Keser Shem Tov
רצט
חסידות און רביים זענען געווען מיום שברא הקב"ה אדם על הארץ. דער ערשטער מענטש וואָס איז געווען אויף דער וועלט איז געווען אַ חסיד ווי די גמרא זאָגט (עירובין י"ח, ע"ב) אדם הראשון חסיד גדול הי'. בכל דור ודור זיינען געווען רביים און חסידים נאָר דאָס איז אַלץ געווען אַ סדר פון נסתר, צדיקים נסתרים ביז השי"ת האָט מגלה געווען אַ קו פון גילוי אַז עס זאָלן זיין רביים און חסידים גלוים, און האָט אונז מגלה געווען דעם בעש"ט הקדוש. פון דעם יום הבהיר וואָס דער בעש"ט הקדוש איז נתגלה געוואָרן הויבט אָן מאיר זיין דער אור החסידות בגילוי און עס הויבט זיך אָן אַ קו פון התגלות המאור און קירוב המאור אל הניצוץ. ביז דעם בעש"ט הקדוש און אויך אַ זמן בחייו זענען געווען רביים און חסידים. נאָר דאָס זענען געווען נסתרים. מיט דער התגלות פון בעש"ט הק' איז נתגלה געוואָרן דער אילנא דחיי מיט ענפים פון רביים מאורי אור בקרב ישראל1. **********
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-kbnz4ydb
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.