Keser Shem Tov
רח
הוי' צו אונז גזע הוד כ"ק רבינו הזקן איז איבערגעגעבען אַ וואָרט וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון זיין רבי'ן כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש וועלכער האָט דאָס וואָרט מקבל געווען מהוד כ"ק מורנו הבעש"ט. דער ערשטער אות פון שם הוי' איז דער אות יו"ד, ווייל אַ איד איז דער טעם און כוונה פון בריאת העולם און די תמונה פון אות יו"ד איז מגלה און דערקלערט די כוונה צוליב וואָס השם יתברך האָט באַשאַפען די וועלט, דער קוץ העליון איז מרמז אויף דער כוונה וואָס עלה ברצונו יתברך צו באַשאַפן דעם עולם הגשמי און דער קוץ התחתון איז מורה אויף דעם יש הגשמי און ווען מען פירט דורך אין דעם וועלטליכען גשמיות'דיגען לעבען די כוונה העליונה צוליב וואָס השם יתברך האָט באַשאַפען די וועלט איז דאָס דער ריכטיקער תמונת היו"ד, יעדער איד לפי מצבו ולפי ענינו, דאָס הייסט לפי העבודה וואָס זיין נשמה בעדאַרף דורכפירען בעלמא דין להצלחה און דער יסוד מוסד איז החזקת לומדי תורה ביראת שמים1.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-8nby1ygn
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.