עברית
Library

Keser Shem Tov

ס

ס

תהלים כב, ד: ואתה קדוש יושב תהלות ישראל. . . . האָט דער רבי דער בעש"ט געפרעגט ביי דעם גאון ווי גייט עס אים אין געזונט, צי האָט ער זיין הצטרכות און הספּקה, דער גאון האָט זיך אויף דעם רבי'ן, וועלכער איז געווען געקליידעט ווי אַ פּשוט'ער דאָרפסמאַן, ניט אומגעקוקט. דער רבי האָט עטליכע מאָל געפרעגט די פראַגען ביז דער גאון איז געוואָרן זייער בייז און מאַכט צום רבי'ן מיט דער האַנט אָנווייזענדיג אויף דער טיר אַז ער זאָל אַוועקגיין. זאָגט דער רבי דער בעש"ט צום גאון, רבי פאַרוואָס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פּרנסה כו'1. הערענדיג די דאָזיגע רייד איז דער גאון געבליבן ווי צעטומעלט. עפּעס אַ איד אַ דאָרפסמאַן רעדט וועגן דעם כביכול אַז מען דאַרף דעם כביכול געבען פּרנסה א.ז.וו. דער רבי דער בעש"ט האט דערקענט די מחשבות פון דעם גאון, זאָגט ער צו אים די אידן זיצען אויף דער פּרנסה וואָס השי"ת גיט זיי, אויף וואָס פאַר אַ פּרנסה זיצט דער כביכול. דאָס זאָגט אונז דוד המלך אין תהלים ואתה קדוש און דו הייליגער אויף וואָס פאַר אַ פּרנסה זיצסטו יושב תהלות ישראל, דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואָס אידן לויבן אים ב"ה פאַר דעם געזונט און פּרנסה וואָס ער ב"ה גיט זיי, און פאַר די לויב ווערטער וואָס אידן לויבען השי"ת גיט ער ב"ה זיי בני חיי ומזוני רויחאקסה.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-v5vcah2e

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources