English
ספרייה

לקוטי שיחות

עקב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

371פרשת עקב

א. היינטיקע סדרה — פ' עקב — איז איינע פון די שבעה דנחמתא, וואָס ניט נאָר די הפטרות זיינען אַן ענין פון נחמה, נאָר אויך די סדרות. וואָרום די הפטורות זיינען דאָך, ברובם, מעין הפּרשה. איז וויבאַלד אַז די הפטורה רעדט וועגן דער נחמה פון דער גאולה, דאַרף מען זאָגן, אַז אויך די סדרה רעדט וועגן דער גאולה.

באמת רעדט גאַנץ תורה וועגן גאולה, וואָרום אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורהא), דורכן עסק בתו

רה ווערט באַפרייט די נשמה פון דעם גלות הגוף ונפש הבהמית, און דורך דעם ווערט באַפרייט אויך דער גוף פון גלות כפּשוטו.

נאָר אין גאַנץ תורה רעדט זיך וועגן אַנדערע ענינים, און דורך זיי איז פאַראַן די גאולה, אָבער אין די סדרות פון שבעה דנחמתא רעדט זיך וועגן גאולה אַליין.

מען געפינט זיך דאָך איצטער אין גלות, איז בכדי צו דערקלערן דעם ענין הגאולה, גיט מען פריער צו פאַרשטיין דעם גלות מיט דער סיבה פון דעם גלות, און בשעת מען ווייס די סיבה פון דעם גלות, ווייס מען

(4372ווי צו מתקן זיין די סיבה, און בשעת מען איז מתקן די סיבה ווערט במילא נתתקן אויך דער מסובב, און אַזוי קומט מען צו דער גאולה.

על דרך משל אַ חולה אין גשמיות; בשעת ער ווייס אַז ער איז אַ חולה און ווייס אויך אין וואָס זיין חולאת באַשטייט, וועט ער גיין צו אַ רופא, וואָרום ער ווייס אַז ער איז אַ חולה; ער וועט וויסן וואָס צו זאָגן דעם רופא, וואָרום ער ווייס אין וואָס באַשטייט זיין קראַנקייט, ובמילא, וועט דער רופא וויסן וואָס פאַר אַ מעדיצין צו געבן אים, און אַזוי אַרום וועט ער אויסגעהיילט ווערן.

די ידיעה וואָס ער ווייס אַז ער איז אַ חולה און אין וואָס זיין קראַנקייט באַשטייט, די ידיעה אַליין — איז שוין אַ האַלבע רפואה, און זי וועט ברענגען מיט דער צייט אויך די אַנדער האַלבע רפואה, אַז ער וועט ווערן אינגאַנצן געזונט.

מיט דער ידיעה וואָס מען דערקלערט דעם ענין הגלות, און וואָס איז זיין סיבה, הויבט זיך שוין אָן די גאולה, וואָרום וויסנדיק וואָס דער גלות איז, זוכט מען ווי עס צו היילן און אַרויסגיין דערפון אל ארץ טובה ורחבה.

ב. בשעת די אידן זיינען אַריינגעקומען אין ארץ טובה ורחבה (צום ערשטן מאָל) זיינען זיי פריער דורכגעגאַנגען אַ גרויסן מדבר, און דאַן זיינען זיי אַרויס פון דעם מדבר און אָנגעקומען אין ארץ ישראל. מעשה אָבות סימן לבנים. דאָס וואָס די תורה דערציילט אונז וועגן דעם מדבר אין וועלכן די אידן האָבן זיך געפונען איידער זיי זיינען געקומען קיין ארץ ישראל, איז דאָס — סימן לבנים, אַז אויך דער גלות אין וועלכן מיר געפינען זיך איצטער, איז גלייך צום מדבר אין וועלכן די אידן האָבן זיך געפונען דעמאָלט.

איז די ידיעה וואָס מיר וועלן וויסן וועגן דעם מדבר אין וועלכן די אידן האָבן זיך געפונען דעמאָלט, וואָס דאָס איז אויך אַ ידיעה וועגן דעם גלות אין וועלכן מיר געפינען זיך היינט, דורך דעם וועלן מיר וויסן ווי אַזוי דעם גלות צו היילן.

אין היינטיקער סדרה, אַלס איינע פון די שבעה דנחמתא, דערציילט מען וועגן דעם מדבר. דער פּסוק באַצייכנט דעם מדבר מיטן נאָמען „במדבר הגדול והנורא נחש שרף ועקרב וצמאון אשר אין מים"ב), דאָס זיינען אַלץ פאַרשידענערליי פּרטים וועגן דעם מדבר, און אויך וועגן היינטיקן גלות. ווי פריער געזאָגט, זיינען די פּרטי הידיעות וועגן דעם גלות אַ מעין פון נחמה, וואָרום דורך דער ידיעה וועלן מיר וויסן וואָס מען דאַרף היילן, און אַרויסגיין פון גלות צו ארץ טובה ורחבה.

ג. מדבר איז אַן אָרט וואָס איז ניט קיין מושב אדם, ניט קיין ישוב פון מענטשן. זאָגט ער אויפן מדבר; מדבר הגדול, אַ גרויסער מדבר. דער מקום המדבר וואָס איז ניט קיין מענטשלעכער ישוב איז גרעסער פון דעם אָרט פון ישוב בני אדם.

אדם גייט אויף אידן. אתם קרויים אדם. ווי דער של"ה איז מבארח)373אדם מלשון אדמה לעליון. אידן זיינען געגליכן צום אדם העליון שעל הכסא.

מדבר הגדול, דער אָרט וואָס איז ניט קיין מושב בני אדם איז גרעסער ווי דער אָרט פון ישוב אדם. ווי ער זאָגט אין פּסוק*) ; כי אתם המעט מכל העמים, אידן זיינען אַ מינדערהייט פון אַלע פעלקער. אַזוי אויך ביי אידן גופא, זיינען די אידן וועלכע היטן אָפּ תורה ומצוות ווי עס דאַרף צו זיין — לעת עתה ולפי שעה — נאָך ניט דער רוב.

דער ערשטער וואָרט מיט וועלכן דער פּסוק באַצייכנט דעם גלות איז — מדבר הגדול. די ערשטע סיבה און די ערשטע טרעפּ פון דער ירידה, פון וועלכער עס פאַנגט זיך אָן דער גלות, איז דאָס וואָס מען האַלט די אַרומיקע וועלט גרעסער פון זיך. מען האַלט דעם ישוב — אידן און אידישקייט — פאַר אַ קליינעם אָרט, און די אַרומיקע וועלט, דעם מדבר העמים, פאַר אַ גרויסן אָרט, אַ גרעסערע זאַך פון אידן.

באמת קען קיין זאַך אין דער וועלט ניט האָבן קיין שליטה איבער אידן. אדרבה, אַלע זיינען בטל צו אידן, ווי ער זאָגט אין היינטיקער הפטרה, והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך. און ווי די גמרא זאָגטח) אויפן פּסוקח) וראו כל עמי הארץ גו' ויראו ממך, אלו תפילין שבראש. בשעת אַז אויפן קאָפּ איז ביי אים פאַראַן דער שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד, און זיין שכל איז אַרומגענומען מיט דעם וויסן, אַז דער אויבערשטער איז דער איינציקער בעל הבית אויף דער גאַנצער וועלט, דעמאָלט איז וראו כל עמי הארץ ויראו ממך, אַלע זיינען בטל פאַר אים.

אָבער בשעת ער מאַכט אַ חשבון — מדבר הגדול, ער גיט אַ חשיבות דער וועלט, ער טענה'ט אַז די וועלט איז גדול און ער איז קטן, ובמילא, פרעגט ער די שאלה, מי יקום יעקב כי קטן הוא.

די שאלה גופא, דער געבן חשיבות צו דער וועלט, דאָס מאַכט ביי אים אויף אַ גלות, אַ העלם והסתר, אַז די וועלט קען האָבן אַ בעל־הבית'ישקייט איבער אים. דאָס איז התחלת הגלות.

אָבער ווען ער געדענקט, אַז אַתה בחרתנו מכל העמים כו' ורוממתנו, ווערט ער פאַר קיינעם ניט נתפּעל, וויסנדיק אַז אידן זיינען העכער פון אַלעמען, און דעמאָלט איז ניטאָ קיין גלות ביי אים. דער אויבערשטער גיט אים פּרנסה, ער קען אָנפירן זיין געשעפט על פּי דרכי התורה, און עס בלייבט ביי אים צייט אויף קביעות עתים לתורה.

ד. פון דעם וואָס ער נעמט אָן די וועלט פאַר מדבר גדול, קען קומען צו אַ ווייטערדיקער ירידה, ניט נאָר מדבר גדול נאָר אויך והנורא.

גדול מיינט, אַז יענער איז גרעסער פון אים, אָבער פונדעסטוועגן אַ מציאות בפני עצמו פון אַ מיעוט לכל הפּחות איז ער אויך. אָבער נורא מיינט, אַז ער האָט מורא פאַר יענעם, ווייל ער רעכנט אַז יענער האָט אַ שליטה און אַ מאַכט איבער אים.

בשעת ער איז מחשיב די וועלט374בלויז אַלס מדבר גדול, איז נאָר ווען ער קומט אין באַרירונג מיט וועלט און אירע ענינים ווערט ער נתפּעל פאַר איר, ווייל ער אַנערקענט איר גרויסקייט, אָבער ווען ער איז אין זיינע ד' אמות, האַלט ער זיך שטאַרק.

אָבער בשעת ער דענקט, אַז די וועלט איז אַ מדבר גדול ונורא, איז אַפילו ווען ער געפינט זיך אין זיינע ד' אמות, ער געפינט זיך אין שול, אין ישיבה אָדער ביי זיך אין דערהיים, אויך דעמאָלט האָט ער מורא פאַר וועלט, ער האָט מורא מקיים זיין תורה ומצוות בגלוי, ער ציטערט, טאָמער וועט די וועלט זיך דערוויסן דערפון, ומה יאמרו הגוים?

ה. פון דעם קען קומען צו אַ ווייטערדיקער ירידה — נחש.

אין ספר ערכי הכינוייםז) ברענגט ער אַז נחש ארסו חם. דער גיפט פון אַ נחש איז אַ הייסער. דאָס מיינט, אַז ער הויבט זיך אָן צו קאָכן אין דעם קאָך און היץ פון זועלט. און דורך דעם וואָס ער האָט אַ קאָך אין וועלט, פאַרמינערט דאָס ביי אים דעם קאָך אין קדושה.

דערפון קען קומען צו נאָך אַ גרעסערער ירידה — שרף.

דער קאָך אין וועלט ווערט ביי אים אַזוי שטאַרק, אַז ניט נאָר וואָס דאָס איז ממעט דעם קאָך אין קדושה, נאָר עס פאַרברענט אינגאַנצן דעם קאָך פון קדושה.

פון דעם קען קומען צו נאָך אַ גרעסערער ירידה — עקרב.

וועגן עקרב, ברענגט ער אין ערכי הכינויים)), אַז ארסו איז — קר. דער גיפט פון אַן עקרב איז קאַלט.

דאָס איז ערגער פון נחש און שרף. וואָרום בשעת ער האָט אַ קאָך און אַ היץ, הגם דאָס איז ביי אים אין וועלטישע זאַכן, אָבער דאָס איז אַ באַווייז אויף לעבעדיקייט. במילא קען מען דאָס אומבייטן אויף אַ חיות און אַ קאָך אין קדושה. אָבער ווען ער איז קאַלט, וואָס דאָס איז אַ סימן אויף היפּך פון לעבן, איז דאָס פיל ערגער. ועל דרך הגרעון דעז לגבי שור נגח)).

פון דעם קען קומען צו נאָך אַ גרעסערער ירידה — צמאון אשר אין מים. אפילו ווען מלמעלה איז מען אים מעורר, דורך דעם בת קול וכדומה, ווי דערקלערט אין חסידות, און עס ווערט ביי אים אַ צמאון, איז אויך דעמאָלט אין מים. מים זו תורהי), ער ווייס ניט צו וואָס דער צמאון איז, ער איז דאָרשטיק און פילט ניט און ווייס ניט צו וואָס, ווייל ער איז געוואָרן אַזוי ווייט אַז ער האָט ניט קיין שייכות און ווייס ניט פון דער גאַנצער מציאות פון קדושה.

פון וואָס הויבט זיך דאָס אַלץ אָן ?

פון דעם מדבר הגדול, דאָס וואָס מען איז מחשיב, מען מאַכט וויכטיק, דעם מדבר — די וועלט, דאָס איז די ערשטע טרעפּ צו אַלע ירידות ביז צום; וצמאון אשר אין מים.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז אויף מתקן זיין די אַלע ירידות, דאַרף מען376מתקן זיין די ערשטע סיבה: האָבן אַ שטאַרקייט אין אידישקייט, געדענקענדיק אַז אַתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו.

און דעמאָלט ווערט מען פּטור פון גלות און מען גייט אל ארץ טובה ורחבה דורך משיח צדקנו במהרה בימינו.

ו. דערמיט וועט מען פאַרשטיין די גמראיא): נחש כרוך על עקבו לא יפסיק, עקרב כרוך על עקבו יפסיק.

ווען ער האַלט אין מיטן דאַוונען און מיטאַמאָל נעמט אים אָן אַ היץ פון וועלט, נחש כרוך על עקבו, הגם עס טויג טאַקע ניט, פונדעסטוועגן לא יפסיק, ער זאָל ניט מפסיק זיין פון דאַוונען, ער זאָל דאַוונען ווייטער. סוף כל סוף וויבאַלד ער האָט אין זיך חיות, וועט ער דעם

פרשת

א. אין היינטיקער סדרה רעדט זיך וועגן זאת הבהמה אשר תאכלו, בהמות טהורות, און וועגן הבהמה אשר לא תאכלו, בהמות טמאות, און די תורה גיט אָן צוויי סימנים אויף הבהמה אשר תאכלו; מעלת גרה און מפרסת פרסה.

אין די סימנים פון תורה זיינען פאַראַן צוויי סוגים; א) גורמים, אַזעלכע סימנים וואָס זיי זיינען אַ טעם וסיבה אויף דער זאַך, ובנדון דידן חיות און קאָך מהפּך זיין צו קדושה.

עקרב כרוך על עקבו, ער האַלט אין מיטן דאַוונען און עס כאַפּט אים אָן אַ קעלט, הגם דאָס איז נאָר כרוך על עקבו, דער עקרב וואָס ארסו קר, די קעלט האָט אים ניט אָנגעכאַפּט אין מוח ולב, מערניט ווי אין די עקביים, פונדעסטוועגן יפסיק מתפלתו. וואָרום אויב אין מיטן דאַוונען קען אים אָנכאַפּן אַ קרירות, העדר החיות, איז אַ ראי' אַז זיין גאַנצער סדר העבודה איז ניט כדבעי, דערפאַר זאָל ער מפסיק זיין פון דעם סדר עבודה און נעמען זיך צו אַ נייעם סדר אין עבודה, אַן עבודה מיט חיות און מיט אַ לעבעדיקייט, וואָס דאָס קומט דורך לימוד פּנימיות התורה, וואָס איז אילנא דחייא.

(משיחת ש"פ עקב, כ' מנ"א, תשט"ז)

ראה

— דורך דעם וואָס די בהמה איז מעלה גרה ומפרסת פּרסה, איז זי אַ בהמה טהורה; ב) מבדילים, אַזעלכע סימנים וואָס זיי זיינען ניט קיין טעם וסיבה אויף דער זאַך, זיי זיינען מער ניט ווי מברר די טהרה והיפּך הטהרה וואָס עס איז פאַראַן אין דער זאַך מצד עצמו. דאָס ווערט נתברר דורך די סימניםא).

פּנימיות התורה, תורת החסידות, פאַרבינדט דעם משל מיטן נמשל.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-q0abfqm4

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות