לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ז
481יו
חנוכה
א. די נקודה העיקרית פון היינטיקן שבת איז, וואָס עס איז שבת חנוכה.
די גמרא דערציילטא) ; מאי חנוכה, שכשנכנסו יונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל, וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום וכו' לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים וכו'.
דער נס פון חנוכה איז געווען וואָס מען האָט געפונען שמן טהור צו צינדן די נרות פון בית המקדש און דער שמן האָט געברענט אַכט טעג, און דערפאַר האָבן די חכמים קובע געווען ברכת שעשה ניסים על הדלקת הנרות, ווייל דאָס איז דער עיקר הנס ויום טוב דחנוכה.
דאָס מיינט, אַז די עבודה פון חנוכה איז צינדן נרות, מאַכן ליכטיק. מען געפינט זיך אין גלות, אויפן גאַס איז פינסטער. דער זמן פון צינדן נר חנוכה איז דאָך משתחשך, — גייט מען דעמאָלט און מען מאַכט ליכטיק. דאָס איז אַן עבודה בדרך מלמטה למעלה.
ב. און דאָס איז דער חילוק פון נרות המקדש און נרות חנוכה.
עס זיינען דאָ אין דעם צוויי חילוקים עיקריים; א) נרות המקדש צינדט מען מבפנים ונרות חנוכה צינדט מען מבחוץ. ב) נרות המקדש צינדט מען מבעוד יום ונרות חנוכה משתחשך.
וואָס די צוויי ענינים פון חוץ און חושך ווייזן אויף אַן ענין פון ניט קדושה. וואָרום קדושה איז אור — היפּך החושך — און ענינה איז לעשות דירה לו יתברך — היפּך החוץ, אַן ענין פון פּנים.
נרות המקדש צינדט מען מבעוד יום ומבפנים, ווייל עס איז אַ גילוי בדרך מלמעלה למטה. נרות חנוכה צינדט מען משתחשך ומבחוץ, ווייל ענינה איז בדרך מלמטה למעלה, צו באַלייכטן אויך דעם חושך מיטן חוץ.
און דער סדר עבודה אין דעם איז, ניט ווי דעת בית שמאיב) אַז פּוחת והולך כפּרי החג, נאָר מוסיף והולך, דמעלין בקודש, אַז אַלע טאָג צינדט מען אָן נאָך אַ ליכטעלע, מען מאַכט ליכטיקער און ליכטיקער, ביז אַז ולילה כיום יאיר.
מען דאַרף באַלייכטן דעם חושך, אַוועקשטעלן זיך בחוץ און באַלייכטן דעם חושך און מיט שמן טהור, ובדרך מלמטה למעלה, ומוסיף והולך.
ד. דער נס פון חנוכה איז געווען; כשנכנסו היונים טמאו את השמנים שבהיכל, וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום מצאו פּך שמן טהור כו'.
וואָס מיינט טמאו את השמנים?
טמאו מיינט ניט, אַז מען האָט עפּעס אַראָפּגענומען פון שמן, אָדער מען האָט עס משנה געווען בפּנימיות. ניין, עס איז מער ניט וואָס482די יונים האָבן דאָס אָנגערירטח), און דערמיט איז דאָס געוואָרן טמא.
ה. דער פּנימיות הענין פון דעם איז מבואר אין חסידות, אַז די מלחמת היונים איז געווען — חכמות חיצוניות. הגם מען טשעפּעט ניט תורה, מען איז מסכים אַז מען זאָל לערנען תורה, וויבאַלד אָבער אַז מען שטעלט אַוועק תורה מיט חכמות חיצוניות אין איין היכל, מען פאַרגלייכט חכמה יונית צו תורה, אַז תורה איז אַ שכל ווי אַלע חכמות, זאָגט מען אַז דאָס איז — טמא.
וואָרום דער גאַנצער ענין פון טומאה וטהרה איז ווי דער מדרש זאָגט און אין רמב"ם שטייט עס בקיצור*)); לא המת מטמא ולא המים מטהרין אלא חוקה חקקתי, גזירה גזרתי, עס איז אַן ענין פון חוקה למעלה מן השכל.
און דאָס איז דער ענין פון היונים טמאו את השמנים. שמן הוא חכמה כידוע), אַפילו מען לאָזט לערנען חכמת התורה, אָבער מען לאָזט דאָרטן אַריין אויך יונים, מען לאָזט צו אין היכל התורה חכמה יונית און מען שטעלט דאָס אַוועק אויף איין און דער זעלבער דרגא, איז דאָס טמאו את השמנים, און מען דאַרף האָבן אויף דעם מסירת נפש אויף ניט צולאַזן דאָס.
ו. די הוראה פון דעם בזמננו איז;
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וועלכע טענה'ן; תורה איז דאָך אַן ענין פון הבנה והשגה, כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים *), איז וועמען אָרט דאָס, אַז מען וועט אַריינמישן אין דעם אויך אַנדערע חכמות. אַ פאַר שעה לערנען תורה און אַ פאַר שעה אַנדערע חכמות להבדיל, און מאַכן דערפון אַ סמיכות און איין זאַך, וואָס פאַר אַ קלקול קען זיין אין דעם?
דאָס לערנט אונז דער נס פון חנוכה;
אַז מען גייט מיט דעם וועג, איז ניט נאָר וואָס דער שמן טהור איז ניט מטהר דעם שמן טמא, נאָר אדרבה, טמאו את כל השמנים, אַז דער שמן טהור ווערט אויך טמא.
און דאָס ברענגט ניט נאָר אַ חורבן אין רוחניות, נאָר אויך אין גשמיות ר"ל. ווי דער רמב"םח) דערציילט וועגן חנוכה, אַז די יונים פּשטו ידם בממונם ובבנותיהם, און דאָס אַלץ איז פאַרבינדן מיט דעם וואָס טמאו את השמנים.
וואָרום באמת קען אַן אינו יהודי ניט האָבן קיין שליטה אויף אַ אידן. נאָר ווי אַזוי האָבן זיי אַ שליטה? דורך דעם וואָס מען לאָזט אַליין צו די יונים, מהרסיך ומחריביך — ממך יצאוז).
אָבער אַז מען לאָזט ניט צו דעם יון, די חכמה יונית אין היכל, היכל התורה, דעמאָלט איז דער שמן אַ שמן טהור.
ז. חנוכה און פּורים, הגם ביידע זיינען אַן ענין פון פּרסומי ניסא, פונדעסטוועגן זיינען זיי חלוק מיט דעם, וואָס פּורים איז ברוב עם מיט483אַ גרויסן שטורם ובשמחה יתירה, מה שאין כן חנוכה איז ניטאָ די אַלע ענינים.
ס'איז אַפילו פאַראַן אַ מנהג במקומות שונים ובמדינות שונות ונהרא נהרא ופּשטי')), אַז הדלקת נרות חנוכה איז ברוב עם וכו'. אָבער ביי אונזערע רביים איז דאָס ניט געווען). אדרבא, כ"ק מו"ח אדמו"ר נ"ע האָט דערציילט, אַז אויב עמעצער שלא מבני הבית איז געווען בעת הדלקת נרות חנוכה, איז מען געווען ניט צופרידן.
ח. קיין טעם אויף דעם בפירוש האָב איך ניט געפונען, נאָר מען קען זאָגן בדרך אפשר עפ"י המבואר אַז, דער יום טוב פון פּורים דאַרף זיין ביין. כדאיתא בגמראי) חייב איניש לבסומי בפּוריא, זאָגט רש"י ביין. דער טעם אויף דעם איז, ווייל דער גאַנצער ענין פון נס פּורים איז געווען על ידי יין. סיי די התחלה און סיי דער סוף פון מפּלת המן ונצחון מרדכי וישראל איז געווען ביין.
מה שאין כן חנוכה האָט מען קובע געווען דעם יום טוב בשמן. דער נס איז געווען בשמן, ווי די גמרא זאָגט מאי חנוכה און דערציילט די מעשה הנס וואָס איז געווען מיטן פּך שמן, און דערפאַר האָט מען קובע געווען דעם יום טוב בשמן. אויך די ברכת הניסים מאַכט מען על הדלקת השמן.
ט. דער חילוק פון יין און שמן. יין איז אַן ענין פון גילוי און שטורם. שמן איז אַן ענין פון העלםכא). מצד עצמו איז דאָס גאָר העלם לגמרי, און אַפילו בשעת מען איז מדליק דעם שמן, וואָס דעמאָלט טוט מען אויף אין שמן דעם ענין הגילוי, מכל מקום מצוה מן המובחר והידור, עס זאָל ניט זיין קיין רעש, נאָר עס זאָל ברענען בניחותא ובחשאי, ווייל כללות ענינו איז העלם.
און דאָס, קען מען זאָגן, איז געווען דער טעם, וואָס צו הדלקת נרות חנוכה האָט מען ניט געמאַכט קיין פּרסום ברוב עם וכו', ווייל דער כללות ענין פון חנוכה איז אַן ענין פון שמן דענינו העלם, און אַפילו דער גילוי פון דעם איז בניחותא.
י. דער ביאור הטעם בפּנימיות, פאַרוואָס פּורים איז ברעש און חנוכה איז בחשאי, וועט מען עס פאַרשטיין על פּי המבואר בלבוש ובט"זיב) און עס ברענגט זיך אין מאמרי חסידות, אַז דער חילוק פון פּורים און חנוכה איז, וואָס פּורים איז געווען די גזירה אויפן גוף, אויף גשמיות, און חנוכה איז געווען די גזירה אויף דער נשמה, אויף רוחניות, און אין רוחניות גופא, איז געווען די גזירה להעבירם מחוקי רצונך, וואָס דאָס איז איידלקייט אין רוחניות גופא.
484דערפאַר איז פּורים האָט אַ שייכות מערער צו מצוות. און די מצוות פון פּורים זיינען משלוח מנות איש לרעהו וכו', מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן גוף. און דער משלוח מנות דאַרף זיין דוקא אין אַזעלכע זאַכן וואָס הגוף יכול להנות ממנו.
ויש דיעה דאפילו בבשר חי אין יכולים לצאת משלוח מנותכח).
מה שאין כן בנר חנוכה זאָגט מען הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהן, ווייל דאָס איז פאַרבונדן מיט רוחניות.
עס איז ידוע, אַז בשעת אַ זאַך ברענט, איז וואָס דער חומר איז מער מגושם, ברענט עס ברעש יותר, מה שאין כן אַ חומר דק, אַן איידעלער חומר, ברענט עס אָן אַ רעש. דער טעם הדבר איז, ווייל דער רעש קומט מצד ביטול הישות.
און על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק פון פּורים און חנוכה, וואָס פּורים איז די שמחה ברעש און חנוכה בחשאי.
יא. מען דאַרף דאָך מיטנעמען פון חנוכה אויף אַ גאַנץ יאָר. איז די הוראה פון דעם ענין בנוגע להעבודה אויף דעם גאַנצן יאָר;
די עבודה דאַרף זיין שלא ברעש נאָר בחשאי. ד. ה. מען לאָזט לכתחלה ניט צו קיין מנגד. מצוה להאיר על פּתח ביתו מבחוץ, מען דאַרף טאַקע באַלייכטן אויך דעם חושך שמבחוץ, אָבער ניט אין אַן אופן פון מלחמה, נאָר מען נעמט מיט אַהין די אייגענע ליכטיקייט ובדרך ממילא איז מעט אור דוחה הרבה חושך. ובפרט כשמוסיף והולך, יעדן טאָג איז מען מוסיף אור, ביז מען קומט צו צום נר השמיני, וואָס איז תכלית האור, ווי מען האָט גערעדט בארוכה. דורך דעם פּועל'ט מען במילא אַז ולילה כיום יאיר.
יב. די רביים מייסדייד) ומנהלי הישיבה תומכי תמימיםיח) ליובאַוויטש, איז געווען חפצם ורצונםי) אַז די תלמידים פון דער ישיבה זאָלן זיין — נרות להאיריא), ניט נאָר סתם תלמידים, ניט נאָר תלמידים לומדים, ניט נאָר תלמידים חסידים, נאָר — נרות להאיר. דער דיוק אין דעם486לשון — נרות און להאיר — ווייל עס קען זיין אַ נר, אַ פּתילה און שמן און געפינען זיך אין אַ כלייח), אָבער עס פעלט דער להאיר, עס איז ניט אָנגעצונדן, עס לייכט ניט אין זיך און ניט אין יענעם.
עס דאַרף זיין נרות להאיר — אויסגעפינען ביי זיך דעם נר און אָנצינדן אים, און דער לשון איז דאָך להאיר — ניט אור, אָדער מאיריט) — דאָס באַווייזט דעם תכלית הנרות, אויף להאיר דוקאכ). און מען קען זאָגן, אַז דאָס איז כולל נאָך אַן ענין; מען דאַרף אויפלייכטן יענעם. אויסגעפינען אין יענעם די שמן, פּתילה און כלי און אָנצינדן.
יג. וויבאַלד אַז דאָס איז געווען זייער כוונה, ווייס מען צוויי ענינים; ערשטנס — אַז זיי האָבן אַריינגעלייגט כחות אין דעם. צווייטנס — בדרך ממילא איז ביי אייך געוואָרן (אויב אַפילו פריער איז ניט געווען) די יכולת וכחות אויף דעם.
אָבער דער אויבערשטער וויל דאָך ניט אַז עס זאָל זיין נהמא דכסופאכא), און ווי דער רבי האָט דערציילטכא) אַז ביי חסידים איז ממילא קיין ענין ניט — מאַכט זיך ביי יעדן איינעם נסיונות און שוועריקייטן. אַמאָל דוכט זיך אַז עס איז אַ נסיון, אַמאָל איז דאָס טאַקע אַ נסיון. איינער מיינט אַז פאַר אים איז צו שווער אַזאַ עבודה, אַן אַנדערן דוכט זיך אַז ער איז שוין אַ נר להאיר, ווי ער איז איצט איז ער שוין כפי הכוונה — הגם אַז למעשה איז נאָך גאָר ווייט דערפון.
אָבער וויבאַלד אַז אַ רבי אַ צדיק האָט דאָס געוואָלט, וואָס רז"ל זאָגן *כב) דאָך צדיקים דומים לבוראם, איז כשם ווי ביי הקב"ה איז וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדחכג), אַזוי איז ביי אַ רבי'ן, וואָס ער איז אַ ממוצע המחבר אידן און דעם אויבערשטן, ובפרט זיינע תלמידים ומקושרים און דעם אויבערשטן*23), איז דערביי אויך — לא ידח ממנו נדח, און די זאַך וועט זיך אָפּטאָן. ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניא ושו"ע הלכות תלמוד תורהכד) בגלגול זה או בגלגול אחר. בגלגול אחר מיינט מען ניט נאָר נאָך מאה ועשרים שנה, וואָס דאָס איז דער פּירוש הפּשוט, בגלגול אחר מיינט אויך ווען עס ווערט אַ שינוי עיקרי אין אים בחיים חיותו בעלמא דיןכה).
און וויבאַלד אַז מען קען דאָס טאָן פריער — וואָס דאַרף מען אָפּלייגן אויף שפּעטער? ווי דער רבי זאָגט אין אַ שיחה, אַז חסידים זיי־486נען קלוגע זיי לייגן ניט אָפּ אויף מאָרגן וואָס מען קען טאָן היינט, היום לעשותם.
יד. די עיקר מצוה פון חנוכה איז — צינדן חנוכה ליכט *כו).
בין נשים בין אנשים דאַרפן אָנצינדן. נרות שבת ויום טוב נמסרו לנשיםכ), אָבער נרות חנוכה זיינען סיי לאנשים, איש — שדרכו לכבוש, סיי לנשים, אַזאַ וואָס אים דוכט זיך אַז ער האָט ניט די ברייטקייט, די תקיפות אויף לכבוש און פּועל זיין אויף אַ זולת. אָבער לכל הפּחות זיין סביבה קען ער באַלייכטן.
דער זמן ההדלקה איז משתשקע החמה — ווען עס ווערט חושך. כשטמאו כל השמנים (אַפילו די שמנים) שבהיכל, און אויך נאָכן חורבן בית המקדש, דאָס הייסט אויף להאיר חשכת הלעומת זה והגלות.
על פּתח ביתו מבחוץ — אַז ביי אידן בכלל און ביי ישיבה בחורים בפרט — איז אויך זייערע חיצוניות'דיקע ענינים זאָלן זיין כפי הכוונה. און עס זאָל זיין מוסיף והולך, מוסיף ואור — יעדע נאַכט מיט אַ לייכטנדיקער ליכטל מער — נר מצוה ותורה אור. ווען קען מען זיין זיכער אין דעם — אויב עס איז דאָ דער דרך חיים, ווי דער סיום הפּסוק, וואָס דאָס איז די התקשרות צו דעם מאור שבתורה, פּנימיות התורה, תורת החסידות, — ווי עס רעדט זיך בארוכה אין קונטרס עץ החייםיז).
מניחה בשמאל — ניט נאָר דעם חלל הימני, נאָר אויך זיין אייגענער חלל השמאלי זאָל מאיר זיין. און אויך באַלייכטן דעם זולת, דעם אמת'ן זולתכח), געפינען אין אים דעם נר און אָנצינדן.
דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז איר, די נרות להאיר, זאָלט אויספירן די כוונה פון די מייסדי הישיבה און די מנהלי הישיבה און עס זאָל זיין בחסד וברחמים, און מען זאָל האָבן פון אייך נחת, חסידישן נחת, אין אַלע פּרטים.
טו. היינט איז דאָך חנוכה, חנוכה איז אַ מנהג ישראל אַז מען גיט חנוכה געלט, וועל איך אייך געבן חנוכה געלט פון דעם רבי'נס אַ קופּה — איז דאָס ווי דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט, אַז דאָס איז על דרך מאמר רז"ל289)) הנוטל פּרוטה מאיוב מתברך, אַז עס איז ניט נוגע די כמות, הגם עס איז די קלענסטע מטבע, אַ פּרוטה, וויבאַלד אַז די פּרוטה איז פון אַ תם וישר ירא אלקים וסר מרע איז מתברך — עס וועט זיין בהצלחה, און אַז דער רבי זאָגט בהצלחה — איז ניט נאָר בגשמיות נאָר אויך ברוחניות.
(נתן בידו הקדושה מעות חנוכה — שקל כסף2189)) אחד40)) — לכל אחד מן התלמידים שנכנסו).
אַ גוט חנוכה.
(משיחת ליל נר ה' דחנוכה (לתלמידי
תו"ת דברוקלין), תשי"ב)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק ב׳
- מזהה
- rh-vd2xhba4