לקוטי שיחות
דברים
357א. וועגן היינטיקן שבת (שבת חזון), איז פאַראַן אַ וואָרטא) פון הרב הקדוש ר' לוי יצחק באַרדיטשעווער נ"ע, אַז בשבת חזון ווייזט מען דעם בית המקדש השלישי — חזון מלשון ראי', — נאָר דאָס איז אַ זען פון דערווייטנס — ראי' מרחוק, — וואָס דאָס איז דער ענין פון שבת חזון.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון שבת חזון צו פּרשת דברים, וואָס די קביעות פון שבת חזון איז אַלעמאָל פ' דברים.
מיט פּרשת דברים הויבט זיך אָן משנה תורה. וואָס כאָטש עס איז דאָך איין תורה, דאָך איז אַנדערשז) משנה תורה פון די פריערדיקע חומשים דערמיט, וואָס משנה תורה איז געזאָגט געוואָרן צום דור וואָס איז אַריינגעגאַנגען קיין ארץ ישראל און דערפאַר האָט מען געדאַרפט באַוואָרענען געוויסע ענינים, וואָס פריער האָט מען זיי ניט געדאַרפט באַוואָרענען.
דער חילוק פון דור המדבר און דעם דור שנכנסו לארץ איז, וואָס דור המדבר איז געווען אַ דור דיעה) און זיי זיינען געווען אין דער מדריגה פון משה רבינו, וואָס ער האָט געהאַט ראי' אין אלקות. אָבער דער דור שנכנסו לארץ, וואָס זיי האָבן שוין געהאַט צו טאָן מיט גשמיות, האָט ביי זיי במילא געפעלט אין דעם ענין פון ראי' אין אלקות. ביי זיי איז געווען מער ניט ווי שמיעה, אַזוי ווי עס שטייט ועתה ישראל שמע וגו'.
דער חילוק צווישן ראי' און שמיעה איזח), אַז בשעת מען זעט אַ זאַך איז דאָס בלי גבול, אין דעם איז ניטאָ קיין מצרים והגבלות, ד. ה. אַז קיין ענין וועט אים ניט רירן פון אָרט אַז ביי אים זאָלן ווערן ספיקות אין דער זאַך, וויבאַלד אַז ער אַליין האָט עס געזען. אָבער שמיעה, אַז מען הערט אַ זאַך, איז כאָטש בשעת מעשה ווערט דער ענין וואָס ער הערט אָפּגעלייגט ביי אים, פונדעסטוועגן איז דורך אַ קשיא, קען ביי אים דער ענין אָפּגעפרעגט ווערן. וואָס דאָס באַווייזט, אַז אויך בשעת די זאַך איז ביי אים יאָ אָפּגעלייגט, איז דער ענין ביי אים אַ באַגרענעצטער.
דערפאַר איז אין משנה תורה, וואָס עס איז געזאָגט געוואָרן צום דור שנכנסו לארץ, וואָס ביי זיי איז געווען מער ניט ווי מדריגת שמיעה אין אלקות, האָט מען זיי געדאַרפט אָנ־358זאָגן אויף דעם ענין פון מסירת נפש והדומה, וואָס דעם דור המדבר האָט מען דאָס ניט געדאַרפט אָנזאָגן און באַוואָרענען.
פונדעסטוועגן, כאָטש דער דור שנכנסו לארץ איז געווען נידעריקער פון דעם דור המדבר, איז ביי זיי געווען אַ מעלה וואָס איז ניט געווען ביי דעם דור המדבר. דערפאַר שטייט דאָך ביי דעם דור המדברח) ; כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה וגו', וואָס דאָס איז געווען אין שילה און ירושליםז), נאָך דעם ווי זיי זיינען שוין אַריין אין ארץ ישראל דוקא.
דער טעם איז, וויילע דורך דער ירידה גופא, וואָס זיי האָבן אָנגעהויבן צו טאָן מיט דברים גשמיים בירידת המדריגות, דוקא דורך דעם פירט זיך אויס די אמיתית הכוונה, דער בנין מנוחה ונחלה.
קומט אויס אַז דער ענין פון שבת פ' דברים, דער אָנהויב פון משנה תורה, ווייזט אויף אַ פאַראייניקונג פון צוויי ענינים הפכיים; א) עס איז אַ ירידה גדולה. ב) דורך דער ירידה — דורך דעם דוקא איז די אמיתית העלי'.
דער זעלבער ענין איז אויך שבת חזון, וואָס אין אים זיינען פאַראַן ביידע הפכיים: פון איין זייט איז ער אין די ניין טעג, נאָך מערער, דאָס איז דער שבת וואָס פאַר תשעה באב, דער זמן החורבן. אָבער פון דער צווייטער זייט, איז דורך דער ירידה דוקא וועט זיין דער תכלית העלי', ווי געזאָגט בשם הרב הקדוש הרלי"צ באַהדיטשעווער נ"ע, אַז שבת חזון ווייזט מען דעם בית המקדש השלישי, וואָס ער איז העכער פון די פריערדיקע, יבנה במהרה בימינו דורך משיח צדקנו.
ב. מען האָט שוין אַמאָל גערעדט*7) וועגן דעם וואָס דער ענין העצבות פון בין המצרים דאַרף ניט זיין אום שבת, ווייל שבת דאַרף זיין שמחהח). און נאָך מערער, אַז דעם שבת דאַרף זיין די שמחה נאָך מער ווי אין אַן אַנדער שבת, בכדי עס זאָל ניט זיין קיין חשש אַז דער העדר השמחה קומט מצד דעם ענין פון בין המצרים.
דער ביאור אין דעם בפּנימיות הענין איז; שבת איז מעין דלעתיד לבוא, יום שכולו שבת, און וויבאַלד אַז לעתיד וועט דאָך זיין די גאולה באופן אַז עס וועט ניט בלייבן קיין רושם פון דעם גלות, דערפאַר איז אויך בשבת דאַרף ניט זיין דער ענין פון בין המצרים.
דאָס איז דאָך אָבער מער ניט ווי אַ ביאור אויף דעם וואָס שבת דאַרפן ניט זיין די ענינים פון היפּך השמחה. דער ביאור אויף דעם וואָס דעם שבת דאַרף די שמחה זיין מערער פון אַן אַנדער שבת, איז;
עס איז באַוואוסט אַז די גאולה וואָס נאָכן גלות ברענגט צו אַ העכערן מצב ווי ס'איז געווען פאַרן גלות. וואָרום אויב עס זאָל זיין די359זעלבע זאַך ווי פריער, דאַרף מען דאָך אין גאַנצן ניט האָבן דעם גלות. וכידוע בענין סותר על מנת לבנות, אַז דער בנין שאחרי הסתירה איז העכער ווי עס איז געווען קודם הסתירה.
דאָס איז בכלל וועגן יעדער גאולה פון אַ גלות, אַז נאָך דער גאולה איז העכער ווי עס איז געווען פאַרן גלות, ד. ה. אַפילו אַזאַ גאולה שיש אחרי' גלות, אַזוי ווי גאולת מצרים, איז דאָס העכער פון קודם הגלות, מצד דעם בירור הניצוצות שבגלות, וואָס דאָס איז די כוונה אין דעם גלות.
ומכל שכן בשעת עס רעהט זיך וועגן דער גאולה העתידה, וואָס דאָס איז אַ גאולה שלימה ואמיתית שאין אחרי' גלות, איז דאָך אַ ודאי אַז דורך דער גאולה טוט זיך אויף אַן אור חדש לגמרי, אַ נייער ענין, אַזאַ ענין וואָס דאָרטן איז אין גאַנצן ניט שייך קיין גלות. וואָס פאַר דעם גלות איז ניט געווען דער אור, והראי' אַז עס איז דאָך געווען שפּעטער אַ גלות, אָבער דורך דער גאולה ווערט נמשך אַזאַ ענין וואָס איז העכער אינגאַנצן, אַז עס איז ניט שייך מער קיין גלות.
ובמילא איז דער שבת וואָס אין בין המצרים איז זיין ענין אַז ער איז מעין לעתיד לבוא, יום שכולו שבת, און דערפאַר דאַרף זיין דעמאָלט אַ שמחה יתירה, ווייל דער ענין פון דעם שבת איז אַ נתינת כוח צו מהפּך זיין דעם בין המצרים לששון ולשמחה, ווייל דער גילוי אור דלעתיד, וועלכער איז אינגאַנצן העכער פון דעם ענין פון גלות וגאולה האָט ער בכוח צו מהפּך זיין דעם בין המצרים גופא צו ששון און צו שמחה.
און דאָס איז אויך וואָס עס וועהט אָפּגע'פּסק'נט אין שלחן ערוך), אַז שבת שבין המצרים מעג מען מאַכן אַ סעודת שלמה בשעתו, וואָס בימי שלמה איז קיימא סיהרא באשלימותאי). בשבת זה איז פאַראַן אַ נתינת כוח אַז הימים האלו יהפכו לששון ולשמחה.
ג. דער אָנהויב פון בשורת הגלות האָט זיך אָנגעהויבן בברית בין הבתרים. ווי עס שטייט דאָרטן אימה חשכה גדולה גו'יא), וואָס דאָס איז אַ רמז אויף די פיר גליות.
דער ענין פון אַ כריתות ברית איז, אַז אין וואָס פאַר אַ מצב עס זאָל ניט זיין, אַפילו אויך דעמאָלט ווען עס איז ניטאָ קיין יסוד און טעם אויף אהבה, אדרבה עס זיינען דאָ טעמים אויף היפּך האהבה, פונדעסטוועגן זאָל זיין די אהבה בתקפה. דאָס איז דער אויפטו פון דעם כריתות ברית.
אויף אַ זמן וואָס עס זיינען דאָ טעמים אויף אהבה, דאַרף מען ניט האָבן קיין כריתות ברית. דער אויפטו פון דעם כריתות ברית איז אַז די אהבה זאָל זיין אַלע מאָל, וואָרום דאָס איז ניט קיין אהבה שעל פּי טעם ודעת (אַן אהבה התלוי' בדבר, ובמילא איז בשעת בטל דבר, ד. ה.360עס איז ניטאָ קיין טעם אויף אהבה, בטלה אהבה), נאָר אַן אהבה עצמית בלי גבול.
אין דער צייט פון כריתות ברית לייכט די אהבה עצמית שאינה תלוי' בדבר, בגילוי. מאַכט מען דעמאָלט דעם כריתות ברית, עס זאָל זיין אַן אהבה אַלע מאָל, ניט רעכענענדיק זיך מיט שינוי מעמד ומצב.
לויט דעם איז ניט פאַרשטאַנדיק, ווי קומט עס אַז בשעת דעם ברית בין הבתרים האָט מען דעמאָלט אָנגעזאָגט אויף דעם ענין הגלות*) ? גלות איז אָן היפּך פון אהבה, אַפילו פון אהבה שעל פּי טעם ודעת, ומכל שכן פון אַן אהבה עצמית, היינט בשעת עס לייכט די אהבה עצמית, ווי קומט עס אַז דעמאָלט זאָל מען ריידן וועגן גלות?
אין פלוג האָט מען עס געקענט פאַרענטפערן, לויט דעם מאמר רז"ליב) אַז בחר אברהם אבינו שעבוד מלכיות כנגד גיהנם, וואָס לויט דעם איז דער גלות אַ טובה, ובמילא האָט מען וועגן דעם גערעדט בשעת גילוי האהבה.
