English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים יד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

676ת ש א

ב"ה, ו' ערב שבת קדש פ' כי תשא, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

. . . אַזוי ווי באַ אידן איז אַ מנהג צו פארבינדן אַלע וויכטיקע געשעענישן מיט דער וועכנטלעכער סדרה, וויל איך זיך פאררופן אויף דעם אָנהויב פון דער סדרה וואָס עס־ווערט געלייענט היינטיקן שבת, וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון מחצית־השקל. דער מדרש דערציילט, אַז משה רבינו האָט זיך געוואונדערט, ווי אַזוי אַ זילבערנע מטבע וואָס אַ איד באַשטייערט צום משכן, קען האָבן אַזאַ גוואַלדיקע קראַפט, אַז דאָס ווערט אנגענומען אַלס „כופר נפש" — אויסלייז־געלט און כפרה (פארגעבונג) פונקט ווי מ'וואלט דאָס לעבן אַליין געגעבן דעם אויבערשטן. האָט דער אויבערשטער געוויזן צו משה רבינו א פייערדיקע מטבע (מטבע של אש) און האָט אים געזאָגט; „אט אזא זאך זאלן זיי געבן" (כזה יתנו).

די דערקלערונג דערפון איז

כאָטש געלט איז אַ גשמיות'דיקע זאַך, איז אָבער ווען אַ איד גיט צדקה פאַר אַ הייליקן צוועק, ווי אַ משכן אָדער אַ ישיבה, און גיט עס ווי עס באדארף צו זיין; אין דער פולער מאָס, מיטן גאַנצן הארצן און מיט אמת'ער פרייד און מיט ברען — פארבינדט ער דאָס מיטן פייער פון זיין ־טלעכער נשמה, אַזוי אַז אפילו אַזאַ פשוטע און גשמיות'דיקע זאַך ווי געלט, ווערט אַ פייערדיקע הייליקע זאַך און באַקומט די ג־טלעכע קראַפט פון „כופר נפש" . . .

בברכה לבשו"ט

פ' פרה — פ' החורש

ב"ה, יום ג' כ"ו לחודש אדר ה'תש"ד

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

. . . והרמז בימים האלו שבין פ' פרה ופ' החדש — הנה הטעם על סדר פ' אלו הוא שצריך ליטהר קודם הקרבת ק"פ (שלהי מגילה במפרשים) ליטהר ולבוא לבחי' יצי"מ (לקו"ת ד"ה זאת חוקת סס"ב) וכמ"ש הפטרת פ"פ וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם גו', והנה אמרז"ל (סנה' לט, א) עיקר טבילותא

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-aty0j6ty

עותקים

פעילות אחרונה

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות