע מדות אַפילו די מדות טובות זיינען דמים מלאו1.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t140nbyn

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources