Keser Shem Tov
ריד
כוונה ס'איז ידוע מאמר הבעל שם טוב1 אַז ס'זיינען דאָ ענינים אין וועלכע עס איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל די כוונה (ווי אין אַלע מצוות). איין ענין איז – טבילה במקוה; אפילו אויב מען האָט זיך טובל געווען צוליב אַנדערע טעמים, ניט צוליב טהרה, – נאָך מערער, אפילו אויב ער האָט גאָרניט געמיינט זיך צו טובל זיין, נאָר נפל עליו הגל איז ער טהורתלא. אַ צווייטער ענין – נתינת צדקה, וואו ס'זיינען ניט נוגע אויף אַזוי פיל זיינע טעמים צוליב וואָס ער גיט צדקה; און נאָך מערער, אפילו ווען זיין געבן צדקה איז געווען אינגאַנצן אָן כוונה; ער האָט פאַרלאָרן געלט און אַן אָרימאַן האָט עס געפונען, וואָס ער האָט גאָרניט מכוון געווען צו געבן דעם אָרימאַן, וויבאַלד אָבער אַז דער אָרימאַן האָט געקראָגן זיין געלט, האָט ער דערמיט מקיים געווען אַן ענין פון צדקהתלב. און ווי די כללות מצות שכחהתלג.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-6bq54x4s
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.