Keser Shem Tov
רפח
אין יאָר ארבע מאות ושבעים ושש, ווען מורנו הבעל שם טוב איז אַלט אַכצן יאָר גיט ער אויף אַ נייעם דרך אין דער עבודה פון די נסתרים אַז זיי זאָלען זיך נעמען פאַר דעם חינוך, זעהן באַזאָרגן אַלע אידישע ישובים מיט מלמדים. דער נייער דרך וואָס מורנו הבעל שם טוב שלאָגט פאָר, אַז די מחנה צדיקים הנסתרים זאָלען איבערנעמען דעם אחריות החינוך און זעהען באזאָרגען די אַלע קינדער פון די ישובים אין גוטע חדרים, ווערט אָנגענומען אין דער מחנה צדיקים הנסתרים אַז זיי אַליין זאָלען דאָס בריינגען אין לעבען, וואו עס וועט פעלען אַ מלמד זאָל איינער פון זיי דעם פּלאַץ ערפילן. מורנו הבעש"ט איז מקיים דעם געוויסען מאמר, אַז דער וואָס גיט אַ עצה אויף עפּעס טאָן, בעדאַרף דאָס אַליין טאָן. מורנו הבעל שם טוב ווערט אַ באַהעלפער באַ אַ מלמד, פירט די קליינע קינדערלאַך אין חדר, זאָגט מיט זיי ברכות, בענטשט ציצית, זאָגט שמע ישראל און תורה צוה, שפּילט זיך מיט זיי, דערצעלט זיי וועגען משה רבינו און מתן תורה, פירט זיי פון חדר צו זייערע עלטערען, לייענט מיט זיי קריאת שמע און בידך אפקיד רוחי1. מורנו הבעל שם טוב דערצעלט זיינע הייליגע תלמידים אַז די בעסטע נחת רוח צייט אין זיין לעבען איז געווען, ווען ער האָט מיט די קליינע קינדערלעך מיט די ריינע מיילעכלעך געזאָגט מודה אני און שמע ישראל, און מיט זיי גע'חזר'ט דעם קמץ אַלף אָ, קמץ ב' באָ. איך האָב געפילט – האָט מורנו הבעל שם טוב געזאָגט – דעם גרויסען נחת רוח וואָס עס איז געווען אין הימעל, און די גרויסע קנאה, וואָס די מלאכי מעלה האָבן מקנא געווען די צאן קדשים. מורנו הבעל שם טוב האָט געבויט דעם עדת ישראל פון אונטען אַרויף ווי מען בויט אַ בנין, די ערשטע זאַך איז דער יסוד פון דעם בנין. ווען דער פונדאַמענט איז אַ געזונטער וועט דער בנין זיין אַ פעסטערלו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-xcw31h25
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.