אָבער דער תירוץ איז ניט גענוג, וואָרום וויבאַלד אַז מען האַלט ביי גילוי האהבה, ובפרט גילוי אהבה עצמית, דאַרף זיך ניט ריידן כלל ניט וועגן גיהנם און ניט וועגן שעבוד מלכיות.
ד. נאָר מען וועט עס פאַרשטיין לויט דעם ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות דער פּנימיות ענין הגלות, וואָס דערמיט וועָט אויך ווערן רעכט אַ שווערער ענין על פּי נגלה אין גמרא ומדרש.
אין גמראיג) שטייט וועגן דעם מעמד הכרובים, אַז אין אַ זמן פון עת רצון, ובזמן שישראל עושין רצונו של מקום, איז געווען דער מעמד הכרובים פּניהם איש אל אחיו, כמער איש ולויותיד), ובזמן שאין עושין רצונו של מקום, וואָס דעמאָלט איז ניט קיין עת רצון, איז דער מעמד הכרובים פאַרקערט.
אין מדרשיח) שטייט אַז בשעת די גוים זיינען אַריין אין קדשי הקדשים, האָבן זיי געזען די כרובים ווי זיי זיינען געווען פּניהם איש אל אחיו כמער איש ולויות, און זיי האָבן עס פאַנאַנדערגעשיקט צווישן אַלע פעלקער — ראו למה אומה זו עובדת.
איז דאָך די קשיא, דער זמן החורבן איז דאָך געווען אַ היפּך פון עת רצון, איז ווי קומט עס אַז דעמאָלט איז געווען דער מעמד הכרובים פּניהם איש אל אחיו?
אין חסידות ווערט דערקלערט די פּנימיות הענין פון גלות מיט אַ משל פון השפּעת הרב לתלמיד;
בשעת אַ רב איז משפּיע שכל לתלמידו, איז ער צוגעטראָגן מיט אַ שימת לב צו דעם תלמיד. בשעת אַז אינמיטן דער השפּעה פאַלט אַריין דעם רב אין זיין שכל אַ נייער ענין, איז מצד דעם סדר און טבע פון הברקת השכל מוז מען זיך צוטראָגן צו דער הברקה, און אויב מען טראָגט זיך ניט צו באַלד צו דער הברקה ווערט זי נתעלם, און שפּעטער וועלן ניט העלפן קיינע יגיעות. איז361מצד עוצם פּנימיות אהבתו של הרב להתלמיד, וויל ער זיך צוטראָגן צו דער הברקה בכדי ער זאָל איר קענען נעמען און אחרי משך זמן זי איבערגעבן אויך צו זיין תלמיד.
בשעת אַז דער רב איז משים לב צו דער הברקת שכל החדש, איז וואָס מער ער איז צוגעטראָגן צום נייעם שכל, אַלץ שוואַכער ווערט דער שימת לב צום תלמיד און אַלץ שוואַכער איז די השפּעה.
וואָס דער נייער שכל איז אַ העכערער און אַ טיפערער — אַלץ מער דאַרף זיין דער צוטראָג צו אים, ובמילא ווערט אַלץ מערער דער אָפּטראָג פון דעם תלמיד בשעה זו, ביז אַז ביי דעם תלמיד ווערט אַן ענין פון גלות און חורבן.
דאָס איז אָבער מער ניט ווי אין חיצוניות, אָבער אין פּנימיות הענין איז דאָך דאָס דער תכלית הגילוי, ואדרבה, פון דעם אַליין וואָס עס לוינט דעם רב צוליב טובת התלמיד אָפּטראָגן זיך פון דעם תלמיד צוליב מקבל זיין דעם שכל החדש, דאָס אַליין ווייזט ווי גרויס איז דער יוקר פון דעם נייעם שכל, ביז אַז עס איז כדאי אַז אויף אַ וויילע זאָל ווערן ביי דעם תלמיד אַן ענין פון גלות וחורבן, אַבי אַז סוף כל סוף זאָל מען קענען מגלה זיין דעם תלמיד דעם נייעם שכל.
קומט אויס, אַז וואָס דער העלם איז גרעסער, איז דאָס גופא אַ באַווייז אויף די גרויסקייט פון דעם גילוי, אַז דער שכל החדש איז יקר ביותר, ומצד גודל אהבתו להתלמיד וואָס ער וויל אים מגלה זיין דעם
נייעם שכל, איז כדאַי אַז לשעה זאָל זיין אַ העלם וסילוק, אַבי אַז סוף כל סוף זאָל צו אים אָנקומען דער נייער שכל.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין די פּנימיות ענין הגלות, אַז הגם אַז אין חיצוניות איז עס אַ גלות וחורבן, אָבער אין פּנימיות איז דאָס תכלית הגילוי ביותר, דער גילוי פון דער גאולה העתידה, ומצד דעם גילוי פון דער גאולה העתידה איז כדאַי אַז לשעה זאָל זיין אַ גלות וחורבן בחיצוניות, אַבי אַז סוף כל סוף זאָל אָנקומען דער גילוי פון דער גאולה העתידה.
ה. אַ הכרח אויף דעם אַז אין פּנימיות איז דאָס אַ גילוי אור, איז אויך פון דעם סדר הגלות. קוקנדיק אויפן סדר הגלות, זעט מען אַז דאָס איז ניט נאָר אַן ענין פון כפּרה אויף חטאים עונות ופּשעים, נאָר דאָ איז פאַראַן אויך אַן ענין פּנימי.
אויב דער גאַנצער ענין פון גלות וואָלט געווען מער ניט ווי אַ כפּרה אויף חטאים עונות ופּשעים, דעמאָלט האָט געדאַרפט זיין דער סדר אַז פון צייט צו צייט זאָל דער גלות ווערן קלענער, וואָרום מיט יעדער שטיקל צייט אין גלות ווערט דאָך נתכפּר אַ טייל פון חטאים עונות ופּשעים, ובמילא איז וואָס ווייטער דאַרף דער גלות ווערן קלענער.
לפּועל זעט מען אַז וואָס ווייטער ווערט דער גלות אַלץ גרעסער. דאָס זעען מיר סיי ביי גלות מצרים און סיי ביי דעם איצטערדיקן גלות.
גלות מצרים; אין מצרים זיינען די אידן געווען צוויי הונדערט און צען יאָר. די ערשטע זיבעצן יאָר איז געווען גאָר גוט, אויך נאָך דער362פּטירה פון יעקב'ן, איז כל זמן די שבטים האָבן געלעבט איז ניט געווען קיין שעבוד, אויך נאָך מיתת השבטים, האָט זיך דער עיקר גלות המר אָנגעפאַנגען כשנולדה מריםי), די לעצטע זעקס און אַכציק יאָר, פ"ו בגימטריא אלקים, און אין די זעקס און אַכציק יאָר גופא איז די גזירה פון תבן אין ניתן לעבדיךיז) געווען גאָר צום סוף, ווען עס איז שוין געוואָרן גאָר נאָענט צו דער גאולה — ומאז באתי אל פּרעה וגו' הרע לעם הזהיח).
אַזוי אויך אין איצטערדיקן גלות זעט מען אַז וואָס ווייטער ווערט דער גלות אַלץ שטאַרקער, און עס ווערט ווינציקער גילוי אלקות. בהתחלת הגלות איז געווען דער גילוי על ידי התנאים, דערנאָך די אמוראים, און וואָס ווייטער ווערט דער העלם אַלץ גרעסער און גרעסער, ביז אַז בדורות האחרונים דעקבתא דמשיחא איז כמעט ווי גאָר קיין גילוי ניטאָ, וואָס דערפאַר הייסט עס מיטן נאָמען עקביים, וואָס אַן עקב איז אַן אבר וואָס אין אים איז ניטאָ קיין חיות (בגילוי), ווי עס שטייט אין אָבות דר' נתןיט) אַז דער עקב איז דער מלאך המות שבאדם.
פון דעם סדר איז מובן אַז דער גלות איז ניט נאָר אַ כפּרה אויף די עבירות, נאָר אין אים איז אויך דאָ אַן ענין פּנימי. דער פּנימיות ענין הגלות איז — גילוי אור חדש, ומצד דעם צוטראָג צום גילוי אור החדש ווערט דער אָפּטראָג פון דער השפּעה, און דערפאַר, איז וואָס ווייטער, וואָס עס ווערט מערער דער צוטראָג צו דער גאולה העתידה, וואָס נענטער צו משיח'ן, וועהט דער גלות אַלץ שטאַרקער.
ו. לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דאָס וואָס עס שטייט אין מדרש אַז בשעת די גויים זיינען אַריין אין קדשי הקדשים האָבן זיי געזען די כרובים כמער איש ולויות, וואָרום דער גאַנצער ענין הגלות איז דאָס נאָר בחיצוניות אין סדר השתלשלות, אָבער ווי דאָס איז אין פּנימיות, איז דאָס תכלית הגילוי. דערפאַר איז אין קדשי הקדשים, דער אָרט פון פּנימיות, דאָרטן איז דעמאָלט געווען דער מעמד הכרובים פּניהם איש אל אחיו, אין פּנימיות איז עס אַן עת רצון כנ"ל.
און דאָס איז אויך דער טעם אַז בשעת ברית בין הבתרים האָט זיך גערעדט וועגן גלות, וואָרום אין פּנימיות איז דאָס אַן ענין פון תכלית הגילוי. בשעת ברית בין הבתרים, בשעת עס האָט מאיר געווען די אהבה עצמית, איז געווען די בשורה אויף די גילויים פון דער גאולה העתידה, נאָר ווי דאָס איז אַרויסגעקומען אין סדר ההשתלשלות, איז דאָס אַן ענין פון גלות.
ז. די הוראה פון דעם אין עבודה איז;
ניט קוקנדיק אויפן חושך הגלות, אַז וואָס ווייטער ווערט דער גלות אַלץ שטאַרקער ביז אַז המלכות תהפך למינותכ), וואָס עס איז נאָך קיין363מאָל ניט געווען אַזאַ חושך, פונדעסטוועגן דאַרף מען ניט נתפּעל ווערן, וויסנדיק אַז דאָס וואָס דער חושך איז גרעסער איז דאָס מצד דעם וואָס מען ווערט נענטער צום אור הגאולה.
און בכדי אַראָפּטראָגן דעם אור הגאולה בפּועל דאָ למטה צום מקבל, פאָדערט זיך ביי דעם תלמיד צוויי ענינים; א) די ידיעה, ער זאָל וויסן אַז דער העלם וסילוק איז דאָס נאָר אין חיצוניות, אָבער אין פּנימיות איז דאָס תכלית הגילוי. ב) די התקשרות וצמאון צום רב, אַז ניט קוקנדיק וואָס אין חיצוניות האָט זיך דער
רב אָפּגעטראָגן, פונדעסטוועגן דאַרף דער תלמיד שטיין מיט אַ התקשרות וצמאון צום רב, אַזוי ווי בשעת ההשפּעה, און נאָך מערער. ווי דער אַלטער רבי פלעגט זאָגן בשעת דביקותו: „מי לי בשמים גו' איך וויל זע גאָר ניסט איך וויל ניט דיין גן עדן איך וויל ניט דיין עולם הבא כו' איך וויל מער ניט אַז דיך אַליין"כא), וואָס דורך דעם צמאון ווערט דער גילוי אור החדש צום מקבל, אין דער גאולה העתידה במהרה בימינו.