לקוטי שיחות
נצבים
398פרשת נצבים
א. עס שטייט אין לקוטי תורהא) און עס ווערט געבראַכט אין דער רשימה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר פון פ' נצבים תש"ז, אַז פ' נצבים לייענט מען אַלעמאָל אין דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה. אַמאָל לייענט מען עס צוזאַמען מיט פ' וילך און אַמאָל לייענט מען נצבים באַזונדער, אָבער על כל פּנים — פּ' נצבים לייענט מען אַלעמאָל דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה.
דער טעם אויף דעם איז;
יעדער שבת האָט אַ שייכות און ער איז כולל די טעג פון דער קומענדיקער וואָך. דערפאַר לייענט מען דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה, אתם נצבים היום, וואָס היום גייט אויף ראש השנה, יומא דדינא רבא.
בשעת עס קומט דער „היום", דער טאָג פון ראש השנה, דעמאָלט דאַרף זיין אתם נצבים כולכם, אַלע נשמות דאַרפן זיך צושטעלן, לפני הוי' אלקיכם, און דאָס איז אין אַלע נש
מות גלייך, פון ראשיכם שבטיכם ביז חטב עציך ושאב מימיך. אויף חטב עציך זאָגט רש"י אַז דאָס זיינען געווען כנענים וואָס זיינען געקומען מגייר זיין זיך על דרך ווי די גבעונים בימי יהושע, וואָס מען האָט זיי צוגענומען מער ניט ווי צוליב דער שבועהב) — אויך זיי זיינען עולה לפני הוי' צוזאַמען מיט די איבעריקע אידן, און אין אַן אופן פון כולכם, אַלע צוזאַמען זאָלן זיין „לאחדים כאחד".
דער ענין פון כולכם כאחד הייסט אַז ניט נאָר וואָס זיי זיינען סובל איינער דעם אַנדערן, אַז ניט קוקנדיק אַז ער איז אַ ראש און דער צווייטער איז אַ איש פּשוט, פּונדעסטוועגן פאַרטראָגט ער אים, נאָר נאָך מערער אַז זיי זיינען מקבלים זה מזה, ומשלימים זה את זה. אַזוי ווי ראש ורגל אין מענטשלעכן קער־399פּער וועלכע זיינען משלים — דערגענצן איינער דעם אַנדערן. יעדערער פון זיי — סיי דער ראש, סיי דער רגל — האָט ניט קיין שלימות אָן דעם צווייטן.
דאָס איז די עבודה וואָס עס פאָדערט זיך ראש השנה — „היום". און בכדי צו קענען דאָס דורכפירן, לייענט מען דעם שבת וואָס פאַר ראש השנה אין תורה, אתם נצבים היום כולכם גו' ראשיכם שבטיכם גו' חטב עציך ושאב מימיך, וואָס די קריאה בתורה גיט אַ כוח אַז עס זאָל זיין טאַקע אַזוי בפּועל.
און לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות דער טעם וואָס מען זאָגט ראש השנה פּסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, אַז דורך דעם וואָס מען ברענגט אַ ראי' פון תורה אַז דער אויבערשטער דאַרף זיין אַ מלך און דאַרף געדענקען, און במה בשופר, דורך דעם טוט מען אויף אַז עס ווערט אַזוי בפּועל.
ב. נאָך דעם וואָס ער זאָגט אתם נצבים גו' מחטב עציך עד שאב מימיך, זאָגט ער ווייטער, לעברך בברית הוי' אלקיך. דאָס הייסט אַז די עבודה פון אתם נצבים גו' כולכם, איז אַ הכנה צום לעברך בברית, צום כריתות ברית פון אויבערשטן מיט אידן אין דעם טאָג פון ראש השנה.
