Keser Shem Tov
קיז
אבות פ"ו, ו: כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם. כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם. דער וואָס דערציילט אַ זאַך און דערביי דערמאָנט ער דעם וואָס האָט דעם דבר געזאָגט, ווי מיר טרעפן אָפט באַ די חז"ל אַז ר' פלוני האָט געזאָגט בשם ר' פלוני, און אָפט טרעפט נאָך אַז באַ דער מסירת המימרא איז נאָך אָפּגעהיט געוואָרן אַ איכא דאמרי, איז מיט דעם וואָס מען דערמאָנט דעם נאָמען פון דעם וואָס האָט עס געזאָגט איז דורכדעם בריינגט מען אַ גאולה לעולם. אין פלוג וואָס איז די רבותא. פאַרוואָס איז אַזוי גרויס וואָס מען זאָגט בשם אומרו אַז דער שכר דערפאַר איז וואָס מען בריינגט אַ גאולה לעולם, און וואָס איז דער ענין וואָס דער עולם באַדאַרף האָבן אַ גאולה, ווי דען זאָל מען זאָגען ניט בשם אומרו איז דאָך דאָס אַ שקר. אַ גראָבער ליגנער איז מורגל צו זאָגן איך זאָג. דער וואָס איז ניט אַזוי גראָב זאָגט-ניט אַז ער זאָגט-דאָס נאָר זאָגט סתם, נאָר לבסוף לאָזט ער אויס אַזוי אַז די צוהערער זאָלן מיינען און פאַרשטיין פון זיין אויסשפּראַך אַז ער האָט דאָס געזאָגט מעצמו. און אַזוי זיינען פאַראַן כמה אופני אויסשפּראַכן. היינט וואָס איז די רבותא אַז מען זאָגט בשם אומרו און דאָס איז נאָך אַזוי גרויס אַז דער שכר פאַר דעם איז אַז מען איז מביא גאולה לעולם. וואָס פון דעם איז צו פאַרשטיין אַז עולם מוז האָבן אַ גאולה און ער בריינגט די גאולה, ווי עס שטייט1 גאולה תתנו לארץ, ארץ וואָס דאָס איז עולם מוז האָבן גאולה. האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט גאולה בגימטריא מ"ה און דאָס איז וואָס מביא גאולה לעולם, וואָס בחכמה אתברירורס. עולם איז העלם. מביא גאולה לעולם דעם גילוי ההעלם. היינו דעם גילוי העלם העצמירסא.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-823j12qk
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.