English
ספרייה

לקוטי שיחות

בהעלותך

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

314פרשת בהעלותך

א. אין דער הפטרה פון פּרשת בהעלותך שטייט, ראיתי והנה מנורת זהב כלה1)), וואָס דאָס גייט אויף כנסת ישראל. אַלע אידן צוזאַמען זיינען אַ מנורת זהב כלה.

אין דער מנורה זיינען געווען זיבן נרות. אַזוי זיינען אויך ביי אידן

פאַראַן פאַרשידענע דרכים, ווי עס ווערט אויספירלעך דערקלערט אין חסידות; עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זייער דרך איז בקו החסד, עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זייער דרך איז בקו הגבורה וכו' ביז מען רעכנט אויס זיבן דרכים, וואָס דאָס זיינען די זיבן נרות.

315הצד השוה שבהם — אַז זיי זיינען אַלע נרות. אַלע מאַכן ליכטיק אין בית המקדש, און מען באַנוגנט זיך ניט דערמיט וואָס מען מאַכט ליכטיק אין בית המקדש, נאָר פון בית המקדש גייט די ליכטיקייט איבער דער גאַנצער וועלט. דערפאַר זיינען אין בית המקדש געווען חלונות שקופים אטומים38)).

ניט ווי אין אַלע הייזער, וואו די פענסטער זיינען געמאַכט געוואָרן צוליב דעם, אַז די ליכטיקייט זאָל אַריינ*) גיין פון גאַס אין הויז, נאָר פאַרקערט, אַז פון בית המקדש איז געגאַנגען ליכטיקייט אויף דער גאַנצע וועלט,

וואָס דאָס איז די כוונה פון בית המקדש.

ווער האָט אויפגעטאָן די ליכטיקייט ? — די נרות, וואָס דאָס זיינען נשמות ישראל.

כאָטש עס זיינען דאָ פאַרשידענע סוגים אין אידן, יעדער איד דאַרף דינען דעם אויבערשטן מיט זיינע כשרונות, אַני לא נבראתי אלא לשמש את קוני), אים מיט די כשרונות וואָס ער פאַרמאָגט האָט מען באַשאַפן צוליב דינען דעם אויבערשטן מיט אָט־די כשרונות, אָבער הצד השוה שבהם, אַז זיי זיינען אַלע נרות, זיי מאַכן אַלע ליכטיק.

דער חילוק איז נאָר אין דעם צוגאַנג צו דער עבודה. ביי די איז די עבודה בקו החסד, מתאים צו זייערע כשרונות וחושים, און ביי יענע איז די עבודה בקו הגבורה, אין עניני חומרות און אין אַ לבוש פון דינים, מתאים צו זייערע חושים. דאָס איז אָבער מער ניט אַז דער וועג איז ביי זיי בקו הגבורות, אָבער דער ציל פון דער אַרבעט איז דער זעלבער, — מאַכן ליכטיק.

הגם דער תכלית איז אומעטום דער זעלבער, פונדעסטוועגן איז אָבער אַ גרויסער חילוק צי דער דרך איז בקו הגבורות, אָדער דער דרך איז לכתחילה בקו החסדים, וואָס דעמאָלט דאַרף מען זיך ניט גריבלען און מען זעט באַלד דעם תכלית וואָס אין דעם, ווייל אויך בגילוי איז דאָס דער וועג פון ואהבת לרעך כמוך.

און דאָס איז געווען דער וועג פון אהרן כהן גדול וואָס האָט אָנגעצונדן די מנורה. אהרן איז געווען אוהב את הבריות ומקרבן לתורהח). אַפילו בריות (באַשעפענישן), ד. ה. אַזעלכע וואָס האָבן אין זיך ניט קיין שום מעלה, זיי האָבן בלויז חסרונות, זייער איינציקע מעלה איז וואָס דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן, כפּירוש אדמו"ר הזקן נ"ע)), אויך אין זיי האָט אהרן ממשיך געווען אהבה.

און דאָס איז געווען ניט נאָר זיין ציל, נאָר אויך דער וועג צום ציל. דאָס הייסט, אַז אויך בגילוי — איז דער דרך געווען אוהב את הבריות און דורך דעם ומקרבן לתורה, מאַכן פון זיי תורה־אידן.

און אַזוי איז אויך געווען דער וועג פון די רביים נשיאים, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר בעל ההילולא ועד316בכלל, וואָס זייער אַרבעט איז געווען אָנצינדן די נרות.

ביי יעדן אידן איז פאַראַן דער נר הוי' נשמת אדם, נאָר עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס וואַרטן ביז מען וועט עס ביי זיי אָנצינדן. און דאָס איז די אַרבעט פון די נשיאי ישראל, אָנצוצינדן דעם נר הוי' נשמת אדם — וואָס איז פאַראַן ביי יעדן אידן, און אין דעם זיינען פאַראַן זיבן סוגים.

דער אופן ווי עס איז געווען ביי די נשיאי חב"ד בכלל און ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר בעל ההילולא בפרט, איז — אַז די אהבה איז געווען בגילוי; ניט נאָר די מטרה איז געווען אור, נאָר אויך דער וועג צו דער מטרה איז געווען אין אַן אופן פון אור. בדרכי קירוב ובדרכי נועם האָט ער אָנגעצונדן דעם נר הוי' נשמת אדם אין אַלע סוגים פון אידן.

(משיחת יו"ד שבט, תשט"ז)

א. דער סדר אין הפצת המעינות חוצה איז ניט צו וואַרטן ביז עס וועלן קומען די וואָס זיינען אין כלל פון „חוצה" צו די מעיינות, נאָר יפוצו מעינותיך חוצה, גיין אין דרויסן און דאָרט פאַרשפּרייטן די קוואַלן.

און דער דאָזיקער וועג האָט זיך אָנגעהויבן פון אהרן הכהן, וואָס ער איז געווען „אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה". אהרן האָט ניט געוואַרט אַז מ'זאָל קומען צו אים, ער האָט זיך מקדים געווען און איז צו זיי אַליין געגאַנגען.

און געגאַנגען איז ער אויך צו די „בריות", ד. ה. אויך צו אַזעלכע וואָס האָבן ניט קיין שום אַנדער מעלה אויסער דעם וואָס זיי זיינען „בריות", ד. ה. דעם אויבערשטנס באַשעפענישן, אויך צו זיי איז אהרן געגאַנגען און זיי מקרב געווען צו תורהז).

אָבער דער דיוק הלשון איז „ומקרבן לתורה", ער האָט זיי מקרב געווען צו תורה. ניט ער האָט מקרב געווען די תורה צו זיי. הגם אהרן איז געגאַנגען צו די „בריות" האָט ער אָבער זיי ניט געגעבן די תורה לויט זייער גייסט; ער האָט ניט געמאַכט קיין פּשרות און היתרים אין דער תורה; ער האָט ניט מקרב געווען די תורה צום רוח הבריות, נאָר די בריות האָט ער מקרב געווען צו דער תורה, תורה תמימה, ווי זי איז.

ב. די נקודה פון אהרנ'ס עבודה איז מרומז אין דער פּרשת השבוע — בהעלותך את הנרות. נרות באַצייכענען נשמות ישראל, ווי עס שטייט „נר הוי' נשמת אדם"). אין אַלגעמיין זיינען פאַראַן זיבן סוגים אין נשמות ישראל, ווי ס'איז מבואר אין לקוטי תורה), וואָס דאָס איז דער ענין פון די זיבן נרות פון דער מנורה. און די עבודה פון אהרן איז געווען2 אָנצינדן און מעלה זיין די אַלע נרות. אין יעדן אידן איז פאַראַן די ־טלעכע ליכט, נאָר זי איז פאַרבאָרגן, און די עבודה פון אהרן איז, די דאָזיקע ליכט אָנצוצינדן און צו אַנטפּלעקן פון דער פאַרבאָרגעניש.

און אויף אַזוי פיל האָט אהרן גע'פּועל'ט מיטן מגלה זיין די נשמה317אין יעדן אידן, „עד שתהא שלהבת עולה מאלי'", ביז דער פלאַם איז אויפגעגאַנגען פון זיך אַליין. כל זמן דער „נר הוי'" פון די בריות דאַרף אָנקומען צו אהרן ער זאָל אים אָנצינדן — האָט מען נאָך צום תכלית ניט דערגרייכט. די עבודה דאַרף זיין. אָנצינדן די ליכט ביז דער פלאַם גייט אויף פון זיך אַליין; די ליכט דאַרף מען שוין מער ניט אָנצינדן, ווייל זי ברענט און לייכט שוין פון זיך אַליין.

ג. אין אָנצינדן די מנורה אין בית המקדש זיינען פאַראַן דריי דיניםי): א) הדלקה כשרה בזר, אויך ניט קיין כהן איז כשר צו אָנצינדן די מנורה, ב) הטבת הנרות, דאָס צוגרייטן די נרות מוז טאָן נאָר אַ כהן, ג) דער אָרט פון דער אָנגעצונדענער מנורה איז דווקא אין היכל פון בית המקדש. איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין אָנצינדן די רוחניות'דיקע מנורה, ד. ה. אין באַלייכטן די אידישע נשמות, זיינען פאַראַן די דאָזיקע דריי תנאים.

א) הדלקה כשרה בזר.

די עבודה פון פּועל'ן אויף אַ צווייטן און פאַרשפּרייטן די מעינות חוצה, איז ניט קיין עבודה פאַר בלויז יחידי סגולה. דאָס איז דער זכות און חוב פון יעדן אידן, ווי די משנה זאָגט צו יעדן אידןיא): דו זאָלסט זיין פון די תלמידים פון אהרן. יעדער איינציקער איד דאַרף גיין אין דעם וועג פון אהרן הכהן, צו מקרב זיין די בריות צו תורה.

ב) אָבער די „הטבה", צוגרייטן די נרות, דאָס קען טאָן נאָר אַ כהן.

מ'קען דאָך מיינען; וויבאַלד אַז דער עיקר איז צו פּועל'ן אויף אַ צווייטן, איז וועמען אָרט עס דורך וואָס און מיט וועלכן ענין איך וועל אים באַווירקן? איך וועל אים מסביר זיין אַן ענין אין תורה לויט מיין אייגענער הבנה וואָס איז צוגעפּאַסט צו זיין הבנה; איך וועל אויסקלייבן אַ דרך אין מצוות, וואָס איז צוגעפּאַסט צו מיר און צו אים, וכדומה, און דורך דעם וועל איך פּועל'ן אויף דעם אַנדערן.

אויף דעם קומט די הוראה, אַז די הטבה, ד. ה. דאָס אַריינטאָן דעם בוימל און דעם קנייטל, די זאַכן וואָס דורך זיי צינדט מען אָן דעם נר, דאָס קען זיין נאָר דורך אַ כהן. ניט יעדער איינער קען און איז צוגעפאַסט צו אויסקלייבן און צוגרייטן די זאַכן מיט וואָס צו אָנצינדן די ליכט פון אידן. בלויז אַ כהן קען דאָס טאָן.

דער ענין פון אַ כהן איז אַז ער האָט ניט קיין אייגענעם חלק ונחלה, נאָר „ה' הוא נחלתו", און ווי דער רמב"ם שרייבטיא): „אשר נדבה רוחו כו' להבדל", אַז דער וואָס איז אָפּגעשיידט פון וועלט־זאַכן און זיין גאַנצער ענין איז צו זיין באַהעפט צום אויבערשטן אים צו דינען, דווקא ער קען צוגרייטן די זאַכן מיט וואָס צו באַלייכטן די ליכט פון דער נשמה. און נאָכדעם ווי דער כהן גרייט צו דעם בוימל און דעם קנויט, דאַן ליגט אַ פליכט אויף יעדן איינציקן זיי אָנצוצינדן — צו פאַרשפּרייטן די דאָזיקע קוואַלן אויך אין דרויסן.

318ג) דער אָרט פון דער לייכטנדיקער מנורה איז אין היכל דווקא. „עשר קדושות הן"יח), צען מדריגות אין קדושה זיינען פאַראַן (קדשי קדשים, היכל אא"וו), און אויך די מדריגות וואָס זיינען נידעריקער ווי היכל זיינען הייליק. פונדעסטוועגן אויב מ'וועט אָנצינדן די מנורה אין איינעם פון די ערטער וואָס זיין קדושה איז נידעריקער ווי די קדושה פון היכל, וועט מען ניט יוצא זיין. יעדער זאַך האָט זיך דעם אָרט פון איר אויפגאַבע און די אויפגאַבע פון דער מנורה איז צו לייכטן אין היכל.

ד. די הוראה פון דעם אין עבודה איז; אַ מענטש זאָל ניט זאָגן, אמת טאַקע, אַז איך דאַרף דערלייכטן דעם נר וואָס אין מיר און דעם נר וואָס אין דעם צווייטן, אָבער ווער זאָגט עס אַז איך דאַרף עס טאָן אין אַן אופן פון אַזאַ האַרבער קדושה? עס זיינען דאָך פראַן אַזויפיל אידן וואָס מ'מאָנט ביי זיי ניט אַזויפיל, איז פאַרוואָס מאָנט מען דאָס פון מיר?

אויף דעם קומט די אָנווייזונג; יעדער איינער האָט זיך זיין תפקיד, זיין אויפגאַבע. וויבאַלד מ'האָט דיר געגעבן די כוחות און די מעגלעכקייט צו לייכטן אין אַן אָרט וואָס איז מער הייליק, איז עס אַ באַווייז אַז דאָס איז דיין אויפגאַבע וואָס דער בורא ב"ה וויל פון דיר. און אויב דו פילסט זי ניט אויס האָסטו ניט געטאָן דיין פליכט, ווייל דו האָסט ניט אויסגעפילט דעם רצון הבורא.

ווי ס'איז ידוע, אַז רצון קען מען ניט פאַנאַנדעהטיילן. וואָס דאָס איז דער אונטערשייד פון שכל מיט רצוןיד); אין שכל און פאַרשטאַנד איז מעגלעך צו פאַרשטיין אויך אַביסל, אַ חלק פון דער הבנה; אַנדערש איז אין רצון — אויב מען דערפילט ניט דעם רצון מיט אַלע זיינע פּרטים, איז ניט שייך צו זאָגן אַז ער האָט מקיים געווען על כל פּנים אַ העלפט פונעם רצון. ער האָט דאַן דעם רצון אינגאַנצן ניט מקיים געווען; אדרבא, ער האָט געטאָן דאָס פאַרקערטע פון רצון.

אַזוי ווי ס'איז פאַראַן אָן אונטערשייד פון מענטש צו מענטש, וואָס יעדערער האָט זיך זיין פליכט, און ס'איז ניט קיין הוראה פון איינעם אויף אַ צווייטן; אַזוי איז דאָ אַ חילוק פון איין דור צו אַ צווייטן: כאָטש אין די דורות הראשונים זיינען געווען אַ סך יראים ושלמים וואָס האָבן ניט געלערנט קיין פּנימיות התורה, איז אָבער אין די לעצטע דורות, ווען פּנימיות התורה איז נתגלה געוואָרן, איז די דאָזיקע אַנטפּלעקונג גופא אַ באַווייז אַז דאָס לערנען פּנימיות התורה איז איינע פון די אויפגאַבן פון אונזער דור, און וויבאַלד אַזוי — טאָר אַנדערש ניט זיין, ווייל ווי געזאָגט, קען אין רצון ניט זיין קיין התחלקות.

די הדלקת המנורה לערנט אונז אין הכל; עס דאַרף זיין אַ התעסקות אין פּנימיות התורה, און ווי ס'רעדט זיך אין דעם ענין פון שלהבת**2)),319אַז ס'איז ניט גענוג נהורא אוכמא, ד"ה גליא דתורה, נאָר ס'מוז אויך זיין נהורא חיוורא, פּנימיות התורה. און דאָס לערנען פּנימיות התורה וועט אים געבן כוח ועוז, צו באַוועלטיקן אַלע שטערונגען, און ס'וועט אים צוגעבן לעבעדיקייט אויך אין לערנען נגלה פון תורה און אין קיום המצוות.

ה. איינס פון די עיקר'דיקע ענינים אין דער אויפפירונג פון אידישע פרויען, וואָס באַווירקט זייערע זין און טעכטער, איז דער ענין פון צניעות: „כל כבודה בת מלך פּנימה"180)). ווי ס'ווערט געבראַכט אין גמראי) וועגן דער אויסערגעוויינלעכער צניעות פון קמחית (אַ מוטער פון כהנים גדולים אין דער צייט פון בית המקדש), אַז די ווענט פון איר הויז האָבן קיינמאָל ניט געזען די האָר פון איר קאָפּ, און צוליב דעם האָט זי זוכה געווען צו האָבן זיבן זין כהנים גדולים.

און זאָל מען ניט טראַכטן; צי דען מוז איך זיך פירן מיט אַזאַ גרויסער מאָס צניעות בכדי מיינע קינדער זאָלן זיין כהנים גדולים, — וואָס אָרט עס מיר אַז מיינע קינדער וועלן זיין סתם כהנים? „כל ישראל קדושים הם", אַלע אידן זיינען דאָך הייליק!

אויף דעם לערנט אונז די הדלקת המנורה, אַז די מנורה דאַרף לייכטן דווקא אין היכל, און ווי גערעדט פריעריז), אַז אויב ס'איז דאָ אַ מעגלעכקייט צו לייכטן אין אַן אָרט וואָס איז מער הייליק — און בנוגע צו אונזער ענין; אויב אַ פרוי האָט אַ מעגלעכקייט צו דערציען אירע קינדער זיי זאָלן זיין כהנים גדולים, איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז דאָס איז איר אויפגאַבע, און אויב זי פירט ניט אויס איר דאָזיקן תפקיד — האָט זי אינגאַנצן ניט געטאָן איר פליכט, זי האָט ניט דערפילט דעם אויבערשטנס ווילן.

ו. דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס עס שטייט; „דבר אל אהרן גו' בהעלותך את הנרות", אהרן זאָל אָנצינדן די נרות פון דער מנורה. אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק; אָנצינדן די נרות מעג דאָך אויך אַ זר, אַ ניט־כהן; אַפילו הטבת הנרות מעג זיין דורך אַ כהן הדיוט, ניט קיין כהן גדול, איז פאַרוואָס האָט מען געהייסן אַז אהרן זאָל דאָס טאָן? פון דעם איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אהרן, דער כהן גדול דווקא, דאַרף עס טאָן.

נאָר דער ענין איז, ווי גערעדט פריער, אַז ס'איז דער חוב פון יעדן איינציקן צו פּועל'ן אויף אַ צווייטן, אָנצוצינדן די ג־טלעכע ליכט, די נשמה וואָס אין אים. מען האָט אויך גערעדט, אַז דער אופן ההדלקה, דאָס באַווירקן אַ צווייטן, דאַרף זיין דווקא מיט דער קדושה פון אַ כהן גדול. ניט צו באַנוגענען זיך מיטן פּועל'ן אויף אַ צווייטן מיט אַ נידעריקער מדריגה פון קדושה, נאָר מ'דאַרף עס טאָן דווקא מיט דער קדושה פון אַ כהן גדול.

דער ענין פון אַ כהן גדול איז, וואָס איינמאָל אַ יאָר איז ער אַריין „לפני ולפנים", אין דעם אָרט פון קודש הקדשים. אין קודש הקדשים320איז קיין זאַך ניט געווען אויסער דעם ארון מיט די לוחות; די בחינה פון אַ כהן גדול איז, אַז ער האָט ניט קיין אַנדער זאַך, נאָר דעם ענין פון תורה.

נאָך מערער; אין קודש הקדשים זיינען געווען די לוחות. אין די לוחות איז די תורה געווען אויסגעקריצט, אותיות החקיקהכ). געשריבענע אותיות, אותיות הכתיבה, זיינען אַ צוגאָב־זאַך צום פּאַרמעט, אַנדערש זיינען אותיות החקיקה, זיי זיינען אויסגעקריצט אין די לוחות, מיני' ובי'. און דאָס איז דער ענין פון כהן גדול — זיין גאַנצער מהות איז תורה.

און דאָס מיינט „דבר אל אהרן גו' בהעלותך את הנרות". דער זכות און חוב פון יעדן אידן איז צו אָנצינדן און באַלייכטן דעם נר הוי' וואָס אין אים און אין אַ צווייטן מיט דעם כוח פון אהרן כהן גדול און לויט זיין אופן, ביז אַז זיין גאַנצער

וועזן וועט זיין נאָר תורה. און דער דאָזיקער חוב איז אויף יעדן איינציקן איד, ווי געזאָגט פריערי), אַז הדלקה כשרה בזר.

און ספּעציעל זיינען אויף דעם אָנגעזאָגט געוואָרן די אידישע פרויען, וואָס אין זיי הענגט אָפּ די דערציאונג פון זייערע זין און טעכטער. דאַרפן זיי וויסן, אַז זייער אויפפירונג דאַרף זיין אויף אַזאַ אופן און אויף אַזוי ווייט, ביז זיי זאָלן קענען אויסהאָדעווען זייערע קינדער זיי זאָלן זיין כהנים גדולים.

אויך זאָגן די רז"ל וועגן אַ כהן גדולכ); „גדלהו", מ'דאַרף אים גרויס מאַכן. דורך דער אויבנגעזאָגטער הנהגה, ווערן בטל אַלע מניעות ועיכובים אינעם לעבן פון די זין און טעכטער — מ'ווערט געבענטשט מיט בני חיי ומזוני רויחי כפּשוטו ממש.

(משיחת חג השבועות, תשי"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-0mw16dgj

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות