לקוטי שיחות
חוקת
331פרשת חקת
א. אין מדרשי חז"ל וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער היינטיקער סדרה — פּ' חקת — רעדט זיך אַרום אַז די ענני הכבוד זיינען געווען אין אהרן'ס זכות, דער באר (מים) איז געווען אין מרים'ס זכות און דער מן איז געווען אין זכות פון משה. ווען אהרן און מרים זיינען נסתלק געוואָרן זיינען אויך צוגענומען געוואָרן די ענני הכבוד מיטן באר, און זיינען נאָכדעם צוריקגעקערט געוואָרן אין זכות פון משהב).
הגם אַז תורה איז חכמה, ווי עס שטייט) כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, פונדעסטוועגן ווערט
עס ניט אָנגערופן מיטן נאָמען חכמה נאָר מיטן נאָמען תורה, מלשון הוראהח), ד. ה. אַז יעדער ענין וואָס עס ווערט דערציילט אין תורה איז דאָס אַ הוראה (אָנווייזונג) אַלע מאָל און אומעטום אין טא־טעגלעכן לעבן.
דאָס הייסט, אַז ניט נאָר די מצות וואָס אין תורה, מצות עשה ומצות לא תעשה, זיינען אַ הוראה אין לעבן, נאָר אויך די ספּורים פון תורה, זיינען אַ הוראה אין לעבן. וואָרום אויך די מצות זיינען געשריבן געוואָרן ניט בדרך ציווי נאָר בדרך ספּור, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן און משה האָט געזאָגט332די אידן. און אַזוי ווי די מצוות, הגם זיי זיינען געשריבן געוואָרן בדרך סיפּור, זיינען אַ הוראה, אַזוי זיינען אויך די ספּורים אין תורה אַ הוראה, וואָרום אויך די ספּורים זיינען אַ חלק פון תורה.
— דערפאַר שרייבט דער רמב"ם, און אויך אין גמראח) איז דאָס פאַראַן ברמז, אַז עס איז ניטאָ קיין חילוק פון דעם פּסוקח) ואחות לוטן תמנע מיטן פּסוקז) שמע ישראל, הגם אַז דער פּסוק שמע וגו' איז איינע פון די מצוות עקריים און דער פּסוק ואחות וגו' איז מער ניט ווי אַ ספּור, וואָרום ביידע זיינען ספּורים, און ביידע זיינען הוראות, און ביידע זיינען חכמתו ורצונו יתברך —
און אַזוי ווי אַלע ספּורים אין תורה זיינען הוראות, אַזוי איז אויך דער ספּור הנ"ל אַ הוראה אין לעבן.
ב. די דריי ענינים; ענני הכבוד, מן און מים, זיינען פאַרשטאַנדיק, און זיי אַלע זיינען פאַראַן אין תורה.
די ענני הכבוד האָבן מגין געווען מבחוץ. זיי האָבן מגין געווען פון די ד' רוחות, גע'הרג'ט די נחשים וואָס זיינען געווען אין מדבר, אויסגעגלייכט די הריםח), אויסגערייניקט די לבושים, ווי עס שטייט) שמלתך לא בלתה מעליך. וואָס דאָס זיינען אַלץ ענינים פון מגין זיין מבחוץ.
דער מן איז אַן ענין פון אכילה. אין דעם מן האָט מען דאָך געקענט פילן אַלע טעמים וואָס מען האָט געוואָלטי), וואָס דער ענין פון אכילה איז אַרייננעמען אין אַ פּנימיות.
דער באר וואָס דאָס איז מים, איז דאָס ניט קיין דבר המזין מצד עצמו. דערפאַר זאָגט דער רמב"םיח) דעם טעם פאַרוואָס אין מערבין במים וויילע אַ דבר המערב איז אַ דבר המזין דווקא און מים איז ניט קיין דבר המזין. די פּעולה פון מים איז וואָס מים טראָגט פאַנאַנדער דעם עסן אין אַלע טיילן פון קערפּער.
און אַזוי זיינען אויך אין תורה פאַראַן די אַלע דריי ענינים. עס איז פאַראַן דאָס וואָס תורה גיט אין אַ פּנימיות, און עס איז פאַראַן דאָס וואָס תורה איז מגין מבחוץ, און עס איז פאַראַן דאָס וואָס תורה טראָגט פאַנאַנדער די צוויי ענינים צו אַלע אידן.
ג. מען האָט גערעדט פריער אַז תורה איז מלשון הוראה, ד. ה. אַז תורה לערנט די הנהגה ווי צו פירן זיך אין לעבן. דאָס איז וואָס תורה גיט אין אַ פּנימיות — אַזוי ווי דער מן — וואָס מען דאַרף דאָס פאַרשטיין און אַרייננעמען אין אַ פּנימיות, אויף וויסן ווי עס זאָל זיין די הנהגה פון אים, פון בני ביתו ובניו אחריו.
מצד דעם ענין אין תורה וואָס איז דוגמת המן, זיינען פאַראַן חילוקים פון איין אידן ביז אַ צווייטן, וואָרום וויבאַלד עס איז אַן ענין פון פּני־333מיות איז דאָס ביי יעדער איינעם לויט זיין אופן. אַזוי ווי אין מן זיינען געווען חילוקים פון לחם ביז דכו במדכה וגו'יח); ביי צדיקים איז געווען דער מן מוכן און ביי רשעים איז געווען אַנדערש — ביי די ענני הכבוד און ביי דעם באר זיינען ניט געווען קיין חילוקים, נאָר ביי דעם מן דוקא, וויילע עס איז אַן ענין פון פּנימיות, — אַזוי איז אויך אין תורה. פאַראַן אַזעלכע וואָס, אויב עס איז ניט מעגלעך אַנדערש, זיינען זיי יוצא מצות תלמוד תורה מיט קריאת שמעיא), און פאַראַן אַזעלכע וואָס דער חיוב תלמוד תורה איז ביי זיי כל היום דוקאיד).
דאָס זעלבע איז אויך אין הידוריםיח) — און נאָך מער; פאַראַן הידורים וואָס דער וואָס האַלט דערביי איז אין זיי מחויב, אָבער דער וואָס האַלט ניט דערביי טאָר די הידורים ניט טאָן, וואָרום — מחזי כיוהרא וכיוצא בזה. סתם אַ מענטש טאָר דאָס ניט טאָן, און אַן אדם חשוב איז דאָס מחויב צו טאָן, און אויב ניט — איז דאָס אַן ענין פון חילול השם חס ושלוםכח).
ד. נאָך אַן ענין איז פאַראַן אין תורה וואָס דאָס איז בדוגמת ענני הכבוד, וואָס דאָס איז אויף מגין זיין מבחוץ.
בשעת מען דאַרף אַרויסגיין אין מדבר, וואָס דאָס איז כללות העולם הזה וואָס ער ווערט אָנגערופן עולם הקליפות וסטרא אחראיז), אַ מדבר גדול ונורא אשר אין מים, נאָר קליפּות, נחש שרף ועקרב, אויף דעם איז מגין דער כוח המסירת נפש וואָס ביי יעדער אידן, ביי אַלע אידן, מצד דעם וואָס ישראל ראשי תיבות יש ששים רבוא אותיות לתורהכח), און די כשרות פון אַ ספר תורה קומט דורך אַלע אותיות דווקאי), במילא איז יעדער איד, אויך אַ קל שבקלים, האָט דעם כוח המסירת נפש למסור נפשו על קדוש השם.
און דאָס זיינען די ענני הכבוד שבתורה. אַזוי ווי די ענני הכבוד האָבן אַרומגערינגלט און אַרומגענומען אַלע אידן — פון דעם זמן פון קריעת ים סוף ביז זיי זיינען אַריין אין ארץ ישראל, אויך אָט די וואָס האָבן מיטגענומען דעם פּסל, אויך זיי האָבן די ענני הכבוד אַרומגענומען — אַזוי איז אויך פאַראַן דער חלק אין תורה — דאָס וואָס יש ששים רבוא אותיות לתורה — וואָס עס נעמט אַרום אַלע אידן, פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם פחות שבפחותים, און עס גיט זיי דעם כח און די שטאַרקייט אויף334דורכגיין דעם מדבר גדול ונורא, ניט נתפּעל ווערן פון די נחשים שרפים ועקרבים, און שטיין מיט אַ תנועה פון מסירת נפש.
אַזוי ווי דער רבי דער שווער האָט דערציילטכ), אַז בשעת מען האָט געוואָרפן די באָמבעס אין וואַרשע איז מען געלאָפן באַהאַלטן זיך. אַמאָל האָט זיך צוזאַמענגעקליבן אין איין אָרט אַ גאַנצע קבוצה; דער רבי, אנשים בינונים, אנשים פּשוטים און אַזעלכע וואָס האָבן געמיינט אַז זיי זיינען אינגאַנצן ניט שייך צו אידישקייט. בשעת עס האָט ניט ווייט פון זיי אויפגעריסן אַ באָמבע — האָבן אַלע צוזאַמען אויסגעשריען פּה אחד; שמע ישראל.
בשעת עס קומט צו יחידה שבנפש און צו עצם הנשמה — עס איז נאָר שווער צוצוקומען צו דעם, אָבער בשעת מען קומט צו צו דעם, צי דורך אַזאַ אופן צי דורך דרכי נועם — דעמאָלט שרייט דער קל שבקלים שמע ישראל מיטן זעלבן תוקף אַזוי ווי דער מנהיג ישראל.
עס קאָן אַפילו זיין, אַז די סיבה וואָס זיי האָבן אויסגעשריען שמע ישראל איז געווען מצד דעם וואָס זיי האָבן זיך געפונען אין די ד' אמות פון דער נשמה כללית וואָס זיי זיינען געווען פּרטים פון איר, אָבער דאָס איז אַ סיבה וואָס עס האָט מעורר געווען זייער יחידה. געשריען שמע ישראל האָבן זיי מצד זייער אייגענער יחידה.
ה. בכדי עס זאָל זיין ביי יעדער אידן דער מן און ענני הכבוד וואָס אין תורה, איז דאָס דורך דעם מים שבתורה, וואָס אַזוי ווי מים יורדים ממקום גבוה למקום נמוך, אַזוי איז אויך תורה ירדה ונתלבשה למטהיא), אַ חכמה מפוארה בכלי מכוער, וואָס מצד דער ירידה פון תורה קאָן יעדער איד, דורך דעם וואָס ער זאָגט תורה שבכתב (אַפילו אַזאַ וואָס ווייס ניט דעם פּירוש המלות) און דורך דעם וואָס ער לערנט תורה שבעל פּה (אַפילו אַזאַ וואָס ווייס מער ניט ווי דעם פּירוש הפּשוט), קאָן ער דורך דעם אַרויסנעמען דעם מן און די ענני הכבוד שבתורה.
אַזוי ווי וואַסער טראָגט פאַנאַנדער די שפּייז אין אַלע קערפּער־טייל, אַזוי איז אויך דער מים שבתורה, ד. ה. אָט דאָס וואָס ירדה ונתלבשה למטה, טראָגט דאָס פאַנאַנדער דעם מן שבתורה מיט די ענני הכבוד שבתורה לכל מחנה ישראל, לכל אחד ואחתכז) מישראל בהמצטרך לו ולה אין אַלע ענינים.
ו. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון מן צו משה'ן, פון ענני הכבוד צו אהרן'ען און פון באר צו מרים'ען.
משה איז געווען אַ רועה ישראל, און ער האָט געפיטערט יעדער איינעם לפי ערכו, אַזוי ווי עס ווערט דערציילטכח) אַז בשעת ער האָט געפּאַשעט די שעפּסן, האָט ער די קלענערע שעפּסן געגעבן ווייכע גראָז, די גרעסערע שעפּסן דיקע און שטאַרקע גראָז, וואָרום וויבאַלד אַז מרעה335איז אַן ענין פון פּנימיות האָט דאָס געדאַרפט זיין צוגעפּאַסט לויט יעדער איינעם. דערפאַר איז דער מן וואָס דאָס איז פּנימיות ובהתחלקות, געווען בזכותו של משה.
אהרן איז געווען אוהב את הבריות*2)), ד. ה. אַז אויך די וואָס זיינען מער ניט ווי בריותכח) האָט ער זיי ליב געהאַט. דערפאַר שטייט דאָך אויף אהרן'עןכ) ויבכו את אהרן שלשים יום כל בית ישראל, וואָס אויף אַנדערע שטייט דאָס ניט. איז דורך דער אהבה וואָס זי איז געווען צו אַלע בריות, האָט ער אויך ביי זיי אַרויסגערופן אַ תשוקה צו מצוותכז) כאָטש מצד עצמם האָבן זיי ניט געהאַלטן דערביי. דערפאַר זיינען בזכותו של אהרן געווען די ענני הכבוד, וואָרום יעדער זאַך איז דאָך מדה כנגד מדהכח), איז וויבאַלד ער איז געווען אוהב את הבריות אָן התחלקות, האָט ער ממשיך געווען די ענני הכבוד וואָס זיי האָבן אַרומגענומען אַלע אידן גלייך.
מרים, שטייט דאָך אַז דאָס איז פּועהכח), וואָס זי האָט זיך אָפּגעגעבן און געהאָדעוועט דווקא די קליינע קינדער אין מצרים. און למה נקרא שמה מרים, וויילע זי איז געווען אין דעם זמן הקושי פון גלותכ), דאָך האָט זי נביאות געזאָגט אַז באַלד איז נולד מושיען של ישראללא), וואָס דערמיט האָט זי מבטל געווען ניט נאָר די גזרה פון פּרעה נאָר אויך די גזרה פון עמרם'ען, הגם אַז עמרם האָט געהאַט אַ טעם אויף זיין גזירה. זי איז געגאַנגען מיט אַ מסירת נפש אויף צוגרייטן קינדער וואָס זאָלן זאָגן זה א־לי ואנוהולב), אַ דור וואָס זאָל מקבל זיין די תורה. בזכותה איז געווען דער באר — מים — וואָס דער ענין פון מים איז אַראָפּברענגען און פאַנאַנדערטראָגן די תורה למקום נמוךלח), צו די וואָס זיינען בקצה המחנה.
ז. כשנסתלקו אהרן ומרים נסתלקו ענני הכבוד מיטן באר וחזרו בזכותו של משה. פון דעם איז מוכרח אַז משה האָט אָנגעהויבן טאָן אַ נייע עבודה. הגם אַז זיין ענין מצד עצמו איז געווען די עבודה פון רועה זיין את ישראל (מן), האָט די נייע עבודה געבראַכט צוריק אויך די עננים מיטן באר.
דער אמת'ער סימן פון אַ רועה ישראל איז אַז ער טוט ניט נאָר די עבודה וואָס איז שייך צו אים בעצם, נאָר, בשעת עס איז מוכרח לצורך השעה, פאַרבייגט ער אויף זיך, ער לייגט אַוועק זיך און איז זיך מוסר נפש צוליב אידן.
בשעת מען דאַרף מקרב זיין לבן של ישראל, אויך אַ פּחות שבפּחותים, צו אלקות, דאַן פאַרבייגט דער רועה ישראל זיינע ענינים, און לערנט מיט אידן אלףבית, צי א"ב פון תורה ומצוות צי א"ב כפּשוטו. הגם אַז ער336איז אַ כהן)) — איז אין פלוג וואָס טוט אַ כהן בבית הקברות, רשעים בחיים קרוים מתים*)) ? ער איז אַ זקן, שקנה חכמהיח) — איז ווי גייט אַ זקן מחזיר זיין אַן אבידה? עס איז דאָך ניט לפי כבודו און ניט דאָס איז זיין ענין. זיין ענין איז גאָר לערנען די מנהיגי ישראל ווי צו פירן די אידן, אָבער ניט האָבן צו טאָן מיט אנשים שאינם כשרים. פונדעסטוועגן איז בשעה שנסתלקו אהרן ומרים, און עס איז ניטאָ קיין אַנדערער וואָס זאָל זיך דערמיט פאַרנעמען, דאַן נעמט דער ראש ישראל און ער אַליין עוסק'ט זיך אין די ענינים, הגם עס איז ניט לפי ערכו.
ח. עס שטייט דאָך אין תניאכ) אַז יעדער איד האָט אַ ניצוץ פון משה רבינו, במילא איז דאָס אַ הוראה פאַר יעדער אידן אַז הגם יעדער איינער האָט זיך זיין ענין, פונדעסטוועגן בשעת עס פעלט דער באר שבזכותה של מרים און די*) עננים שבזכותו של אהרן, און עס איז פאַראַן די סכנה פון נחשים שרפים ועקרבים, דאַן מאָנט מען ביי יעדער איינעם, ער זאָל זען אומקערן דעם באר מיט די עננים — ניט טראַכטנדיק צי דאָס איז יע זיין ענין צי ניט.
און הגם אַז ער איז אַזאַ, וואָס ער פאַר זיך האָט כלל ניט וואָס צו מורא האָבן פאַר די נחשים שרפים ועקרבים, וואָרום ער האָט דעם צלם אלקים, במילא האָט אויף אים קיינער קיין שליטה ניט, ווי די גמרא זאָגט 87)); אין חי' רעה שולטת באדם אלא אם כן נדמה לה כבהמה, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז פאַר אַן אַנדערן איז דאָס יע אַ סכנה און עס קאָן זיין אַז עס איז ניטאָ דער אהרן מיט מרים'ען וואָס זיי דאגה'נען אויף פאַרמיידן די סכנה, איז דאָס אַן ענין פון פּיקוח נפש, וואָס אויף פּיקוח נפש איז מען מחלל שבת און פּיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה, אַפילו ביי כמה וכמה ספיקות, און אַפילו צוליב חיי שעה88)), במילא דאַרף ער זיין דער וואָס זאָל זיך פאַרנעמען מיט דעם, אַז עס זאָלן זיין סיי דער מן, סיי די עננים און סיי דער באר.
און בשעת ער וועט אַוועקלייגן זיך און ניט טראַכטן צי דאָס איז זיין ענין אָדער זיין ענין איז העכער דערפון, און וועט מקרב זיין ישראל לאביהם שבשמים, וועט דער אויבערשטער מקרב זיין אים מיט זיינע בני בית, געבן זיי כל המצטרך להם, ובענין העקרי פון אַלץ, מקיים זיין ועשו לי מקדש, אַ מצוה וואָס אויפן צבור דוקא 88)), אנשים ונשיםמ), וואָס דעמאָלט וועט זיין ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל.