לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ח
487שמות
א. אין דער היינטיקער סדרה — פּרשת שמות — היובט זיך אָן דער סיפּור וועגן גלות מצרים, וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים, עבודת פּרך.
דער סדר פון דעם שיעבוד הגלות איז געווען, אַז פריער האָבן די אידן אָנגעהויבן נאָכצוגעבן צו ביסלעך אין רוחניות, מען האָט נאָכגעגעבן די מצריים וואָס זיי האָבן געפאָדערט, און נאָך דעם איז געווען דער שיעבוד הגלות אין גשמיות.
די התחלה איז געווען מיט דעם וימררו את חייהם, וואָס דאָס איז תורה, וואָרום דאָס איז דאָך דער חיות פון אַ אידן, און אַז מען האָט נאָכגעגעבן אין רוחניות, איז געוואָרן דער שיעבוד אין גשמיות, בעבודה קשה בחומר ובלבנים וגו'.
ב. אין ספר פּנים יפות שטייט וועגן דעם וואָס פּרעה האָט געזאָגט לכו לסבלותיכם, ווייל שבט לוי איז ניט געווען משועבד צו פּרעה'ן, נאָר זיי האָבן געטאָן זייער אייגענע אַרבעט, לסבלותיכם, אייער אַרבעט. און דער פּנים יפות איז מבאר דעם טעם פאַרוואָס שבט לוי איז ניט געווען משועבד, ווייל אויף שבט לוי שטייטא) וללוי אמר תומיך ואוריך לאיש חסידך. תומיך מיינט מצות מילה, ואוריך מיינט תורה, וואָס שבט לוי איז געווען גאַנץ אין דעם אויך בשעת הגזירה, דערפאַר זיינען זיי ניט געווען אונטער דעם שיעבוד פון פּרעה'ן. מה שאין כן די אַנדערע אידן, וואָס זיי האָבן נאָכגעגעבן די גזירה אין תומיך ואוריך, איז דאָס געווען אַ התחלה אויך צום שיעבוד בגשמיות.
ולכאורה איז דאָס ניט מובן, בשלמא דעם ענין תומיך זו מצות מילה, זיינען זיי געווען מחויב מצד דעם ציווי וואָס איז געווען לאברהם אָבינו, אָבער אין די אַנדערע עניני תורה זיינען זיי דאָך ניט געווען מחוייב, ווייל ס'איז דאָך געווען פאַר מתן תורה. ובכלל אויף מוסר נפש זיין זיך, איז דאָך דאָ אַ חקירה, צי זיי זיינען געווען מחויב אין מסירת נפש, וואָרום ס'איז דאָך דאָ אַ סברא, אַז זיי האָבן געהאַט אַ דין פון בני נח)) שאינם מחוייבים במסירת נפש*), היינט ווי קומט עס, אַז צוליב דעם וואָס זיי האָבן זיך ניט מוסר נפש געווען, זאָל דערפאַר זיין דער שיעבוד מצרים?
ג. איז פון דעם אַ הוראה, אַז ווען עס האַנדלט זיך וועגן רוחניות, איז לפעמים ניט נוגע צי מען איז קלאָר מחויב על פּי דין זיך מוסר נפש488זיין אָדער ניט. עס איז אַפילו ניט נוגע אויב מען איז מחויב טאָן דעם עצם ענין מצד הדין, צי דאָס איז נאָר אַ הנהגה וואָס דער רבי האָט איינגעפירט, אָדער אַ פריערדיקער רבי. על דרך ווי במצרים האָט שבט לוי אָנגענומען לימוד התורה ווי אברהם)) וכו' האָט עס איינגעפירט, ביז צו מסירת נפש.
אויב עס האַנדלט זיך וועגן רוחניות, דאַרף מען ניט אָננעמען קיינע גזירות, און גיין מיט דער גרעסטער שטאַרקייט.
וואָרום גשמיות איז אָפּהענגיק פון רוחניות. גיט מען נאָך אַ גזירה אין רוחניות, שפּאַרט אַרויס די גזירה אויך אין גשמיות. ולאידך גיסא, גיט מען ניט נאָך די גזירה אין רוחניות, איז דעמאָלט שרייט פּרעה אַליין לכו לסבלותיכם. פּרעה אַליין איז מודה אין דעם לסבלותיכם, אַז מען איז ניט משועבד צו אים.
פּרעה איז געווען אַ מלך בכיפּה על כל העולםח), און ער האָט געהאַט זייער גרויסע כחות, ביז אַז אַפילו משה רבנו האָט מורא געהאַט פאַר דעם, ביז השי"ת האָט אים געזאָגט, באַ אל פּרעה)), און שבט לוי האָט זיך אויך געפונען אונטער פּרעה מלך מצרים גופא, וואָס קיינער האָט פון דאָרט ניט געקענט אַנטלויפן, נאָר וויבאַלד אַז זיי האָבן אים ניט נאָכגעגעבן אין רוחניות, האָט אויף זיי פּרעה קיין דעה ניט געהאַט.
ד. די סיפּורי התורה זיינען אַ הוראה בעבודת האדם.
דער רמב"ם זאָגטז), כל מי שנדבה לבו לשרת את הוי', איז ער ווי דער שבט לוי, ער האָט טאַקע ניט קיין חלק ונחלה בארץ, אָבער הוי' הוא נחלתו, און ער האָט עס ניט נאָר ברוחניות נאָר אויך בגשמיות.
דאַרפן אַלע אידן וויסן, אַז זיי זיינען ווי שבט לוי.
בשעת אַז עס קומט אַ מנגד וואָס איז מבלבל צו עבודת השם, זאָל מען ניט מיינען, אַז דורך דעם וואָס מען וועט אַביסל נאָכגעבן, וועט ער אויפהערן מבלבל זיין. פּונקט פאַרקעהט, וועט מען אים עפּעס נאָכגעבן, וועט ער אָנהויבן מבלבל זיין נאָך שטאַרקער. און ניט נאָר אין רוחניות, נאָר אויך אין גשמיות. גיט מען עפּעס נאָך די גזירות אין רוחניות, וימררו את חייהם, שטייט באַלד דערנאָך, בעבודה קשה בחומר ובלבנים וגו'.
ה. לאידך גיסא, אַז מען ניט גאָר ניט נאָך דער קליפּה המבלבלת, נאָר תומיך ואוריך לאיש חסידך, אוריך לימוד התורה און תומיך — קיום המצוות, דעמאָלט ווערט מען פּטור פון דעם שיעבוד הגלות, אַז די קליפּה האָט קיין דיעה ניט, ניט נאָר אין רוחניות נאָר אויך אין גשמיות.
הגם אַז מצד דעם חושך הגלות פאָדערט זיך צו פאַרבייגיין כמה ענינים, וכמו מצוות התלויות בבית המקדש, אָבער באמת איז די כוונה פון גלות אַ הכנה והקדמה צו די גילוים דלעתיד.
489עס שטייט כתית למאור. דישראל נמשלו לזית, מה הזית הזה כשמכתשין אותו מוציא שמנו, כך ישראל וכו'.
דער גלות דוקא איז אַ הכנה למתן תורה.
אַזוי איז געווען בגלות מצרים און אַזוי — דער גלות. נאָר דעמאָלט, אחרי גלות מצרים, איז נתגלה געוואָרן גליא שבתורה, און איצטער וועט מען צוקומען צום מאור אַליין, צום מאור שבתורה, כתית — למאור, וואָס דאָס האָט מען דורך פּנימיות התורה.
און בשעת מען גיט גאָרניט נאָך, איז הגם אַז מען געפינט זיך נאָך טאַקע דערוויילע אין גלות, ניט אין ארץ ישראל, ווייל אַזוי איז מצד הכוונה העליונה, איז אָבער פאַראַן דער ואכלו את חלב הארץ, מען האָט נאָר דעם ענין הגלות, וואָס מען איז ניט אין ארץ ישראל, עס איז אָבער ניטאָ דער ענין השיעבוד.
בשעת עס איז דאָ אַ דבר המבלבל צו רוחניות, אַ גזירה רח"ל, זיינען פאַראַן אין דעם צוויי דרכים:
איין דרך איז, אַז מען זאָל אַביסל נאָכגעבן דעם מנגד, דורך דעם וועט זיך יענער אָפּטשעפּען.
דער צווייטער דרך איז, — ניט נאָכגעבן אויף קיין האָר.
זעט מען פון דער היינטיקער סדרה, אַז בשעת מען גייט מיט דעם וועג פון נאָכגעבן, קריכט מען אַריין אַלץ ווייטער און ווייטער, און מען הויבט אָן מבלבל זיין צו נאָך ענינים. נאָך מערער, דורך דעם ווערט אַ שיעבוד אויך אין גשמיות.
לאידך גיסא, אַז מען גייט מיט דעם צווייטן וועג, אויף גאָרנישט נאָכגעבן, ווערט מען פּטור פון דעם גאַנצן ענין, און מען איז מצליח ניט נאָר אין רוחניות נאָר אויך אין גשמיות.