Keser Shem Tov
כ
משפטים כב, ח: על כל דבר פּשע על שור על חמור על שה על שלמה על כל אבדה. מורנו הבעש"ט טייטשט דעם פּסוק, פּשע איז ר"ת פּריקות של עול, על כל דבר פּשע מיינט, אַז אויף אַלעס איז דער פּריקת עול. לכאורה ווי קומט מען צו זיין אַ פּורק עול. דער גוף וואָס איז געבוירן געוואָרן בטהרה דורך אַ מקוה כשרה, וואָס דאָס, אַז מ' סאה במקוה זיינען מטהר איז אַ חוקה1, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון קבלת עול, און מלאכים וואַרעמען זיך ביי די וואַסער וואָס מען הייצט פאַר אַ מקוה און בעת ירידת הנשמה בגוף זיינען די מלאכים מלוה די נשמה, טאָ ווי קומט צו אַ נשמה דער ענין פון פּריקת עול. איז דער תירוץעב – על שור, שור איז דער יצר הרע, וואָס שרשו איז מפני שור, על חמור, חמור איז קרירות, חמרא אפילו בתקופת תמוז קרירא לי'עג, עס מאַכט קאַלט דעם שמש הוי'עד, על שה, שה פזורהעה, ער צושפּרייט זיך אין אַלעס, אַלעס וויל ער, אַלעס דאַרף ער, על שלמה, שלמה מיינט די לבושים, על כל אבדה, וואָס דורך דעם פאַרלירט ער אַלעס און ווייסט ניט ביי וואָס ער האַלטעו.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Keser Shem Tov
- Volume
- הוספות
- Id
- rh-n8zchvfr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.