קפד
מורנו הבעל שם טוב נ"ע זאָגט, אַז יעדער איד מוז קלאָר וויסן אַז אַלעס וואָס מיט דעם מענטשן פּאַסירט – פון דער קלענסטער קלייניגקייט ביז דער גאָר גרעסטער זאַך – איז דאָס ע"פּ השגחה פּרטית פון השי"ת, וואָס דאָס איז אַלץ צוליב אַ כוונה אין דער שליחות פון דעם מענטשן וואָס צוליב דעם האט אים השי"ת באַשאַפן1.
The Lubavitch Library · chabadlibrary.org