עברית
Library

Keser Shem Tov

שיח

שיח

בעל שם טוב . . . נאָר פאַרשטיין דאָס דאַרף מען פריער מקדים זיין וואָס איז דער ענין פון בעש"ט, מ'דאַרף וויסן אַז דער בעש"ט איז ניט געווען מופשט פון עולם, ער איז געווען אין עולם, און דוקא מלובש אין עולם און דאָ האָט ער דערהערט אלקות . . אין פלוג איז שם בעש"ט היא מדרי' קטנה מאד, וואָרום אויף ניצן זיך מיט שמות איז דאָס ניט קיין הויכע מדריגה, אויף משביע זיין אַ שם און דער שם זאָל פּועל זיין, דאָס איז גאָר קיין קונץ ניט, וואָרום ער ווייס פון דעם שם ניט און דער שם ווייס פון אים ניט, און דער וואָס ווייס נאָר אַ ביסל כתבי האריז"ל און אַ ביסל פון שער היחודים קאָן ער דאָס טאָן, ניט דאָס איז מדרי' הבעש"ט, אַזאַ זאַך האָט געקאנט דער ליאָזנער בע"ש אויך, וואָרום דאָס איז גאָר ניט קיין גרויסער קונץ, מ'זאָל זאָגן אַז דאָס איז געווען דער בעש"ט, בשום אופן קאָן מען אַזוי ניט זאָגן, זאָלען קומען מלכי מזרח ומערב און זאָגען באופן כזה וועל איך באַ זיי דאָס ניט נעמען, דער בעש"ט אין זיינע קמיעות האָט ער ניט געדאַרפט האָבן קיין שמות. נאָר לפי"ד בעש"ט איז דאָס מורה אויף שמות עצמיים, וואָרום אין שמות איז פאַראַן ב' מדרי': א' שמות וואָס דאָס איז מער ניט ווי אַ הארה שזהו מדרי' נמוכה, (פאַרשטייט מען אַז דאָס וואָס מי זאָגט אַז דאָס איז אַ מדרי' נמוכה, מיינט מען ניט אַז לגבינו איז דאָס אַ מדרי' נמוכה, לגבינו איז דאָס אַ מדרי' נעלית ביותר, וואָס דען למע', כי זהו הארה) והב' הוא מדרי' שמות עצמיים, וואָס אין דעם שם איז פאַראַן די עצמות, איז דאָס ע"ד ווי תורה ווערט אָנגערופן שמות עצמיים, וכמאמר1 כל הקורא בתורה כאלו קורא בשמותיו של הקב"ה, וואָס עצמות א"ס ב"ה איז נקרא אין די שמות, וואָרום עס איז ידוע דאורייתא וקוב"ה כולא חדצו, והשנית גם ההמשכה דתורה היא מבחי' חכמה וכמאמר אורייתא מחכמה נפקתצז און דער פירוש חכמה הוא ע"ד אנת הוא חכים ולא בחכ' ידיעאצח, שהוא אנת שהוא נושא וסובל בחי' חכמה, וזהו מדרי' השמות שבתורה שהם שמות עצמיים דוקא, וזהו"ע בע"ש וואָס אויף שמות עצמיים אויף דעם איז ער געווען בע"שצט.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qwvsjzg3

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources