English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות כא

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

560חג השבועות

א. דער ענין פון מתן תורה הכל מודים דבעינן לכם, אַז עס איז דער חיבור פון מעלה מיט דאַרף זיין אין אַ פּנימיות, דורכמטה, אַז אַלע עניני העולם אַן אונ־דרינגען אַלע זיינע ענינים, עס זאָל טערשייד, זאָלן באַלויכטן ווערן, און ניט פאַרבלייבן נאָר אויף שבועות אין זיי זאָל דורכדרינגען דער אור אַליין, נאָר עס זאָל פּועל'ן אויף

אַ גאַנץ יאָר, און ניט נאָר שבת

דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס ויום טוב נאָר אויך אין טאָג טעגדי גמרא זאָגט) הכל מודים בעצרת לעכן לעבן.

אאז מא ממר א מא אז מז אא אא א אר ברא זמאר ארתר רר מר מאר רמרתם מנן איר א אגדעררך אף דר הסופר והוא קיבל מפה אל פה עך משה גאַנצע פיר און צוואַנציק שעה, אַז רבנו ע"ה מסיני מפי הגבורה שהנקודות אין אַלע פיר און צוואַנציק שעה למיניהם הם כו' עיי"ש.

13) ספרי דברים ו, ז.

14) שמות יט, ב. וברש"י שם (והוא

1) פסחים סח, ב.561זאָל זיין קענטיק אַז דאָס איז אַ איד וואָס לערנט חסידות.

און אַזוי ווי דאָס איז אין תורת החסידות בפרט, אַזוי איז אויך בכללות התורה, אַז תורה דאַרף דורכנעמען אין אַלע ענינים במשך דעם גאַנצן מעת לעת, ווי דער רמב"ם זאָגטב), החכם צריך שיהא ניכר במעשיו כו', און רעכנט דאָרטן אויס צען זאַכן, וואָס די צען זאַכן נעמען אַרום דעם גאַנצן לעבן פון אַ מענטשן.

וואָס דאָס איז דער סדר פון מתן תורה, אַז תורה האָט זיך אָנגעטאָן אין גשמיות, און מען האָט עס געגעבן צו נשמות בגופים דוקא, דאָ למטה דוקא, ווייל תורה מאָנט, מען זאָל מברר זיין אַלע ענינים הגשמיים, וואָס פריער איז ער מברר זיין גוף מיטן נפש הבהמית און דערנאָך חלקו בעולם, וואָס דער סדר אין דעם איז ניט בדרך דחי' ושבירה, נאָר בדרך בירור דוקא, כמאמר הבעש"ט על פּסוק עזב תעזב עמוח).

ג. עס שטייט, יש חכמה בגוים תאמין, יש תורה בגוים אל תאמין), וואָס פון דעם מאמר רז"ל גופא וואָס ער זאָגט אַז חכמה איז פאַראַן ביי גוים און תורה ניט, וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק פון חכמה מיט תורה.

אויף צו פאַרשטיין אַ שכל מוז מען האָבן צו ערשט מושכלות ראשונות און כללי החכמה, בלשון החוקרים כללי ההגיון, וואָס לויט די כללי ההגיון מיט די מושכלות ראשונות, איז ער מכריח די מסקנת השכל.

במילא קומט אויס אַז די מסקנת השכל איז טאַקע מוכרח, מצד די מושכלות ראשונות וכללי ההגיון, אָבער די מושכלות ראשונות וכללי ההגיון אַליין, זיי האָבן ניט קיין יסוד מצד אַן ענין שקדמם, וואָס זאָל זיי מכריח זיין, נאָר דאָס איז תלוי ברצונו הטוב, אויב עס געפעלט אים און ער וויל אָננעמען די מושכלות ראשונות, דעמאָלט נעמט ער אָן די מסקנת השכל, אָבער אויב ער וויל ניט אָנעמען די מושכלות ראשונות, האָט ער אַ ברירה ניט דאָס צו אָננעמען, ובמילא נעמט ער אויך ניט אָן דעם שכל.

און דאָס איז איינער פון די ביאורים דורך וועלכע שכל אַליין איז מכריח אַז מען מוז אָנקומען צו העכער פון שכל, וואָרום אין שכל אַליין איז נרגש אַז דער שרש פון וואַנען ער קומט, איז ניט שכל, וואָרום די ערשטע נקודה פון וואַנען עס שטאַמט דער גאַנצער שכל, וואָס דאָס זיינען די מושכלות ראשונות, זיינען זיי ניט מוכרח מצד שכל, נאָר דאָס קומט ווייל אַזוי געפעלט אים, וואָס דאָס איז אַן ענין פון אמונה והנחה בנפש.

און דאָס איז דער אונטערשייד פון חכמה און תורה, אָננעמען אַ חכמה איז תלוי ברצונו הטוב, אויב עס געפעלן אים די כללי השכל נעמט ער דערפון אַרויס אַ געוויסע מסקנא, אָבער ניט אַז די חכמה אַליין איז אים מכריח. מה שאין כן תורה איז ווי עס שטייט אין זוהר)) אַז562תורה איז מלשון הוראה, תורה לערנט אַ מענטשן וואָס מען דאַרף, וואָס מען מעג, און וואָס מען טאָר ניט, ד. ה. די ג' פלוגות פון איסור, רשות און מצוה, און תורה מאָנט מען זאָל מאַכן פון רשות — מצוה.

און דער אופן ווי תורה לערנט דאָס איז ניט תלוי אין זיין הסכמה, אַז אויב ביי אים וועט זיך אָפּלייגן דער ענין, דעמאָלט וועט ער עס מקבל זיין, נאָר תורה לערנט און מאָנט אַרויס אַז אַזוי זאָל ער זיך פירן, ניט אָפּהענגענדיק אין זיין רצון.

און דאָס איז דער פּשט פון יש חכמה בגוים תאמין יש תורה בגוים אל תאמין. חכמה וואָס זי ווערט נתקבל דורך זיין רצון און געפעלנקייט, דאָס איז פאַראַן אויך ביי גוים, אויב עס געפעלן אים די יסודות וכללי ההגיון פון דעם שכל, נעמט ער אויך אָן דעם שכל, אָבער תורה וואָס זי דאַרף נתקבל ווערן אָן זיין צושטימונג, ד. ה. עס זאָל זיך ביי אים אָפּלייגן אַן ענין ניט מצד זיין געפעלנקייט, דאָס איז ביי גוים ניטאָ.

ד. עס זאָל זיך אָפּלייגן דער ענין פון תורה, ניט מצד זיין געפעלנקייט, דאָס איז פאַראַן ביי אידן דוקא, וואָרום יעדער איד האָט אַ נשמה וואָס זי איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, ווי מיר זאָגן) נשמה שנתת בי, און אַלע אידן זיינען געשטאַנען אויפן באַרג סיני צו מתן תורה, אויך די נשמות וואָס וועלן זיין און אַפילו די נשמות וואָס זיינען געווען פריערז).

במילא האָט יעדער איד געהערט ווי דער אויבערשטער זאָגט אים, לכל אחד ואחד ביחוד, אָנכי הוי' אלקיך, אַז אָנכי דלא אתרמיז בשום אות ובשום קוץ) איז כחך וחיותך, און וויבאַלד אַז דיבורו של הקב"ה חשיב מעשה)), איז דאָס געוואָרן אַזוי, אַז זיין כח וחיות איז דער אָנכי, וואָס ער האָט זיך אַריינגעשריבן אין דער תורה, דאנכ"י ראשי תיבות, אנא נפשי כתבית יהביתי).

ובמילא איז ביי יעדער אידן פאַראַן בנפשו פּנימה בתכלית ההנחה ותכלית הקליטה די אמונה אין דעם אויבערשטן — און נאָך מערער ווי אמונה, ער דאַרף גאָרניט אָנקומען צו אמונה וואָרום דאָס איז דאָך זיין גאַנצער מהות, זיין כח וחיות.

עס איז מער ניט וואָס עס קען זיין אַז ביי אים זיינען אָנגעוואַקסן דברים המעלימים ומסתירים אויף דער הנחה וקליטה, אָבער בנפשו פּנימה איז ביי יעדער אידן פאַראַן תורה, הוראה, ביי אים איז פאַראַן די גאַנצע תורה — ניט מצד זיין געפעלנקייט און פאַרשטאַנד, וואָס דאָס דערלאַנגט נאָר אין אַ באַשטימטן אָרט ובהגבלה, נאָר ביי אים איז פאַראַן תורה מלשון הוראה — דאָס איז זיין וועגווייזער, אַפילו אויב ער פאַרשטייט ניט, און כאָטש אַז דאָס איז ניט מצד זיין פאַרשטאַנד, איז דאָס ביי אים דורכגעדרונגען אין אַ פּני־

563מיות בכל עניניו, ווייל זיין גאַנ־

צער מהות איז דער אָנכי הוי'.

ה. די הוראה פון דעם;

בשעת מען גייט מקרב זיין אידן

צו אידישקייט און מען באַגעגנט זיך

מיט אַ אידן וואָס דערוויילע איז ער

נאָך ווייט פון דעם, דאַרף מען זיך

ניט איבערשרעקן און מייאש זיין,

וואָרום מען דאַרף וויסן אַז בנפשו

פּנימה איז ביי אים בתכלית הקליטה

ותכלית ההנחה אַלע ענינים וואָס אַ

איד דאַרף אין דעם גלויבן, וואָס

די הנחה איז אָן אַ הגבלה, ווייל דאָס איז זיין גאַנצער מהות. מען דאַרף נאָר אַראָפּנעמען די דברים המעלימים, ווערט דעמאָלט נתגלה זיינע פּנימיות.

וואָרום בשעת אַז זיינע פּנימיות אַרבעט מבפנים און צו דעם קומט איינער און איז אים מעורר מבחוץ, איז ביידע זאַכן צוזאַמען זיינען פּועל אויף דעם מיטן (צווישן זיינע פּנימיות והתעוררות הזולת) אַז דאָס זאָל אויך דורכגענומען ווערן פון די פּנימיות.

און דאָס איז אַ חוב אויף יעדער אידן אַז מען דאַרף גיין צו אידן און אַראָפּנעמען פון זיי די דברים המעלימים אויף דער נקודה הפּנימית, ווי עס איז ידוע דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן, אַז דער סדר פון תורה איז אויך תורה, די ערשטע מצוה אין תורה איז פּרו ורבו, דאָס מיינט אַז די ערשטע מצוה איז אַז אַ איד דאַרף מאַכן נאָך אַ אידןיא).

ו. עס איז פאַראַן אַ תורה פון אַלטן רבי'ן אויפן פּסוק ועשית חג

שבועותב שבועות איז וואָכן און וואָ־

כעדיקייט, דאַרף מען פון דערפון

מאַכן חג.

דער ענין פון דעם איז;

דער חילוק פון שבת און יום טוב

איז, אַז שבת איז אסור בעשיית

מלאכה, און ניט נאָר אין אַן ענין

פון מלאכה, נאָר אַפילו אין עובדין דחול, וואָס ס'איז ניט קיין מלאכה, אָבער וויבאַלד אַז דאָס איז עובדין דחול, איז דאָס אָסור בשבת.

. ווייל שבת איז העכער פון וואָכעדיקייט, וואָרום אַזוי ווי דער אויבערשטער רוט שבת פון מעשה בראשית, אַזוי דאַרף זיין אויך אַ איד, וואָס ער איז אָדם, — אדמה לעליוןיב), און דערפאַר דאַרף זיין די שביתה אויך פון דבור, שלא יהא דבורך בשבת כדבורך בחולכח), ווייל למעלה איז די התהוות געוואָרן פון דבור, ודבורו של הקב"ה חשיב מעשה.

דאָס איז מצד הדין, און אין ספרי חסידות — איך מיין ניט דעם ענין פון תורת חסידות, נאָר דעם ענין פון לפנים משורת הדין — שטייט אַז אַפילו הרהור איז אויך אָסוריד), וואָרום למעלה איז געווען די שביתה אויך פון הרהור, וואָרום אויך מחשבה למעלה איז פּועל, עס איז נאָר אַ חילוק אַז פון דבור ווערט עלמא דאתגליא און פון מחשבה עלמא דאתכסיא.

564דאָס אַלץ איז בשבת, מה שאין כן יום טוב איז טאַקע אָסור בעשיית מלאכה, אָבער מלאכה שלצורך אוכל נפש איז מותר ביום טוב, ווייל דער ענין פון יום טוב איז אַז עס זאָלן יאָ זיין ענינים גשמיים, און ממשיך זיין דעם קודש בצרכיו הגשמיים, אין אוכל נפש, אין עובדין דחול.

אויף שבת שטייט והכינו ביום הששי, וואָרום שבת אַליין איז העכער פון וואָכעדיקייט, מה שאין כן יום טוב ווערט אָנגערופן מקרא קודש, דמקרא איז מלשון הזמנה, כדאיתא בזהר אַז מען איז מזמין דעם קודש אין חול, און מען איז מעלה דעם חול אין קודש. וואָס דערפאַר איז אין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא בייןיח), און דער אַלטער רבי פּסק'נט אין שולחן ערוך180)) אַז אויך איצטער איז דאָס מדאורייתא, וויילע דער גאַנצער ענין פון יום טוב איז מקרא קודש, מקדש זיין דעם חול, דערפאַר איז דאָס פאַרבונדן מיט ענינים גשמיים, בשר ויין.

און דאָס איז אויך דער טעם דפּרש חגיכם כתיב ולא פּרש שבתכםכז), ווייל שבת איז העכער לגמרי פון גשמיות ד. ה. אַז די גשמיות וואָס ס'איז פאַראַן שבת ווערט עס נתעלה, און דאָס איז גאָר קיין גשמיות ניט, דערפאַר איז אין דעם ניטאָ קיין פּרש, מה שאין כן יום טוב וואָס די עבודה איז מאַכן פון דעם תול קודש, איז אויב עס פעלט די עבודה, איז דאָס דעמאָלט פּרש חגיכם.

און דאָס איז וואָס דער אַלטער רבי זאָגט ועשית חג שבועות, מען זאָל מאַכן פון די וואָכעדיקייט יום טוב, וואָרום דאָס איז דאָך דער גאַנצער ענין פון מתן תורה, מען זאָל מקדש זיין דעם חול.

ז. די ערשטע מצוה וואָס נאָך מתן תורה איז לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב וגו' מזבח אדמה תעשה לי וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיךיח). איז פאַראַן אויף דעם דעם אַלטן רבי'נס אַ תורה; דאָס וואָס ער הויבט אָן מיט שלילה, לא תעשון אתי, איז ווייל העדר קודם למציאות. און דערנאָך (אין דעם חיוב) זאָגט ער, מזבח אדמה תעשה לי, ד. ה. אַ מזבח פון ביטול, אַזוי ווי אדמה שהכל דשין עלי', וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך, דיינע עליות און דיינע שלימות'ן.

איז דער פּירוש פּנימי אין עולותיך ושלמיך מיינט מען ניט ענינים פון ישות, נאָר אמת'ע עליות און אמת'ע שלימות, וואָס תורה רופט אַן עולותיך ושלמיך, און פונדעסטוועגן איז וזבחת עליו, וואָרום מתן תורה מאָנט אַז מען זאָל זיך ניט רעכענען מיט קיין ענין, אַפילו מיט זהב וכסף וואָס דאָס איז אהבה ויראה.

אַזוי ווי מען האָט גערעדט פריער (בארוכה בענין מה שהנשמות הם פּנימיים) אַז תורה מאָנט מען זאָל צוקומען צו לקיים רצונו זיין, און מער ניט טראַכטן וועגן קיין ענין, וואָרום במתן תורה ווען דער566אויבערשטער האָט געזאָגט אָנכי הוי' אלקיך, אַז אָנכי הוי' איז געוואָרן כחך וחיותך, איז מצד דעם האָט קיין זאַך קיין שום אָרט ניט.

ווי דער פּירוש הבעש"טיט) אויפן פּסוק שויתי הוי' לנגדי תמידכ), אַז מצד דעם וואָס הוי' לנגדי שטייען אַלע ענינים בהשתוות. וואָס דאָס מיינט מען דאָך אַפילו ענינים רוחניים עד רום המעלה, מען דאַרף וועלן מער ניט ווי לקיים רצונו.

און דערפאַר איז די ערשטע מצוה וואָס נאָך מתן תורה, זאָגט מען באַלד לא תעשון אתי וגו', וזבחת עליו את עולותיך ואת שלמיך, וואָרום דאָס איז דער ענין פון מתן תורה כנ"ל באריכות.

ח. אין מקרא יוצא מידי פּשוטוכא), און אַזוי איז אויך אין מאמר רז"ל יוצא מידי פשוטו. איז בשעת מען זאָגט מתן תורה, וואָס דאָס מיינט אַז עס ווערט נמשך שטענדיק ווי דער לשון יעדער טאָג בברכת השחר איז; נותן התורה, לשון הוה, דאַרף פּטוט זיין דער לימוד התורה בכל יום. מען מוז האָבן אַלע טאָג אַ קביעות צו לערנען תורה.

די קביעות מוז זיין אַלע טאָג ממש, וואָרום אויף תורה שטייט כי הם חיינו, וואָס אין חיות טאָר קיין הפסק ניט זיין. אין בריאות קען זיין אַמאָל שטאַרקער און אַמאָל שוואַכער, אָבער די נקודת החיות אויב זי ווערט נפסק חס ושלום אויף איין וויילע איז דאָס שוין נפסק אויך אויף ווייטער. און אַזוי איז אויך אין תורה, אַז מען מוז לערנען בכל יום ויום.

נאָר אַזוי ווי די גמרא זאָגט כל האומר אין לי אלא תורה אַפילו תורה אין לו, ווייל צו תורה מוז מען האָבן אויך גמילות חסדים), במילא דאַרף זיין אויך עבודת התפלה, וואָס עבודת התפלה בכלל גמילת חסדים כדפירש"יכח), ווי עס שטייט גומל נפשו איש חסד, און פאַר תפלה דאַרף אויך זיין דער ענין פון גמילות חסדים בפּשטות, ווי ער זאָגט41)) יהיב פּרוטה לעני והדר מצלי, איז די עבודת התפלה וועט געבן אַז דער לימוד התורה זאָל זיין כדבעי.

און בשעת מען וועט האָבן אַ קביעות עתים לתורה בכל יום, האָט מען די הבטחה, אם בחוקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורהכח), ונתתי גשמיכם בעתם, וואָס דאָס איז די טבעת קידושין פון מתן תורה, און דער אויבערשטער איז דאָך מובטח לקיים הבטחתו.

אויב אין אַ פּרט איז אַזוי, איז אין אַ כלל אַודאי אַזוי, ד. ה. אַז בשעת עס האַנדלט זיך וועגן מוסדות חינוך, דאַרפן אויף זיך נעמען די מלמדים אַז פון שבועות אָן זאָלן566זיי לייגן די גרעסטע השתדלות אַז אויף לימודי קודש זאָל אַוועקגיין *) אַ גרעסערער טייל פון די שעות הלימוד, מען דאַרף האַלטן דעם לימוד התורה אַלץ אין איין מרחיב זיין, ואתהלכה ברחבה, מען דאַרף האָבן בטחון אין אויבערשטן און מען דאַרף נאָר ניט מעכב זיין ומעקם זיין די צנורות, און מען דאַרף גיין מיט אַ ברייטקייט סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, סיי אין כמות און סיי אין איכות, יגדיל תורה ויאדיר, יגדיל בכמות ויאדיר באיכות.

דעמאָלט וועט זיין ווי דער רבי האָט געזאָגט מיט צען יאָר צוריק, אַז האחד יהי' לרבבה, וואָס דאָס מיינט סיי כפּשוטו, אַז פון יעדן איינעם וועט זיין צען טויזנט, און סיי אין איכות, אַז יעדער איינער פון די צען טויזנט תלמידים וועט זיין בבחינת רבבה, וואָס רבבה איז בכתר*1).

(משיחת חגה"ש, תשט"ו)

ט. מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר בעת דעם פאַרברענגען שבועות געזאָגט, אַז יעדער איינער זאָל האָבן אַ שיעור גמרא בעיון. און וויבאַלד ער האָט עס געזאָגט שבועות, איז דערפון אַ ראי' אַז דער ענין פון לימוד בעיון האָט אַ שייכות צו מתן תורה.

באמת איז דער ענין פון לימוד בעיון אַ פּסק פון אַ משנה מפורשת; עשיר שהביא קרבן עני לא יצא"), עס איז דאָך — אין עני אלא בדעת ואין עשיר אלא בדעת*2)).

דער וואָס איז אַן עשיר בדעת, אַז ער איז שייך צו לערנען בעיון, והביא קרבן עני, אַז ער לערנט נאָר דעם שטחיות הענין, לא יצא. ובמילא איז ער מעכב די ענינים וואָס דער קרבן דאַרף אויפטאָן. עס איז דאָך פאַראַן דער ענין וואָס עס דאַרף זיך אויפטאָן דורך לימוד התורה אַזוי ווי דורך הקרבת הקרבן, בשעת אָבער אַז לא יצא, טוט זיך ניט אָפּ דער ענין.

און ניט נאָר דער שלימות הענין וואָס תורה דאַרף אויפטאָן האָט זיך ניט אָפּגעטאָן, נאָר עס פעלט אים אין דעם עצם ענין פון זיין לימוד התורה.

דער דין אין לימוד התורה איז, אַז אויב איין וויילע האָט ער געקענט לערנען תורה און ער האָט ניט געלערנט איז, כי דבר ה' בזה וגו', ווי עס שטייט אין גמרא און דער אַלטער רבי ברענגט עס אין ערשטן פּרק תניא. עס העלפט ניט וואָס ער זיצט און לערנט די גאַנצע צייט, וויבאַלד ער האָט איין וויילע ווען ער האָט געהאַט די מעגלעכקייט לערנען תורה פאַרפעלט, הייסט ער שוין אַ בוזה דבר השם.

אַזוי ווי דאָס איז אין זמן איז דאָס אַזוי אויך אין כחות הנפש.

אויב ער נוצט ניט אויס אַלע כחות וואָס ער האָט אין תורה, מעג ער אַפילו לערנען די גאַנצע צייט וואָס ער האָט, נאָר ס'איז פאַראַן איין כוח וואָס ער האָט אים ניט אויסגענוצט אין תורה, איז מצד דעם וואָס ער נוצט ניט אויס דעם כוח, איז דאָס בדקות דער ענין פון ביטול567תורה, און בדקות איז אויף דעם פאַראַן דער סיום הפּסוק הנ"ל, ר"ל.

אַז מען לערנט תורה לגירסא, נוצט מען אויס דעם כוח הדיבור, למוציאיהם בפּה, די חיצוניות המחשבה וחיצוניות השכל, אָבער דעם כוח ההסברה, כוח ההעמקה וכוח ההמצאה, וואָס דאָס איז דער חב"ד שבנפש, האָט ער ניט אויסגענוצט, ובמילא איז דאָס אַן ענין פון ביטול תורה בדקות.

וואָרום ווער האָט דאָ געלערנט, מער ניט ווי האַלבער מענטש, דער צווייטער האַלבער מענטש האָט גאָר ניט געלערנט, נאָך מערער, וועלכער האַלבער מענטש האָט געלערנט, דער חיצוניות'דיקער, אָבער דער עיקריות'דיקער האַלבער האָט גאָרניט געלערנט.

און דאָס מאָנט מען ביי יעדן איינעם, אַז ער דאַרף אָפּשאַצן וויפל ער קען זיך אַריינטאָן אין תורה, און אויף אַזויפיל דאַרף ער האָרעווען, און אויב ער האָרעוועט ניט מיט אַלע זיינע כוחות, הגם ער האָרעוועט טאַקע, אָבער וויבאַלד אַז עס זיינען ביי אים געבליבן כוחות, ובפרט אויב עיקריות'דיקע כוחות, וואָס זיי האָט ער ניט אויסגענוצט, גייט עס אַריין אין גדר פון לא יגעת, ולא יגעת ומצאת אל תאמין40)).

ער קען אַפילו האָבן גוטע חושים, און וואָס ביי אַן אַנדערן דאַרף נעמען אַ ריבוי זמן וביגיעה רבה, נעמט ער דאָס אין ווייניק צייט ובנקל, אָבער אויב ער האָרעוועט ניט אין דעם מיט אַלע זיינע כוחות, איז דאָס לא יגעת, ובמילא קען ניט זיין דער ומצאת.

ולאו דוקא אין תורה, נאָר אַזוי אין אַלע ענינים וואָס מען דאַרף אויף זיי האָרעווען, ווי אויף יראת שמים ואהבתו, וואָס עס שטייט אויף דעם דער לשון יגעת41)), אַזוי אויך אין קיום המצוות וואָס מען דאַרף אויף דעם האָרעוועןמח), — קליפּה וסטרא אחרא גיט אומזיסט, ווי עס שטייט הדגה אשר נאכל במצרים חנם, אָבער אין קדושה דאַרף מען האָרעווען, — איז אין די אַלע ענינים, דאַרף מען האָרעווען בכל כוחות נפשו, און אויב ניט גייט עס אַריין בכלל לא יגעת ומצאת אל תאמין.

ולאידך גיסא, אויב מען האָרעוועט כדבעי, איז אַפילו דער וואָס האָט פּשוט'ע חושים, אָבער וויבאַלד ער האָרעוועט אויף דעם, האָט ער די הבטחה אַז יגעת — ומצאת.

י. דאָס איז אויך אַן ענטפער צו די וואָס טענה'ן, וואָס וויל מען פון זיי אַז זיי זאָלן לערנען חסידות, בשעת ער האָט נאָך ניט ממלא כריסו געווען אין ש"ס ופּוסקים, און הלואי זאָל ער ווערן פאַרטיק מיט נגלה, ואין לנו עסק בנסתרות!

— באמת איז דאָך נגלה דתורה ופּנימיות התורה זיינען ביידע צוזאַמען תורה אחת וואָס איז געגעבן געוואָרן צו יעדער אידן בשעת מתן תורה, ווי עס שטייט אָנכי הוי' אלקיך, לשון יחיד, אַז אַלצדינג איז געגעבן געוואָרן צו יעדער אידן בפרט, אַלע חלקי התורה, פּשט, רמז, דרוש און סוד. דערפאַר פּסק'נט זיך568אָפּ אין הלכות תלמוד תורהמח), אַז יעדער איד איז מחוייב צו לערנען כל חלקי התורה.

און די טענה, אַז ער קען ניט פאַרשטיין קיין נסתר, דאַרף דאָך ביי אים זיין נאָך אַ גרעסערע קשיא, ווי איז ער בכלל שייך צו תורה. תורה איז דאָך חכמתו של הקב"ה, וואָס עס איז בלי גבול, היינט ווי קען ער, אַ מוגבל, תופס זיין דאָס. נאָר דער תירוץ איז, אַז דער אויבערשטער האָט די תורה אָפּגעגעבן צו אידן, אין אַן אופן מען זאָל דאָס קענען נעמען. במילא איז ער דאָך שייך צו נעמען אויך סתים דאורייתא, וואָרום אויך דאָס האָט דער אויבערשטער געגעבן צו יעדער אידן. —

אָבער דער אמת איז, אַז גליא איז כלשון רז"ל: גופי תורה, דער גוף פון תורה, און דאָס פאַרבינדט די גליא פון נשמה מיטן גליא פון קוב"ה, אָבער דער סתים דאורייתא פּנימיות התורה וואָס איז, כלשון רז"ל — נשמתא דאורייתא — ווי דערקלערט בזוהר*8)), פאַרבינדט דעם סתים דנשמה מיטן סתים דקוב"ה.

במילא אויב ער לערנט נאָר נגלה אָן חסידות האָט ער דאָך ניט אויסגענוצט דעם סתים דנשמה, וואָס איז ניט געוואָרן מחובר מיט תורה, איז דאָס על דרך הנ"ל, ווי איינער לערנט נאָר לגירסא און ניט בעיון.

ווען איז פאַראַן דער אמת'ער לימוד התורה, אַז דער גאַנצער מענטש, זיינע חיצוניות מיט זיינע פּנימיות, איז פאַרנומען און פאַרבונדן מיט דער גאַנצער תורה, — חיצוניות וגליא מיט פּנימיות וחסידות.

מען דאַרף אָנהויבן לערנען חסידות, אויב אַפילו אַז אין אָנהויב האָט ער נאָך ניט קיין געשמאַק אין דעם, און ער טענה'ט אין לנו עסק בנסתרות. און דורך דעם לערנען וועט אים אויך צוקומען אין גליא דתורה, ער וועט אין זיין לערנען ממשיך זיין אור אין סוף סתים דהקב"ה, קורא ושונה כנגדו.

און מה להלן, אַזוי ווי בשעת מתן תורה האָט מען געזען עצמות א"ס ב"ה אין תורה, אף כאן אַזוי וועט ער ממשיך זיין עצמות א"ס ב"ה בתורתו בכל מקום ובכל זמן.

יא. עס שטייט אין גמראלח) אַז דוד מת בעצרת, ד. ה. אַז שבועות איז דער יום ההילולא פון דוד המלך. אין ספר תבואות שור און בנין אריאל שטייט אַז אַזוי ווי הקב"ה איז ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום, איז דערפון אַ ראי' אַז דוד נולד בעצרת. ד. ה. אַז שבועות איז דער יום ההילולא און דער יום הולדת פון דוד'ן.

אויפן פּסוק בני אתה אני היום ילדתיך, שטייט אין זוהר80)) אַז דעם פּסוק האָט דוד געזאָגט בשעת ער איז געוואָרן בר מצוה און איז אַריין אין דעם פערצנטן יאָר. האָט דוד דאַן געזאָגט, אַז הקב"ה אמר אלי, בני אתה אַני היום ילדתיך, ד. ה. פון דער מדריגה אַני תפלה, איז אין569אים נמשך געוואָרן אַ נשמה קדושה.

— נוסף אויף דעם וואָס בעת הברית מילה איז נכנס דער נפש האלקית, ווי דער אַלטער רבי ברענגט אין אָנהויב שולחן ערוךמז), דאָס איז אָבער מער ניט ווי די מדריגה פון נפש רוח ונשמה, נאָך דעם אַז מען איז עובד עבודתו כדבעי למהוי, דעמאָלט איז זכה יתיר און בשעת הבר מצוה ווערט אויך נמשך די מדריגות פון אצילות.

דערפאַר האָט ר' שמעון געמאַכט אַ גרויסע סעודה ושמחה בשעת ר' אלעזר ברי' איז געוואָרן בר מצוה, אַ שמחה ווי צו אַ חתונה. און בשעת מען האָט אים געפרעגט דעם טעם השמחה, האָט ער געענטפערט, ווייל ר"א ברי' ווערט בר מצוה, ווי עס שטייט אין זוהר חדש *81)).

ועל פּי הנ"ל, אַז שבועות איז דער יום הולדת פון דוד'ן, קומט דאָך אויס אַז דעם פּסוק האָט דוד המלך געזאָגט שבועות.

יב. וויבאַלד אַז דעם פּסוק בני אַתה אַני היום ילדתיך וגו' האָט דוד אַריינגעשטעלט אין תהלים, וואָס תהלים זאָגן דאָך אַלע אידן, יעדער איינער כפי מעמדו ומצבו,

ובפרט לויט דער תקנה וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מתקן געווען, אַז יעדער איינער זאָל זאָגן אַלע טאָג דעם יום תהלים כפי שנחלק לימי החודש, וואָס די תקנה איז אַ דבר השוה לכל נפש, אַז אַפילו אויב מען זאָגט אויך אַנדערע שיעורי תהלים, דאַרף מען אָבער אויך זאָגן דעם יום תהלים כפי שנחלק לימי החודש, און וואָס ווייטער און ווייטער ווערט די תקנה נתפּשט אַלץ מערער און מערער,

במילא איז אַלע ענינים וואָס דוד האָט געזאָגט אין תהלים עבור כנסת ישראל, קומען זיי אַראָפּ בגילוי צו יעדער אידן כפי מעמדו ומצבו, ובכלל זה אויך דער ענין ותוכן הפּסוק בני אתה אַני היום ילדתיך, שאל ממני ואתנה גוים נחלתך ואחוזתך אַפסי אָרץ.

דער תוכן הפּסוק איז, אַז וואָס נאָר מען וועט דעם אויבערשטן בעטן, וועט ער ממלא זיין יעדער אידן כל משאלות לבבו.

יג. אויף דוד'ן שטייט, דוד מלך ישראל חי וקים88)), און — ועבדי דוד נשיא עליהם) וואָס דאָס גייט אויף ימות המשיח. במילא האָט דער פּסוק שייכות צו ביידן, סיי צו דוד'ן און סיי צו משיח'ן, וואָס דער ענין פון ביאת המשיח איז דאָך משאלות לבבו פון יעדער אידן, במילא האָט עס יעדער איד בכוח אויסצופירן.

און אויספירן מילוי הבקשה קען מען דורך לימוד התורה וקיום המצוות, ובכלל זה דורך שמירת תקנת אמירת תהלים, זאָגן אַלע טאָג נאָכן דאַוונען דעם יום תהלים כפי שנחלק לימי החודש.

— אין לבוש *) שטייט צו זאָגן תהלים פאַרן דאַוונען, אָבער דאָס איז נאָך אַן ענין, ניט די תקנה וואָס יעדער איד דאַרף זאָגן נאָכן דאַוו־

570מי דום הים כי מחלק מאה אעז דאר מקער ז אהרי ע.

יד. אין זוהר 40)) שטייט, אַז דוד לשפּוט את הר עשו.

ווערט אָנגערופן בדיחא דמלכא, ווייל

ער פּועל'ט שמחה למעלה, וואָס דאָס ובכלל זה שמירת התקנות הנ"ל, וועט

איז אַלעמאָל, און בפרט אין זיין מען ממשיך זיין משיח צדקנו למטה

יום הולדת ויום ההילולא, אין ער מעשרה טפחים במהרה בימינו.

ממשיך שמחה על כל השנה.

זאָל מען איצט מתוך שמחה מקבל

זיין אויף זיך להתחזק באמירת תה־ געזאָגטג), אַז דער יום טוב שבו־

לים אַלע טאָג כפי שנחלק לימי עות איז אויסער דעם וואָס ער איז

החודש, און מען זאָל אויך מודיע אַזוי ווי יעדער יום טוב, מועדים

זיין וועגן דעם צו די אַלע וואָס לשמחה, איז פאַראַן אין חג השבועות

ווייסן נאָך ניט דערפון, וועט זיין אויך אַ שמחה נוספת, שמחת מצוה,

מצד דעם וואָס אידן האָבן מקבל

און דעמאָלט וועט אויך מקויים געווען די תורה.

ווערן דער סיפּור וואָס כ"ק מו"ח

אדמו"ר האָט דערציילט שבועות מיט אַריין אַ קינד אין חדר צו לערנען צוואַנציק יאָר צוריק, אַז צו איי — תורה מאַכט מען דאָך אַ שמחה, נעם פון די רביים האָט מען באַ־ אַזוי אויך שבועות ווען אידן זיינען וויזן בחזיון, ויהי חתת אלקים על אַריין אין „חדר" מקבל זיין די תורה, הערים, — חת"ת איז ראשי תיבות, איז דאָס אַ שמחה, נוסף אויף שמחת חומש, תהלים, תניא.

בשעת מען וועט לערנען אַלע טאָג

אַ פּרשה חומש מיט רש"י, זונטיק שבועות מלשון שבועה, — וואָס דער ביז שני, מאָנטיק ביז שלישי א. א. וו. נאָמען שבועות האָט אַ שייכות צו מען וועט לערנען אַלע טאָג דעם מתן תורה — און שבועות לשון שיעור תניא ווי ער איז איינגעטיילט רבים, ווייל עס זיינען פאַראַן צוויי געוואָרן לימות השנה על ידי כ"ק שבועות: א) די שבועה פון אוימו"ח אדמו"ר און מען וועט זאָגן אַלע בערשטן צו אידן, אַז לא יחליפם טאָג נאָכן דאַוונען דעם יום תהלים

פון משביעין אותו תהי צדיק וכו'ד)

וועט מקוים ווערן דער ויהי חתת און וואָס אַ איד איז מושבע ועומד אלקים על הערים, און עס וועט זיין מהר סיני, אַז ער וועט בלייבן אַ דער ויסעו, אַז מען וועט פאָרן מתוך איד. עס איז פאַרפאַלן, אין יעדער

ממ אא ז מ ר מר מר מז מזר א א

סי' קצד). רות רבה פתיחתא ג. פסחים

פז, א.

40) חלק ב קז, א.571מעמד ומצב וואָס אַ איד זאָל נאָר זיין, איז אף על פּי שחטא ישראל הוא*), ניט נאָר וואָס ער הייסט מיטן נאָמען יעקב, נאָר ער האָט אויך דעם שם המעלה ישראל, אין יעדער מעמד ומצב וואָס ער געפינט זיך.

און דאָס האָט אויפגעטאָן מתן תורה, וואָס דעמאָלט זיינען נתחדש געוואָרן ביידע שבועות, דער פאַרבונד פון אויבערשטן צו אידן און דער פאַרבונד פון אידן צום אויבערשטן, אין אַן אופן פון התקשרות עצמיית, וואָס איז ניט תלוי אין דעם מעמד ומצב אין וועלכן דער איד געפינט זיך.

און מצד דעם דאַרף זיין די שמחה ביתר שאת. וואָרום די שמחה וואָס קומט מצד מתן תורה האָט דאָס אַ שייכות צו יעדן אידן, אין יעדער צייט און אין יעדער אָרט. און די שמחה וועט אויפטאָן אַז ער וועט מיטנעמען מיט זיך די התעוררות פון שבועות אויפן גאַנצן יאָר, ווייל שמחה פּורץ גדר, דעם גדר הזמן וגדר המקום, אַז אין יעדער צייט און אין יעדער אָרט וועט ער מקבל זיין די תורה.

טז. עס שטייט אין מדרשמד), אַז בשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן אידן די תורה, האָט ער פאַרלאַנגט אַן ערבות, האָבן די אידן געזאָגט, אַבותינו ערבים בעדינו, נביאינו ערבים בעדינו, אָבער דאָס האָט מען ניט אָנגענומען, ביז די אידן האָבן געזאָגט; בנינו ערבים בעדינו, דאָס האָט געהאָלפן און צוליב די קינדער האָט דער אויבערשטער געגעבן די תורה אַלע אידן למקטנם ועד גדולם.

עס שטייט דאָך נותן התורה לשון הוה, ווייל מתן תורה איז פאַראַן בכל יום ויום, במילא דאַרף מען יעדן טאָג געבן די קינדער לערנען תורה און פירן זיי על פּי תורה.

און אַזוי ווי מען גיט אַריין דעם ערשטן מאָל אַ קינד אין חדר טוט מען דאָס בשמחה, ווי מען האָט פריער גערעדט, אַזוי אויך יעדער טאָג ווען מען שיקט דעם קינד אין חדר לערנען דאַרף מען עס טאָן בשמחה.

עס איז ניטאָ וואָס איבערצוטראַכטן וואָס וועט זיין דער „תכלית" און פון וואָס וועט דער קינד, ווען ער וועט אויסוואַקסן, האָבן פּרנסה.

מען דאַרף וויסן אַז מען שיקט דעם קינד לערנען תורה, פאַרבינדט מען אים מיט דעם חי העולמים און מאַן דיהיב חיי יהיב מזוני, אַז ער וועט האָבן אויך די גשמיות'דיקע הוצאה, ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולה, אַלע ברכות וואָס עלטערן ווינטשן קינדער.

און דאָס קומט דורך לימוד התורה דוקא, אַז בשעת עס איז פאַראַן דער אם בחקותי תלכו, און עס וועט זיין דער ראשית „עריסותיכם" — מלשון עריסהמח) — תרימו תרומה להוי', אַז באַלד ווי מען שטייט אויף זאָגט ער מודה אַני וכו', דעמאָלט וועט דער קינד האָבן הצלחה אויך אין גשמיות.

572און דערפאַר ווען מען שיקט דעם קינד לערנען דאַרף מען עס טאָן מיט דער גרעסטער שמחה, וויסנדיק אַז דאָס איז דער איינציקער וועג צו ברענגען אים גליק, ניט נאָר גליק אין רוחניות, נאָר אויך גליק אין גשמיות.

(משיחת חגה"ש, תשט"ז)

יז. עס שטייט אין מדרש אַז בשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן אידן די תורה, האָט ער געזאָגט אַז ער וויל זיי זאָלן געבן ערבים אַז זיי וועלן מקיים זיין די תורה. האָבן די אידן געזאָגט אַבותינו ערבים בעדנו, האָט דער אויבערשטער די ערבות ניט אָנגענומען. נאָך דעם האָבן די אידן געזאָגט נביאינו ערבים בעדנו, האָט ער די ערבות אויך ניט אָנגענומען, דערנאָך האָבן די אידן געזאָגט בנינו ערבים בעדינו, איז די ערבות האָט דער אויבערשטער אָנגענומען, און האָט געגעבן די תורה.

דאָ אין אַמעריקע איז זייער אָנגענומען דער ענין פון דרוש, אַלע פון קליין ביז גרויס זאָגן דרוש — און אַזוי ווי אזלת לקרתא עבד כנימוסאמח), וועל איך מבאר זיין דעם מדרש על פּי נוסח המדינה, דרוש.

יח. אידן זיינען דאָך דער עם הנבחר, און זיי האָבן ליב לערנען תורה, וואָס אויף תורה שטייטמז), כי היא חכמתכם ובינתכם — אויך — לעיני העמים, פונדעסטוועגן אָבער מצד פאַרשידענע סיבות און טרדות, קען דאָך זיין אַז ניט קוקנדיק אויף די גוטסקייט און דעם געשמאַק פון תורה ומצוות, זאָל מען ניט לערנען קיין תורה און ניט מקיים זיין קיין מצוות.

דערפאַר, בשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה, האָט ער צו ערשט געוואָלט זיין זיכער אַז אידן וועלן לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, האָט ער פאַרלאַנגט ערבים.

די אידן האָבן געענטפערט, אבותינו ערבים בעדנו. אונזערע עלטערן וועלן זיין ערב פאַר אונז, זיי וועלן לערנען תורה. ער האָט אַ אַלטן טאַטן וואָס ער זיצט אין מושב זקנים, קיין דאגות האָט ער ניט, איז זיין טאַטע וועט לערנען תורה,

ער וועט אויסהאַלטן זיין פאָטער און זיין פאָטער וועט זיך פאַרשרייבן אין אַ חברה משניות, חברה ש"ס א. ד. ג. און וועט לערנען תורה. וואָרום קיין אַנדערע געשעפטן האָט ער סיי ווי ניט, במילא וועט ער האָבן צייט צו לערנען.

ואדרבה, עס וועט אים — דעם פאָטער — זיין פריילעכער, דורך דעם וואָס ער וועט זיך פאַרשרייבן אין אַ געוויסע חברה צו לערנען, וואָרום אַמאָל אין יאָר, צי צוויי מאָל אין יאָר, וועט פאָרקומען אַ מסיבה צווישן די חברים במילא וועט אים זיין פריילעכער.

יט. די אידן האָבן אויך געענטפערט, נביאינו ערבים בעדנו. אונזערע נביאים וועלן זיין ערב פאַר אונז. נביאינו מיינט אונזערע רעדנערס — נביא איז פון דעם וואָרט ניב שפתים — אונזערע רעדנערס, ד. ה.573אונזערע רבנים, זיי וועלן זיין אונזערע ערבים, זיי וועלן לערנען תורה.

ער וועט דינגען אַ רב, און וועט אים אויסהאַלטן אויף זיין חשבון, און ער — דער רב — וועט לערנען תורה, און ער אַליין וועט טאָן ביזנעס.

אָבער אויך אויף דער ערבות האָט דער אויבערשטער ניט מסכים געווען, אים איז ווייניק אַז רבנים וועלן לערנען תורה, ער וויל אַז אַלע אידן זאָלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.

במילא האָט ער פאַרלאַנגט אַנדערע ערבים.

כ. האָבן די אידן געזאָגט, בנינו ערבים בעדנו. אונזערע קינדער וועלן זיין ערב פאַר אונז, זיי וועלן לערנען תורה.

די קינדער, כל זמן זיי זיינען קליין, און זיי טויגן זיך ניט אויס צו ביזנעס, וועט ער זיי שיקן אין אַ תלמוד־תורה דערנאָך אין אַ ישיבה, און נאָך דעם אַז די קינדער וועלן ווערן עלטער, וועט ער זיי אַרויסנעמען פון דאָרט און אַרייננעמען זיי אין געשעפט.

אויף דער ערבות האָט דער אויבערשטער מסכים געווען, וואָרום אַז די קינדער וועלן קליינערהייט גיין אין אַ ישיבה, איז אויך אַז זיי וועלן ווערן עלטער, וועלן זיי ניט וועלן אַרויסגיין פון ישיבה, און זיי וועלן בלייבן לערנען.

נאָך מערער, די קינדער וועלן אַזויפיל ריידן און אַריינריידן אין די עלטערן, ביז זיי וועלן פּועל'ן אויך אויף די עלטערן, אַז אויך זיי — די עלטערן — וועלן אָנהויבן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.

כא. דאָס איז דאָך אַלץ אַן ענין פון דרוש, וואָס דרוש דערלאַנגט אין עולם היצירה אָדער אין עולם הבריאה, אָבער בהנוגע לפּועל דאָ אין עולם הזה איז, אַז מען דאַרף זען אַוועקלייגן אַלע כחות אויף אַריינברענגען קינדער אין די תלמוד תורה'ס און ישיבות, וואָס דורך דעם וועלן די קינדער פּועל'ן אויך אויף זייערע עלטערן, און דורך דעם זיינען אַלע אידן זוכה צו קבלת התורה.

(משיחת חגה"ש, תשי"ב)

כב. ביי מתן תורה און אין צוגרייטונג צו קבלת התורה שטייט, כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל. זאָגן די רז"לח* בית יעקב אלו הנשים, פריער זאָל משה רבינו איבערגעבן וועגן דעם צו די פרויען און דערנאָך צו די מענער, ווייל פון די אידישע פרויען הענגט אָפּ דער קיום התורה; אָן די אידישע פרויען ווענדט זיך דער חינוך, דאָס איז ביי זיי אין די הענט. די ערשטע יאָרן ווען דאָס קינד איז נאָך גאָר קליין איז ער דאָך דעם גאַנצן טאָג אין שטוב, אויך דערנאָך ווען דאָס קינד ווערט עלטער און גייט אין חדר, איז ער דאָך אויך דאָס רוב צייט אין דער היים מיט דער מוטער.

אויך דער גאַנצער שטעל פון הויז, און במילא, אין אַ גרויסער מאָס, דער אויסזען און אויפפירונג פון מאַן, איז אין די הענט פון דער פרוי, די עקרת הבית.

זאָגט מען צו די אידישע פרויען, תאמר לבית יעקב, תאמר —574בלשון רכה*4)). עס איז אָבער מער ניט ווי לשון — אויסדרוק — רכה, ניט אַז מען דאַרף זיי זאָגן אַן אַנדער אינהאַלט. מען דאַרף זאָגן דעם זעלבן אינהאַלט וואָס צו די מענער, נאָר בלשון רכה, אין אַ ווייכער שפּראַך. לויט אַן אויסדרוק פון כ"ק מו"ח אדמו"ר: מען דאַרף ניט ריידן אין דער ניט גוטער זייט (אויב מען וועט ניט גיין אין תוה־וועג ח"ו), נאָר אין דער גוטער זייט.

מען דאַרף זיי מסביר זיין, אַז אויב זיי ווילן אַז זייערע קינדער זאָלן זיין געזונט אין גשמיות — וואָס געזונט אין גשמיות ווילן דאָך זיכער אַלע — און גליקלעך בגשמיות וברוחניות, קען דאָס קומען נאָר דורך דעם געזונט פון דער נשמה, וואָס דאַן איז געזונט אויך דער גוף.

אַפילו חכמים פון ניט אידן, להבדיל, זאָגן אַז דער געזונט פון דעם גוף קען קומען נאָר דורכן געזונט פון נשמה, וואָס בשעת די נשמה איז געזונט, זיינען די נערוון געזונטע, ובמילא איז דער גוף אַ געזונטער. און ביי אידן קען דאָס זיין נאָר דורך דערציאונג און לעבן על פי תורה.

עס קומט אַ מוטער און פרעגט אַ קשיא; וואָס האָט צו טאָן תורה מיטן געזונט פון גוף? דאָס ווענדט זיך אין עסן און שלאָפן והדומה, אָבער וואָס האָט דאָס צו טאָן מיט כשרות, קריאת שמע, ברכות, ציצית, טראָגן פּיאות, לערנען אלף בית, א. אַ. וו. ?

דאַרף מען וויסן, אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט, איז ער דער בעל הבית אויף דער וועלט, סיי פון דער נשמה סיי פון דעם גוף, און אַזוי ווי ער האָט איינגעשטעלט, אַזוי מוז מען טאָן.

מיר זעען אַז דער וואָס האָט צוזאַמענגעשטעלט די פּלענער פון אַ פעקטאָרי (פאַבריק) ווייס ער דוקא ווי צו פירן די פעקטאָרי. דאָס וואָס ביי אַן אַנדער מענטשן קומט אויס אַז עס איז אַ קלייניקייט און עס איז ניט נוגע, ווייס ער אַז דאָס איז נוגע צו דער גאַנצער פעקטאָרי. מיר זעען אַז אַ בעל־הבית'טע אין אַ שטוב פאַרלאָזט זיך ניט אויף קיינעם, זי וויל אַז אַלץ זאָל גיין ווי ביי איר קומט אויס, ווייל זי ווייס גענוי וואָס דער מאַן דאַרף, וואָס די קינדער דאַרפן, וואָס די שטוב דאַרף.

היינט אויב אין אַ פּרטיות'דיקער בעל־הביתשקייט איז אַזוי, מכל שכן און זיכער — אַז בשעת עס האַנדלט זיך וועגן אַ קינד, וואָס ס'איז נוגע ניט נאָר צו דעם קינד אַליין נאָר צו זיינע קינדער און קינדסקינדער, לדורי דורות, איז דאָך אַודאי אַז קיינער קען זיך ניט מישן אין בעלהבית'שקייט, און ווי דער אַויבערשטער, דער בעל־הבית פון דער וועלט, האָט איינגעשטעלט, אַזוי מוז מען זיך פירן, און דאָס איז נוגע דעם קינד און אויך לדורי דורות.

מען דאַרף וויסן אַז דער אויבערשטער וואָס ער איז אַ בעל־הבית אויפן הימל, איז ער דער זעלבער בעלהבית אויך אין יונייטעד סטייטס, אָדער אין וועלכער אַנדער מדינה, און אויב מען וויל אַז דער קינד זאָל זיין געזונט הונדערט פּראָצענט, דאַרף

די דערציאונג זיינע אויך זיין אַ575הונדערט פּראָצענטיקע — הונדערט פּראָצענט על פּי תורה.

קיינע עלטערן וועלן ניט איינגיין אויף אַ פיפטי־פיפטי (האַלב אויף האַלב) קינד, חס ושלום, אַ האַלבן טאָג געזונט און אַ האַלבן טאָג, חס ושלום, ניט אַזוי. עלטערן לייגן איין דעם לעבן אַז די קינדער זאָלן זיין אינגאַנצן, אָן קיינע פּשרות, געזונט אין גוף. דאָס איז אָבער פאַרבונדן, לויט ווי דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט, אַז די דערציאונג זייערע זאָל זיין אַ גאַנצע, אָן פּשרות, ניט קיין פיפטי־פיפטי, אַ העלפט צום אויבערשטן און אַ העלפט „צו לייטן", נאָר אַלע הונדערט פּראָצענט צום אויבערשטן.

אויך דאַרף מען אומבאַדינגט זען, אַז ביי אַ קינד זאָלן זיין דברי תורה חקוקים במוחו, איינגעקריצט אין זכרון, לויט דעם עלטער זיינעם; שמע ישראל, מודה אַני, ברכות, תפלות, פּסוקי חומש, עטלעכע משנות. וואָס דאָס איז נוגע אויך אויף דער צייט וואָס ער לערנט ניט, און חזר'ט עס ניט — דעמאָלט ווירקט עס אויך, ווי עס איז דערקלערט אין חסידות0)), און די לעצטע יאָרן האָבן שוין די דאָקטוירים אויך מודה געווען אויף דעם.

כג. דער ס־הכל פון דאָס אויבנדערמאָנטע, בקיצור;

מיר געפינען אין תורה, און עס איז אויך פאַרשטאַנדיק אין געזונטן שכל, אַז פירן זיך ווי דער בעלהבית פון דער וועלט האָט אָנגעוויזן — איז דער איינציקער וועג ווי צו מצליח זיין אין דער וועלט. און אַז מען וויל הצלחה אָן פּשרות — דאַרף זיין די אויפפירונג אָן פּשרות.

ובפרט בנוגע קינדער;

קינדער דאַרפן זיין געזונט אַלע הונדערט פּראָצענט, דאַרף מען זיי דערציען און אָפּגעבן זיי צום אויבערשטן אויף אַלע הונדערט פּראָצענט, און דאַן גיט דער אויבערשטער די קינדער — און די עלטערן — סיי רוחניות סיי גשמיות הונדערט פּראָצענט, ווי ער זאָגט אין פּסוק; אם בחוקותי תלכו — ונתנה הארץ יבולה . . והרבתי אתכם והקימותי את בריתי אתכם.

(משיחת חגה"ש, ונשי"ד)

כד. ווי געזאָגט שוין, אַז ביי מתן תורה ווערן צום ערשטן דערמאָנט בית יעקב אלו הנשים און דערנאָך בני ישראל אלו האנשים. בכדי פּועל'ן ביי די אַנשים, איז דאָס אָפּהענגיק אין די נשים, וואָרום די אידישע פרוי איז די עקרת הבית.

אַ אידישע טאָכטער און פרוי דאַרף וויסן אַז אין איר איז אָפּהענגיק די הנהגה פון דער שטוב, און זי דאַרף זען פּועל'ן אויך אויפן מאַן. און הגם אַז אשה מצווה בכבוד בעלה, פונדעסטוועגן איז אויב ס'איז נאָר דאָ דער תוקף הדרוש איז בדרכי נועם ודרכי שלום קען מען אַלץ אויספירן.

ומובן בדרך ממילא, אַז איר אייגענע הנהגה וואָס ס'איז שייך צו איר דאַרף זיין כדבעי למהוי, וואָס דאָס דאַרפן שוין זען די טאַטעס מיט די מענער צו מסביר זיין בלשון רכה, את המעשה אשר יעשון ואת המעשה578אשר לא יעשון, אַז אַלע הנהגות זאָלן זיין על פּי תורה.

און אַפילו אַן ענין פון אַ הידור ולפנים משורת הדין, דאַרף וויסן אַ אידישע טאָכטער וואָס האָט זיך געהאָדעוועט אין אַ חסידישער שטוב, אַז אַ לפנים משורת הדין ומדת חסידות דאַרף מען אויך טאָן, וואָרום דער רבי האָט דאָך געוואָלט אַז אויך מיט פרויען זאָל מען לערנען ענינים פון חסידות, וואָס איבער דעם האָט ער געשריבן ענינים פון חסידות אויך אויף אידיש. זיינען דאָך די ענינים פון חסידות שייך אויך צו זיי.

ובפרט, אַז מען וויל ביי דעם אויבערשטן, ער זאָל געבן לפנים משורת הדין, דאַרף מען אַליין אויך זיך פּירן אַזוי, וואָס דעמאָלט וועט געבן דער אויבערשטער מידו הרחבה והמלאה בבני חיי ומזוני רויחי, אויף אַלע הונדערט פּראָצענט, ווי מען זאָגט אין אַמעריקע, אַז עס וועט זיין „אָלרייט".

כה. (אחרי תפילת ערבית והבדלה — שהבדיל בעצמו על הכוס — נתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בידו הקדושה לכל אחד מהנאספים מהכוס של ברכה, שבירך עליו ברכת המזון, וטרם צאתו אמר;)

אסרו חג איז דאָך ברי' דמועדא, און עס שטייט דאָך יפה כח הבן מכח האב*0)), זאָל מען ממשיך זיין דעם יום טוב אין אסרו חג, און פון אסרו חג על כל השנה, אַז עס זאָל זיין אַ שנה מבורכת בלימוד התורה.

(משיחת חגה"ש, תשט"ו)

*נ שבועות מח, א.

כו.) איר ווייסט געוויס אַז מיר געפינען זיך איצטער אין חודש סיון. וואָס כאָטש אַפילו די תורה איז געגעבן געוואָרן אין אַ באַשטימטן טאָג פון דעם חודש, אין זעקסטן טאָג פון חודש סיון, דערמאָנט אָבער די גמרא אין שבת81)) דעם גאַנצן חודש אין צוזאַמענהאַנג מיט מתן תורה, זאָגנדיק אַז ער איז ירחא תליתאי (דער דריטער חודש ציילנדיק פון ניסן ראש חדשים), און דערפאַר איז דעמאָלט געגעבן געוואָרן אוריין תליתאי, אַ תורה וואָס זי איז אויך אַ דרייענדיקע (פאַנאַנדערגעטיילט אויף תורה נביאים וכתובים), געגעבן געוואָרן לעמא תליתאי, צו אַ פאָלק וועלכער טיילט זיך אויך אין דרייען (כהנים לויים וישראלים). דערמיט אונטערשטרייכט די גמרא אַז ניט נאָר דער זעקסטער טאָג אין חודש איז פאַרבונדן מיטן געבן די תורה פון דעם אויבערשטן און מיט דעם וואָס אידן האָבן גענומען די תורה — נאָר דער גאַנצער חודש, יעדער טאָג אין אים — איז פאַרבונדן מיט מתן תורתנו וואָס איז געווען בששי בחודש אין די טעג פון שבועות. דערפאַר, געפינענדיק זיך אין חודש סיון, דאַרף יעדער טאָג דערמאָנען אַז דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן די תורה577און האָט אונז אויך געגעבן כוח אַז מען זאָל זי קענען אויפנעמען, מקבל זיין די תורה און דערנאָך אויפפירן זיך אַ גאַנצן יאָר לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה — ביז אין אַלע פּרטים פון טאָג טעגלעכן לעבן.

כז. אין מכילתא און מדרשים דערציילט מען דעם סדר ווי אַזוי מען האָט געגעבן די תורה; דער אויבערשטער האָט געהייסן משה רבינו אַז ער זאָל פריער אָנפרעגן ביי אידן, זאָגן זיי אַז ער גייט זיי געבן די תורה, כדי זיי זאָלן צוגרייטן זיך איר אויפנעמען, און האָט אים אויך אָנגעוויזן אַז פריער זאָל ער ריידן מיט די נשים — מיט די פרויען און מיט די מיידלעך — און דערנאָך זאָל ער ריידן מיט די מענער. און דער אויבערשטער האָט אויך דערקלערט משה רבינו אַז ער זאָל דאָס טאָן אין דעם סדר ווייל דעמאָלט וועט זיין זיכערער אַז ניט קוקנדיק אויף פאַרשידענע איינריידענישן און נסיונות וואָס דער יצר הרע שטעלט צו — אַז אַ אידן זאָל זיך אויסווייזן אַז לערנען תורה און מקיים זיין מצוות איז פאַרבונדן מיט שוועריקייטן — זאָל מען פונדעסטוועגן מקבל זיין די תורה, און מקיים זיין די אַלע זאַכן וואָס שטייען אין דער תורה.

כח. דאָס איז אויך די אָפּלערנונג ביז אין אונזער דור, ביז אין יונייטעד סטייטס, אין ניו יאָרק, אַז מען דאַרף וויסן און געדענקען אַז אַזוי ווי ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער ניט נאָר געגעבן די תורה נאָר פריער אויך געגעבן דעם כוח אַז מען זאָל קענען אויפנעמען און מקיים זיין די תורה, דערפילן דאָס אין טאָג טעגלעכן לעבן און האָט געזאָגט אַז די התחלה, דער אָנהויב פון דעם דאַרף זיין פון די אידישע טעכטער, אַזוי איז אויך איצטער יעדן יאָר און בפרט אין דעם חודש סיון — דאַרף אויפגענומען ווערן די תורה פון די פרויען און פון די מיידלעך, און דאָס שטאַרקט אויך די מאַנסביל אַז מען זאָל די תורה מקבל זיין אין דעם אופן פון דערפילן וואָס עס שטייט אין דער תורה דעם גאַנצן יאָר.

כט. איר גייט איצטער גראַדואירן (ענדיקן די כתה). עס איז זיכער איבעריק צו אונטערשטרייכן אַז ביי אידן גראַדואירן פון אַ בית ספר בלימודי קודש — הייסט דאָס ניט חס ושלום אָפּלאָזן וואָס מען האָט געלערנט, אָדער טראַכטן אַז מען האָט עפּעס פאַרענדיקט. דאָס איז נאָר אַ צוגרייטונג און אַן אָנהויב אויף קענען פאַרשטיין תורה און מקיים זיין וואָס עס שטייט אין דער תורה מיט העכערע און טיפערע כוחות, מיט מער פאַרשטאַנד און מיט מער חיות. און אַזוי ווי עס איז דעמאָלט געווען די אָנווייזונג אין דעם אַז די התחלה, אַז עס הויבט זיך אָן פון בנות ישראל, פון אידישע טעכטער, אַזוי איז אויך איצט האָפט דער אויבערשטער פון יעדערער פון אייך — אַז איר וועט ניט נאָר פאָרזעצן טאָן אין וויסן וואָס עס שטייט אין דער תורה און דערפילן דאָס וואָס די תורה הייסט טאָן, נאָר איר וועט דאָס טאָן נאָך מיט טיפערע כוחות און מיט גרעסערע כוחות און מיט578מערער לעבעדיקייט, און איר וועט אויך באַווייזן אין דעם, דעם וועג פאַר אייערע חבר'טעס און פאַר אייערע קרובים און פאַר דעם גאַנצן אַרוםאייך.

און דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן איר זאָלט דאָס טאָן אין גוטן געזונט מיט התלהבות און מיט לעבעדיקייט און מיט חיות און מיט פרישע, באַנייטע כוחות, וואָס דאָס וועט אויך ברענגען דעם אויבערשטנס ברכות אין אַלע אייערע ענינים, סיי וואָס זיינען פאַרבונדן מיט גשמיות און סיי וואָס זיינען פאַרבונדן מיט רוחניות.

ל. האָט אַ געזונטן זומער און הצלחה אין אַלע אייערע זאַכן, און איר זאָלט שטייגן אין אידישקייט און אין תורה און מצוות אין אַן אופן אויף צו זיין אַן אמת'ע פרייד און נחת צו אייערע עלטערן, פאַר אייערע מורים, פאַר אייערע טיטשערס און טיטשערינס,

און די הנהלה פון בית־רבקה זאָל זיך קענען באַרימען מיט אייך און זאָגן ראו גדולים שגדלנו — זעט וואָס פאַר אַ תלמידות מיר האָבן אויסגעשטעלט דעם יאָר,

און דאָס זאָל זיי — דער הנהלה — אויך געבן באַנייטע כוחות אַז פון יאָר צו יאָר זאָל אויך שטייגן דער סטאַנדאַרט פון דעם לערנען און חינוך פון די תלמידות אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור.

זייט געזונט און זייט מצליח סיי בגשטיות סיי ברוחניות.

(שיחת י"ט סיון, תשכ"ב, לתלמידות

המסיימות של בית רבקה)

לא. איצט), קען מען זאָגן, שטייען מיר אויפן שוועל פון דעם נייעם יאָר בהנוגע לפּועל ממש אין טאָגטעגלעכן לעבן. כמעט דעם גאַנצן חודש תשרי איז מען דאָך פאַרנומען מיט הכנות צו יום־טוב און מיט די ימים־טובים אַליין. אָבער איצט אַז עס האָבן זיך געענדיקט די יוםטוב'דיקע טעג פון חודש תשרי, גייט מען אַריין אין די וואָכעדיקע טעג פון אַ גאַנץ יאָר. עס הויבט זיך אָן דער סדר, לויט דעם אויסדרוק פון די רביים, נשיאינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פון ויעקב (געמיינט יעדער איד, מאַן אָדער פרוי) הלך לדרכו, גייט אַוועק אין זיין וועג — אויספירן די שליחות פון דעם אויבערשטן, וואָס יעדער האָט, אין זיין טאג־טעגלעכן לעבן.

אין דער צייט דאַרפן אידישע פרויען בכלל, און בפרט נשי ובנות חב"ד וואָס דאָס איז דאָך ראשי תיבות; ח'כמה ב'ינה ד'עת — אַריינטראַכטן זיך אין דער אחריות וואָס עס ליגט אויף זיי בנוגע זייער הויז.

זיי דאַרפן וויסן, אַז אויף זיי ליגט די פליכט אַריינצוברענגען וואַרעמקייט, ליכטיקייט און שמחה — אמת'ע וואַרעמקייט, ליכטיקייט און שמחה — אין זייער הויז.

אַז די הויז זאָל זיין אַן אמת אידישע הויז, וואָס דאַן וועט עס זיין אַ וואַרעמע, ליכטיקע און פריילעכע הויז — הענגט דאָס אָפּ אין גאָר אַ גרויסער מאָס פון דער פרוי, מער נאָך ווי פון דעם מאַן; דער579מאַן איז דאָך פאַרנומען אַ גרויסן טייל פון טאָג, אין עניני פּרנסה, אויסערהאַלב דער הויז, איז די פרוי די עקרת הבית, דער הויפּט פונדאַמענט פון דער הויז. די הנהגה פון דער הויז און דער חינוך פון די קינדער זיינען הויפּטזעכלעך דער פרוי'ס פאַראַנטוואָרטלעכקייט.

לב. אָט די פליכטן פון דער אידישער פרוי און איר אחריות — ווערן אויך אָנגעדייטעט און אונטערגעשטראָכן אין די דריי מצוות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן ספּעציעל צו אידישע פרויען;

א) צינדן ליכט ערב שבת און ערב יום טוב;

ב) אָפּשיידן חלה;

ג) טהרת המשפּחה.

אייניקע פון די רמזים פון די דריי מצוות זיינען;

א) ליכט צינדן. הדלקת נר שבת און נר יום טוב. וואָס פון שבת און יום טוב41)) נעמט מען כוחות אויף די וואָכעדיקע טעג, ברענגט אַריין שלום בית41)), און מאַכט די אידישע היים ליכטיק אויך בגשמיות מיט נר מצוה ליכטיקייט. דאָס ווייזט אויף דער פרוי'ס פליכט אַריינצוברענגען שלום און ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור אין דער הויז, וואָס דאַן רוט דעם אויבערשטנס ליכטיקייטד דאָרט.

ב) „נעמען" — אַפּשיידן חלה. מראשית עריסותיכם — דער אָנפאַנג פון אייערע טייג — תתנו להוי', דאָס איז אַ הייליקע תרומה וואָס אַ איד שיידט אָפּ פון זיין טייג און ברויט, דער הויפּט מאכל88)) פון מענטשן, און — איידער ער באַנוצט זיך מיט דעם. די מצוה פון חלה וואָס די פרוי האָט דערצו זוכה געווען, ווייזט אויף איר פליכט אָפּצושיידן אויף צדקה בפרט און תורה ומצוות הוי' בכלל, אַ טייל און דעם ערשטן — אין חשיבות און אין גרויס — פון דער פּרנסה. דורך דעם טוט מען אויף, אַז דער עסן, און אין אַלגעמיין, דער פאַרדינסט, זאָל אויסגעניצט ווערן ווי עס באַדאַרף צו זיין, צו געזונט און ברכהח). די גאַנצע פּרנסה זאָל גיין נאָר אויף גוטע זאַכן און געזונטע זאַכן, און ניט חלילה אויף דאָקטוירים, רפואות און ענינים פון עגמת נפש.

ג) טהרת המשפחה. דורך דער מצוה פון נדה, טהרה און טבילה וואָס איז געגעבן געוואָרן צו דער אידישער פרוי, ברענגט זי אַריין טהרה און קדושה — ריינקייט און הייליקייט — אין דעם פאַמיליע לעבן. דורך דער מצוה איז מען זוכה צו האָבן געזונטע גוטע קינדער87)), גאַנץ אין גוף און גאַנץ אין נשמה, קינדער וועלכע גייען דערנאָך אין דעם וועג פון תורה און מצוות און ברענגען אמת'ן נחת און פרייד צו זייערע עלטערן, דורך דעם וואָס די פרוי דערפילט איר פליכט, די פליכט580פון דער אידישער מאַמען צו זאָרגן פאַר דער ריינער אמת'ער אידישער דערציאונג פון די קינדער, זין און טעכטער, עס זאָל זיין אַ חינוך כשר על טהרת הקדש, די גאַנצע משפּחה זאָל זיין אַ משפּחה טהורה וקדושה.

לג. נשי ובנות חב"ד און אידישע פרויען בכלל;

עס גייט אַ נייער יאָר, געדענקט די גרויסע און געשמאַקע פליכט און פאַראַנטוואָרטלעכקייט וועלכע ליגט אויף אייך פאַר דער אויפירונג פון דער הויז.

איר קענט מאַכן, אַז די הויז זאָל זיין אַ אידישע הויז, אַ וואַרעמע הויז, אַ ליכטיקע הויז.

איר קענט אַריינברענגען די ג־טלעכע ברכה אין אייער הויז, אַז איר מיט אַלע אייערע בני בית, זאָלט האָבן אַ געזונטן יאָר, אַ פריילעכן יאָר און אַ גליקלעכן יאָר, בגשמיות וברוחניות.

לד. דער רבי דער שווער פלעגט ווינטשן עס זאָל זיין אַ „געזונטער ווינטער". ווינטש איך אייך בלשון הרב — אייך, אייערע מענער און קינדער — אַ געזונטן פריילעכן און גליקלעכן ווינטער, אַ גוטן תמיד88)).

(שיחת מוצאי שבת בראשית,

תשי"ד, לנשי ובנות חב"ד)

לה. די גמרא דערציילט88)), אַז אבא חלקי' און זיין ווייב האָבן ביידע געגעבן צדקה. דאָך בשעת מען האָט געדאַרפט האָבן גשמים, רעגן, און ביידע האָבן מתפּלל געווען, איז איר תפלה נתקבל געוואָרן פריער ווי איר מאַנ'ס תפלה.

זאָגט מען דאָרט דעם טעם, ווייל די צדקה וואָס אבא חלקי' האָט געגעבן צו אָרעמעלייט, האָט ער זיי געגעבן געלט, פאַר וועלכע זיי האָבן דערנאָך געקענט קויפן עסן ושאר הצטרכותם, אָבער זיין פרוי, בשעת עס איז געקומען אַן אָרעמאַן האָט זי אים געגעבן דעם עסן אַליין, ניט נאָר אַ הכנה צום עסן, דערפאַר איז איר תפלה פריער נתקבל געוואָרן ווי זיינע.

די גמרא80)) זאָגט, הזן ומפרנס בניו ובנותיו הקטנים אויף אים שטייט עושה צדקה בכל עת. ד. ה. אַז דער ענין הצדקה איז ניט נאָר אויף פרעמדע, נאָר אויך אויף אייגענע קינדער. און מען מיינט ניט דוקא צדקה בגשמיות, נאָר אויך צדקה ברוחניות, וואָס מען איז מחנך די קינדער, אויך דאָס גייט אַריין אין כלל פון צדקה.

אַזוי ווי אין צדקה בכלל — איז דער מאַן גיט דעם אָרעמאַן די הכנה צו דעם וואָס ער דאַרף און די פרוי גיט אים דעם מזון אַליין, אַזוי איז אויך אין דער צדקה רוחנית צו די אייגענע קינדער־חינוך — איז דער מאַן, דער טאַטע גיט דעם קינד די הכנות, אָבער די מאַמע גיט דעם קינד דעם מזון (הרוחני) אַליין.

וואָרום די מצוה וואָס איז פאַראַן אויפן טאַטן, ושננתם לבניך, איז על פּי רוב לערנט ער ניט אַליין מיטן קינד, נאָר דינגט פאַר אים אַ מלמד.

581וכידוע הסיפּור) פון אַלטן רבי'ן, אַז ער האָט אַריינגערופן אַ חסיד און האָט אים געזאָגט; איך האָב אַ מצוה פון ושננתם לבניך און דו האָסט אַ מצוה פון זן ומפרנס בני ביתו, מיר'ן זיך בייטן, איך וועל דיר געבן אויף דער הוצאה און דו לערן מיט מיין בערל. און האָט אים גענומען פאַר אַ מלמד פאַר זיין זון, דעם מיטעלן רבי'ן.

נמצא אַז די צדקה וואָס דער טאַטע גיט דעם קינד, גיט ער אים ניט דעם מזון הרוחני אַליין, נאָר די הכנה צו דעם, ער גיט געלט דעם מלמד און דער מלמד לערנט מיטן קינד.

אָבער דאָס וואָס די מאַמע גיט דעם קינד, איז דאָס דער מזון — רוחני — אַליין, זי דאַרף זען אַז

דער קינד זאָל גיין אַ טלית קטן, אָפּגיסן נעגל־וואַסער, מאַכן ברכות וכו'. וואָרום הגם דער קינד לערנט אין אַ ישיבה אָדער אַ חדר, קען אָבער זיין אַז אין דער צייט וואָס ער איז אין שטוב זאָל ער פּטר'ן אַלץ וואָס ער האָט אין זיך אָנגעזאַפּט זייענדיק אין ישיבה אָדער חדר, און דערפאַר דאַרף די מוטער אַכטונג געבן און מדריך זיין אים בהנהגות טובות.

און די גשמי ברכה — פאַרן גאַנצן הויז — קומען שנעלער בזכותה.

און דערפאַר רופט אָן די תורה אַ אידישע מוטער מיטן נאָמען עקרת הבית, ווייל זי איז דער יסוד פון בית ישראל.

(משיחת ש"פ בראשית, תשי"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-chj71h07

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות