Keser Shem Tov
עדר
מורנו הבעש"ט איז געבאָרן געוואָרן מאָנטאָג ח"י אלול אין יאָר תנ"ח. ווען רבינו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש האָט ער דערציילט זיינע איבערגעגעבענע יונגע לייט תלמידים, אַז זייענדיק ביים רבי'ן אין מעזריטש האָט אים דער רבי געזאָגט, אַז עס זיינען פאַראַן צוויי סימנים אויף דעם שנת ההולדה פון רבינו הבעל שם טוב: א) שנת נח"ת נייחא לעליונים און נייחא לתחתונים1. ב) אין דעם יאָר האָט מען אין אַמשטרדם אָפּגעדרוקט דעם ספר של"ה באותיות בהירות. דער גליקלעכער יום הולדת פון מורנו הבעל שם טוב און דער גליקלעכער יום הולדת פון רבינו הזקן איז ח"י אלול. ביידע – מורנו הבעש"ט און רבינו הזקן – האָבן אַריינגעגעבן אין אידן אַ חיות פּנימי אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי. ביידע – מורנו הבעש"ט און רבינו הזקן – האָבן געהאַט מסירת נפש אויף צו בריינגען אידן – בלי הבדל בני תורה אָדער אנשים פּשוטים – זיי זאָלן האָבן אַ משיכה צו אַ חיות פּנימי, און האָבן מגלה געווען דעם דרך החסידות וואָס דערמעגליכט אויך אַז אנשים פּשוטים זאָלן לעבן בחיות פּנימייב.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-c9tb7696
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.