שמה
משה רבינו מורנו הקדוש הבעש"ט נ"ע איז דער משה רבינו ע"ה פון תורת החסידות הכללית, דאָס הייסט אַז אַזוי ווי משה רבינו ע"ה דער בחיר הוי', אַז על ידו איז נתגלה געוואָרען תורתנו הקדושה, אָט אַזוי איז מורנו הבעש"ט נ"ע דער בחיר הוי' אַז על ידו איז נתגלה תורת החסידות הכללית. אין מדרש1 אויפן פּסוקקמט ומשה הי' רועה שטייט הוי' צדיק יבחןקנ, ובמה הוא בוחנו במרעה צאן, און רז"ל{149} דערציילען אונז די מעשה וואָס עס האָט געטראָפען באַ משה ע"ה בעת ער האָט גיפיטערט צאן יתרו, וואָס פון דער מעשה זעהט מען אַרויס די מדות טובות וואָס משה רבינו ע"ה האָט געהאַט. מורנו הבעש"ט נ"ע איז בעוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, ער האָט געזעהן אין יעדער אידן אַ מעלה און אין יעדער פּועל פון א אידן הן אַ מצוה אָדער אַ מדה טובה האָט ער געזעהן דעם אמת'ן ליכטיקען שיין. מורנו הבעש"ט קוקט מיט זיינע ליכטיקע אויגן אין דעם פינסטערן גלות, זעהט ווי אידן זיינען מקיים תורה און מצוות מיט גרויס מסירות נפש און פּיין, ווערן געדריקט און גערודפ'ט פון פערשידענע שלעכטע מענשן. מורנו הבעש"ט זעהט ווי אידן זיינען מקיים דעם בקולו של הקב"ה תשמעו מיט מס"נ, ווערט באַ איהם די שאלה פאַר וואָס קומט ניט משיח, גואל צדק, און וויל בעשליסן אַז ער מיט דער חבריא קדישא, הצדיקים הנסתרים נ"ע זאָלין בריינגען משיח'ן. עס איז בעוואוסט די פערשידענע אסיפות הצדיקים הנסתרים וואָס זיינען געווען מזמן לזמן בימי מורנו הבעש"ט, און די כמה מיני התעסקות און שתדלנות וואָס זיי פלעגען טאָהן בנוגע דער מצב הרוחני און אויך דעם מצב הגשמי פאַר דעם כלל ישראל. און אין יענער צייט איז געווען די עליית הנשמה של מורנו הבעש"ט וואָס ער איז געווען אין היכל המשיח און האָט געפרעגט אימתי קאתי מר. דער אימתי וואָס דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן איז דאָס ווי דער מאמר אם לא עכשיו אימתי וואָס עס שטייט אין אבות (פ"א מי"ד). דאָס הייסט, אַז דער בעש"ט רעדט מיט משיח'ן, אין דעם ענין פון דער גמרא סנהדרין, וואו משיח ענטפערט אַז היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו, און אויף דעם פרעגט דער בעש"ט עס איז דאָך ב"ה בקולו תשמעו. און אויף דערויף ענטפערט משיח דעם בעש"ט לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ברחבות פּלגי מים (משלי ה' ט"ז) יפוצו מעיינותיך חוצה, סוף שתקנה תלמידים ותורה הוראות ברבים, ויצא לך שם, רש"י, ברחבות, עיר תפוצנה פלגי מימיך, רש"י. חסידותקנא ווייס צו מאַכן אַ חילוק פון אַ מעין און נהר, נהר הוא התפּשטות לאורך ורוחב ומחזיק שטח גדול, והמים בו בריבוי והילוכם הוא בשפע ורעש גדול, והמעין הוא נמשך כגיד בכווץ תפיסת מקום שאינו תופס מקום גם לעצמו, ומימיו נובעין טיפּין טיפּין. חוצהקנב הייסט דאָך אין דרויסען, ד. ה. ניט אין דעם מקום המוכשרקנג, וואָרום דער מקום המוכשר איז דאָך ניט קיין חוצה, ער איז דאָך דער ריכטיגער מקום המוכשר, וואָדען אויב ער איז אַ חוצה, דאָס הייסט אַז ער איז ניט קיין מקום מוכשר, איז ווי איז דאָרטן דער אָרט פון אַ מעין, איז דאָך דער פּסוק זעהר ניט פאַרשטאַנדיק, עס איז דאָך סותר איינע די אַנדערע, איז דאָס אַ מעין פאַרוואָס רופט מען חוצה? איז דאָס חוצה, ווי קומט אַהין אַ מעין, וואָדען עס איז ביידע זאַכן, איז ווי איז ביידע זאַכן? מפרשיםקנד טייטשן דעם פּסוק יפוצו מעיינותיך חוצה, עס וועלן אַזוי שטאַרק זיין די וואָס קומען אַרויס פון דיינע קוועלן אַז זיי וועלן זיך צו שפּרייטן אפילו חוצה ביז אַז ברחבות אפילו אין די גאַסן וועלן זיין פּלגי מים, און חאָטש עס וועט זיין חוצה גאָר אין דרויסן, פונדעסטוועגן וועט מען וויסן אַז דאָס קומט פון דיינע מעיינות. פון משיח'ס ענטפער אויף דעם בעש"ט'ס פראַגע פאַרשטעהט מען, אַז תורת רבינו הבעש"ט נ"ע, און די התגלות שכל אלקי, וואָס דער בעש"ט ותלמידיו ותלמידי תלמידיו אבותינו רבותינו הק' נ"ע זי"ע האָבן אונז געגעבן, האָט דאָס אַ שייכות צו ביאת המשיח (יבא בב"א)קנה.
The Lubavitch Library · chabadlibrary.org