אין גשמיות זעען מיר, אַז צוויי אוהבים נאמנים וואָס זייער אהבה איז מצד אַ טעם, צי ווייל איינער דערקענט דעם צווייטנס מעלה, צי ער האָט אים ליב בכדי אַז יענער זאָל אים ליב האָבן וואָס פון דעם וועט אים אַרויסקומען אַ טובה, איז בשעת ער זעט אין זיך עפּעס אַ חסרון און האָט מורא אַז דער צווייטער וועט עס מרגיש זיין ובמילא וועט ווערן אַן אָפּשוואַכונג אין דער אהבה, — ווער רעדט אויב דער חסרון איז אין ענינים עיקריים וואָס דאָס קען ברענגען אַז די אהבה זאָל אויפהערן אינגאַנצן, אָדער נאָך גורם זיין היפּך האהבה, — איז בשעת אַז זייער אהבה איז נאָך שטאַרק, מאַכן זיי צווישן זיך אַ כריתת ברית, אַז זייער אהבה זאָל זיין אויף שטענדיק.
וואָרום דער ענין פון כריתות ברית איז למעלה מטעם ודעת, מען לייגט אַוועק דעם שכל אָן אַ זייט און מען איז כורת ברית אויף פאַרבינדן זיך מיט אַ התקשרות עצמית, אַז קיין ענין בעולם זאָל ניט אָפּשוואַכן די אהבה, און זי זאָל זיין לעד ולעולמי עולמים.
אַזוי איז אויך אין דער אהבה וואָס צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן. בשעת עס קומט ראש השנה, וואָס דעמאָלט איז זייער אהבה שטאַרק, וואָרום עס איז דאָך נאָך דער עבודה פון חודש אלול וועלכע נעמט אַראָפּ אַלע חטאים המעלימים על האהבה, איז דעמאָלט מאַכט מען צווישן זיך אַ כריתת ברית, אידן פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן מיט אַ התקשרות עצמית שלמעלה מטעם ודעת, וואָס במילא וועט קיין ענין בעולם ניט קענען דאָס אָפּשוואַכן.
בכדי אַרויסצורופן ביי דעם אויבערשטן כביכול ער זאָל זיך פאַרבינדן מיט נשמות ישראל למעלה מטעם ודעת, איז דאָס דורך דער עבודה פון כולכם כאחד, וואָס דאָס איז אַן „אַוועקגעב" שלמעלה מטעם ודעת (וואָרום על פּי שכל איז ער400דאָך אַ ראש און יענער אַ שואב מים, איז וואָס פאַר אַ שייכות האָט ער מיט יענעם). אַזוי ווי עס ווערט דערקלערט אין דעם ענין בכל מאדך, אַז דורך זיין מאדג), כאָטש אַז דאָס איז נאָר מאד שלך, איז ער ממשיך דעם מאד העצמי.
ג. דער כולכם כאחד אָבער דאַרף זיין מיט אַן אמת. ער דאַרף וויסן אַז די מעשה איז טאַקע אַזוי. הגם ער מיינט דאָך אַז ער איז פון די ראשיכם און יענער איז אַן איש פּשוט, איז אויסער דעם וואָס מען קען ניט וויסן ווער איז דער ראש און ווער איז דער רגל, וואָרום על פּי רוב איז מען יענעם מעריך נידעריקער ווי יענער איז באמת און זיך — העכער ווי מען איז באמת, אויסער דעם, אַפילו ווען עס זאָל טאַקע אַזוי זיין, אַז ער איז דער ראש, איז דאָך פאַראַן אַ מעלה אין רגל אויפן ראש, וואָס די שלימות הראש קומט דורך דעם רגל דוקא כנ"ל.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מען האָט געמאַכט די גבעונים פאַר חוטבי עצים למשכן ולמקדש דוקא. ניט אַלע אידן זיינען געווען אין מקדש. ניט אַלע האָבן געלעבט אין ירושלים. עס זיינען געווען דאָרט נאָר אנשי מעמד וואָס זיי זיינען געווען שלוחים פאַר אַלע אידן. אָבער די עבודה פון די גבעונים איז געווען אין מקדש. דער טעם אויף דעם איז ווייל די אמיתית שלימות המעלה איז אין רגל דוקא.
