Keser Shem Tov
סא
תהלים לד, טו: סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפהו. אין יעדער דבר גשמי פון דברים המותרים זיינען פאַראַן טוב ורע: דער גשמי איז רע און דער חיות אלקי וואָס איז מחי' דעם גשמי איז טוב. באַדאַרף דער מענטש וואָס באַנוצט דעם גשמי זיין אַ סור מרע, ניט וועלען דעם תענוג וואָס איז פאַראַן אין דעם גשמי, און זיין ועשה טוב וועלען געשפּייזט און געהאלפען ווערן פון דעם חיות אלקי וואָס איז אין דעם דבר הגשמי. בקש שלום ורדפהו דער מענטש וואָס איז אַ סור מרע און אַ ועשה טוב, באַדאַרף זוכן און נאָכלויפן צו מאַכן שלום צווישן דעם גשמי און חיות אלקי וואָס איז אים מחי'1.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-xwrjart6
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.