און דאָס איז אויך די שייכות פון שבועה דערביי, — די שבועה וואָס עס איז געווען ביים צונעמען די גבעונים. שבועה איז למעלה מטעם ודעת, דאָס רירט אָן אין עצם הנפשד), און דער עצם הנפש זאָגט זיך אויס אין רגל דוקא.
ד. אַז אַ איד איז זיך מתבונן, אַז ראש השנה פאַר תקיעות וועט ער בעטןח), יבחר לנו את נחלתנו את גאון יעקב אשר אהב סלה, וואָס יבחר לנו מיינט; אַזוי און ניט אַנדערש, און באַטראַכטנדיק זיך אַז דער ענין הבחירה קומט פון עצמות דוקא, וואָרום נאָר ער — עצמותו יתברך — איז העכער פון אַלע מדידות, העכער פון אַלע הגבלות, חפשי, און אויך וועט ער זיך באַטראַכטן אין דעם אין ערוך שלגבי עצמותח), דיותר משאין ערוך עשי' לגבי אצילות — אין ערוך אצילות לגבי אין סוף ב"ה, אַלע אין ערוך'ס וואָס מען זאָל נאָר ניט אויסמאָלן זיינען ניט קיין משל כלל אויפן אין ערוך פון בורא מיט נבראים, היינט ווי קומט ער צו בעטן ביי עצמות יבחר לנו?
אַז ער וועט זיך מתבונן זיין אין דעם און מעריך זיין זיך, וועט אים שוין במילא ניט בלייבן קיין צייט צו מעריך זיין דעם צווייטן.
ר' הלל פּאַריטשעריז) האָט געוואָלט זען דעם אַלטן רבי'ןח), אָבער יעדער מאָל ווען ער פלעגט קומען401אין שטאָט וואו דער אַלטער רבי איז אָנגעקומען, האָט ער אים שוין ניט געטראָפן, ווייל דער אַלטער רבי איז שוין געווען אַוועקגעפאָרן פון דאָרטן. האָט ער זיך מיישב געווען און ער האָט פאַרכאַפּט פריער, און אַז ער האָט דערהערט אַז דער אַלטער רבי דאַרף פאָרן למקום פּלוני, איז ער געקומען אַהין איידער דער אַלטער רבי איז אָנגעקומען. דערמיט האָט ער זיך נאָך ניט באַנוגנט, וואָרום זעענדיק אַז יעדער מאָל מאַכן זיך אים פאַרשידענע מניעות צו זען דעם אַלטן רבי'ן, האָט ער מורא געהאַט אַז אויך דעם מאָל וועט מען אים ניט אַריינלאָזן, האָט ער זיך מתחכם געווען, און איז אַוועק אין דער דירה וואו דער אַלטער רבי האָט געדאַרפט איינשטיין, און זיך באַהאַלטן אונטערן בעט.
ר' הלל האָט צוגעגרייט אַ קשיא אין מסכת ערכין אויף צו פרעגן דעם אַלטן רבי'ן אין לערנען. ווי נאָר דער אַלטער רבי איז אַריין אין צימער, נאָך איידער ר' הלל האָט באַוויזן צו אַרויס פון באַהעלטעניש, האָט ער דערהערט ווי דער אַלטער רבי זאָגט בניגון הידוע; „אַז אַ יונגער מאַן האָט אַ קשיא אין ערכין דאַרף ער פריער זיך מעריך זיין". האָט ער, ר' הלל, גע'חלש'ט. ביז מען האָט אים געפונען און אָפּגעמינטערט איז דער אַלטער רבי שוין אַוועק פון דאָרטן.
— מערער איז שוין ר' הלל'ן ניט אויסגעקומען צו זיין ביי דעם אַלטן רבי'ן. ער איז געפאָרן צום מיטעלן רבי'ן און צום צמת צדק, אָבער ביי דעם אַלטן רבי'ן איז דאָס געווען דער איינציקער מאָל וואָס ער איז געווען, און אויך דעמאָלט האָט ער אים ניט געזען —
דער ביאור פון דעם סיפּור אין עבודה — בהנוגע אלינו וואָס האָבן געהעהט דעם סיפּור;
ערכין איז אַן ענין וואָס ניט על פּי שכל. דער דין אין ערכין איז דאָך אַז מען רעכנט לויט די יאָרן אָבער ניט לויט די מעלות בני אדם אַלע מענטשן וואָס זיינען אין די זעלבע יאָרן האָבן דעם זעלבן ערך. אין פלוג קאָן ער דאָך פרעגן אַ קשיא, איך האָב מיינע יאָרן זיך עוסק געווען אין תורה ועבודה, אַן ענין וואָס דער אויבערשטער איז צופרידן פון דעם, די פּמליא של מעלה זיינען צופרידן פון דעם און אויך על פּי שכל אנושי איז דאָס אַן ענין וואָס עס איז ראוי צו אָפּשאַצן, האָבן מיינע יאָרן אַ גרויסן ערך; יענעמס יאָרן זיינען אַוועק אויף גאָרנישט, וטוב לו שלא נברא)), איז ווי קען זיין אַז ביידנס יאָרן זאָלן האָבן דעם זעלבן ערך ? — זאָגט מען אויף דעם, אַז בשעת מען האָט אַ קשיא אין ערכין, דאַרף מען פריער זיך מעריך זיין (כדבעי) ובמילא וועט שוין אַראָפּגיין די קשיא.
ה. חודש אלול — איז אויסער די כללות'דיקע ראשי תיבותי) אני לדודי ודודי לי, זיינען אויך פאַראַן כמה פּרטיות'דיקע ראשי תיבות'ן (באיזה אופן איז אני לדודי). בכללות זיינען זיי דריי מובנים, אַנטקעגן די דריי קוין פון תורה, עבודה וגמילות402חסדים; א) אנה לידו ושמתי לךכא) — כנגד קו התורה, כי דברי תורה קולטין הןכח), ב) איש לרעהו ומתנות לאביוניםיח) — כנגד קו הגמילות חסדים (צדקה), ג) ומל הוי' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעךיד) — כנגד קו העבודה (תפלה ותשובה בכללה), ווי ער איז מסיים לאהבה גו' ומבואר בקונטרס העבודה אַז דער עיקר עבודת התפלה איז (ניט יראה נאָר) אהבהטו).
דער ענין פון תורה ועבודה איז אַרומגערעדט געוואָרן אין אַן אַנדער אָרט.
אין דעם ענין פון צדקה איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס די ראשי תיבות איז פון איש לרעהו גו' וואָס דאָס איז דאָך גאָר אַן ענין פון משלוח מנות און ניט צדקה? אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס איז די ראשי תיבות נאָר פון די לעצטע ווערטער, איש לרעהו גו' און ניט פון די וועהטער משלוח מנות?
דער לשון איז ומתנות לאביונים. דער חילוק צווישן עניים מיט אביונים איז, אַן עני הייסט דער וואָס איז ניט קיין עשיר און אַפילו ניט קיין בינוני, אָבער פונדעסטוועגן איז עפּעס האָט ער. אָבער אַן אביון הייסט ווי רש"י זאָגטטז) שתאב לכל דבר. ער גלוסט צו אַלץ, צו יעדער קלייניקייט, ווייל ער האָט גאָרנישטיז).
אויך איז דער פּירוש פון תאב לכל דבר שייך אין דעם צווייטן קצה. ער איז תאב צו אַלץ, אַפילו צו דער גרעסטער זאַך, ווייל ער איז געווען צוגעוואוינט צו דעם. אַפילו סוס לרכוב וכדומה, וויבאַלד ער איז תאב צו דעם און אָן דעם קען ער ניט אויספירן זיין שליחות בעולם, דאַרפסטו דאָס אים געבןיח).
קען ער דאָך מיינען אַז ער איז דער עשיר און בשעת ער גיט, סיי גרויסע זאַכן, סיי קליינע זאַכן, צו זיין חבר דעם אביון, גיט ער דאָס פון זיינע, איז פאַר די ווערטער „ומתנות לאביונים" זאָגט דער פּסוק „איש לרעהו". די מתנות לאביונים וועלכע ער גיט איז דאָס איש לרעהו, יענער איז זיין חבר, אין דעם זעלבן מצב ווי ער. איינער דאַרף צום צווייטן ניט אָנקומען, וואָרום ער גיט ניט זיינע, ער גיט אָפּ צוריק יענעם, וואָס ליגט ביי אים בדרך פּקדון. וכפּתגם חסידים הראשוניםיט) (בימי אדמו"ר הזקן); דעם שטיקל ברויט וואָס איך האָב, איז ער דיינער ווי מיינער. והיו מקדימים מלת „דיינער" — דיינער ווי מיינער. וכמאמר רז"לכ), יותר משהבעל הבית עושה עם העני העני403עושה עם בעל הבית, ואמרו רז"לכא), נפשו של עני החיית למחר בנך או בתך כו' ומציל אני אותם.
ו. אַזוי ווי אַ מענטש איז צונויפגעשטעלט פון אַ גוף מיט אַ נשמה, איז במילא דער ענין הצדקה פאַראַן אויך אין רוחניות.
אַזוי ווי אין צדקה בגשמיות איז דער דין אַז יעדער איינער, אַפילו אַן עני שבישראל, איז מחוייב אין צדקהכב), אַזוי אויך אין צדקה ברוחניות, איז יעדער איד, אַפילו אַן עני ברוחניות, מחוייב אין צדקה. ווייל יעדער איד האָט וואָס צו געבן. און דאָס גופא וואָס ער האָט זיך געטראָפן מיט יענעם, איז אַ הוראה אַז ער דאַרף יענעם העלפן, געבן, וואָרום וויבאַלד אַז יעדער ענין איז בהשגחה פּרטית און לא ברא הקב"ה דבר לבטלהכג), איז דאָך דאָס געוויס צוליב אַ כוונה אַז ער זאָל יענעם עפּעס געבן.
און אַזוי ווי אין גשמיות גיט ער ניט יענעם נאָר ער טוט אַ טובה זיך, כנ"ל, אַזוי אויך אין רוחניות איז דורך דעם וואָס ער איז משפּיע יענעם, איז ער גאָר מקבל פון יענעם, ווייל די אמיתית השלימות איז דוקא פון דער התכללות ראש ורגל כנ"ל.
ז. אַמאָל האָט דער רבי צמח צדק גערעדט וועגן מעלת הצדקה, ווי גרויס עס איז דער ענין פון העלפן אַ אידן אין פּרנסה און ווי דאָס העלפט אין עבודה פון פּתיחת המוח והלב אויף קבלת הגילויים שלמעלה.
און דער רבי צמח צדק דערציילטכד) זיין זון — אדמו"ר מהר"ש — אַז בדידי' הוה עובדא;
אַז איך בין געפאָרן פון דאָבראָמיסליא אין ליובאַוויטש בין איך געווען שטאַרק אויפגעלייגט פון דעם זיידנס — געמיינט דעם אַלטן רבי'ן — קירוב פּנימי, און געהאָפט אַז קומענדיק אין ליובאַוויטש וועל איך האָבן די זכי' זען דעם זיידן מיט אַ פּנים מאירות (במחזה — עס איז געווען פילע יאָרן נאָך דער הסתלקות פון דעם אַלטן רבי'ן). בתוך כך זיינען ביי מיר נתעורר געוואָרן אייניקע שאלות אין עניני נגלה און עניני חסידות און איך האָב מסדר געווען די ענינים במחשבה.
קומענדיק אין ליובאַוויטש בין איך גלייך געגאַנגען צו דעם אָרט, וועגן וועלכן דער זיידע האָט אונז דערציילט פאָרנדיק אין ליאַדי, אַז אין בית הכנסת וואָס איז דאָרטן געשטאַנען האָט ער געלערנט. ווי איך האָב דערציילט איז דאַן דער פּלאַץ געווען ליידיק נאָך אַ שריכפה וואָס איז דאָרט געווען.
כ"ק חותני אדמו"ר האמצעי האָט אויף דעם אָרט דערציילט, אַז מיט זיבן און פופציק יאָר פריער האָט כ"ק רבינו הגדול געמאַכט ליובאַוויטש פאַר אַ מקום מוכשר פאַר הנהלת חסידי חב"ד באריכות ימים ושנים און אַ קיום נצחי עד ביאת משיח צדקנו.
פון דעם מאורע, וואָס קומענדיק404אין ליובאַוויטש איז דער רבי זיך פון מיר מתעלם — זאָגט דער רבי צמח צדק — בין איך געווען שטאַרק צעבראָכן און אַראָפּגעפאַלן ביי זיך. איך האָב געפילט אַז איך בין חס ושלום אַראָפּגעפאַלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא. איך האָב זיך מכין געווען אויף אַ קירוב פּנימי און איך האָב געהאַט אַזאַ ריחוק. האָב איך זיך זייער מצטער געווען, און מפשפּש געווען במעשי וואָס פאַר אַ זאַך האָט געקאָנט גורם זיין דעם ריחוק, בכדי תשובה טאָן אויף זוכה זיין זען פּני קדשו פון זיידן און הערן עניני תורה ועבודה.
מיטוואָך כ' אלול איז דער רבי צמח צדק געגאַנגען אין בית הכנסת דאַוונען. גייענדיק האָט ער אָנגעטראָפן דעם ליובאַוויטשער בעל הבית פּנחס, וועלכער האָט ביי אים געבעטן אַ גמילת חסד דריי רו"כ, בכדי ער זאָל קענען עפּעס קויפן אין מאַרק און פאַרקויפן, וועט ער האָבן אויף הוצאות שבת. האָט אים דער רבי צמח צדק געזאָגט אַז ער זאָל אַריינקומען צו אים אין הויז נאָכן דאַוונען וועט ער אים געבן.
אַז דער רבי צמח צדק האָט זיך מכין געווען צום דאַוונען און האָט אַוועקגעלייגט דעם טלית אויפן אַקסל, האָט זיך דער צמח צדק דערמאָנט וואָס ר' פּנחס האָט אים געזאָגט, אַז היינט איז אַ יום השוק, דער מאַרק שטעלט זיך פרי און געוויס דאַרף פּנחס די געלט תיכף. האָט דער צמח צדק אַראָפּגענומען דעם טלית, געגאַנגען אַ היים און גענומען פינף זילבערנע רובל און עס געגעבן פּנחס'ן ער זאָל קענען עפּעס האַנדלען און פאַרדינען.
אַז דער רבי צמח צדק איז צוריקגעקומען אין מנין און געוואַשן די הענט ביים האַנטפאַס צו שטעלן זיך דאַוונען, האָט זיך צו אים באַוויזן דער אַלטער רבי און האָט אים פּותר געווען אַלע ספיקות און פּני קדשו האָט געלויכטן.
ח. זעט מען דאָך פון דער מעשה אַז צדקה פּועל'ט אויך אין רוחניות. דער צמח צדק מיט אַלע זיינע ענינים ובפרט די קירובים וואָס ער האָט געהאַט אין דער צייט פון דעם אַלטן רבי'נס הסתלקות, וואָס דעמאָלט איז ער דאָך געווען אַליין מיטן אַלטן רבי'ן,
— דער מיטעלער רבי איז געווען אין קרעמענטשוג, ר' חיים אַברהםכח) איז געווען ניט געזונט און ר' משהכ) איז געבליבן אויפן צווייטן זייט פון פראָנט און האָט ניט געקענט קומען צוליב דער מלחמה —
און האָט געהאַט אַ סך קירובים פון אַלטן רבי'ן, דערצו האָט ער געטאָן פאַרשידענע ענינים אויף זען דעם אַלטן רבי'ן, און דאָס אַלץ האָט ניט געהאָלפן.
נאָר בשעת ער האָט געטראָפן אַ אידן אין גאַס, און געטראָפן אים ניט אין צמח צדק'ס ד' אמות (ד. ה. ניט אַז דער איד איז געקומען צום צמח צדק) נאָר אין זיינע — ר' פּנחס'עס — ד' אמות, און געטראָפן אים ניט ביי זאָגן תהלים והדומה נאָר טראַכטנדיק וועגן אַ גמילת חסד406בכדי ער זאָל קענען פאַרדינען, און צוליב דעם האָט ער אַפּגעלאָזן דעם ענין פון תפלה, און דערצו נאָך — דעם צמח צדק'ס תפלה, וואָס תפלה איז שעת מוחין דגדלות למעלה און אויך למטהכז), און עס ווערט דערקלערט אין אגרת הקדשכח) די מעלה פון תפלה אויף תורה, — אַז תפלה פּועל'ט אַ שינוי אין גשמיות, רופא חולים ומברך השנים, איז דורך דעם וואָס ער האָט דאָס אָפּגעלאָזן צוליב טאָן אַ אידן אַ טובה אין גשמיות, האָט ער זוכה געווען צו זען דעם אַלטן רבי'ן.
אַזוי ווי עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס זייער מעלה איז אין צוויי ענינים, א) זיי האָבן וואָס צו געבן. ב) מעלת המרץ. איז זאָלן זיי גיין ראש השנה אין די שולן צו מעורר זיין אידן.
ראש השנה איז דאָך צוויי טעג, וואָס יעדער איינער פון זיי האָט אַ מעלה. דעם ערשטן טאָג ראש השנה
א. די משנה זאָגט אויף ראש השנה, אַז מצות היום בשופרב).
עס איז פאַראַן אַ משל פון מורנו הבעל שם טובב) אויף דעם ענין פון איז דינא קשיא און דעם צווייטן טאָג — דינא רפיא. דער ערשטער טאָג איז מדאורייתא און דער צווייטער טאָג מדרבנן. און וויבאַלד אַז חמורים דברי סופרים האָט דאָך יעדער טאָג אַ מעלה אויפן צווייטן, ומשלימים זה את זה, ביז זיי ווערן יומא אריכתאכח), במילא זאָל מען גיין ביידע טעג.
קען מען דאָך טענה'ן, אַז איך האָב אַזאַ פאַרפּלאָנטערטן חשבון פון אַ גאַנץ יאָר, איך ווייס ניט וואָס איז פון יצר טוב און וואָס איז פון יצר הרע, און איצטער האָט מען מיר געגעבן פערציק טעג ימי רצון איך זאָל זיך קענען עפּעס פאַנאַנדעררעכענען, איז ווי זאָל איך אָפּגעבן אַזאַ צייט אַן אַנדערן — זאָגט מען אים אַז מתנות לאביונים איז איש לרעהו. דורך דעם וואָס ער וועט גיין מעורר זיין יענעם — וועט צוקומען אויך אים.
שופר, אַז דאָס איז אַזוי ווי אַ בן שצועק אבא אבא הצילני (אַ קינד וואָס שרייט טאַטע, טאַטע, ראַטעווע מיר).
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט בשם פון די פריערדיקע רביים, אַז מען האָט אַמאָל אַרויסגעשיקט זאָגן דעם עולם אין בית המדרש, אַז דער