English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות כט

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

617הדיבור אָנכי הוי' אלקיך, מכל הרו־זיין אויך די בריות1)), וואָס האָבן אין

זיך ניט קיין מעלה, מקרב זיין זיי

אַזוי אויך בשעת דער יסוד והתח־צו דער תורה אַזוי ווי זי איז, אָן לת הלימוד איז אַלף האָט מען דעם קיינע פּשרות, תורה מיט דברי סופכוח, אַז אומעטום, מיט אַלץ וואָס רים און מיט חסידות לפנים משורת ער האָט צו טאָן, זאָל זיך דאָרט הדין.

און בשעת מען גיט יענעם די

און ווי דער רבי האָט געוואָלט, תורה תמימה, די תורה אָן פּשרות, אַז מען זאָל באַלייכטן אַלע אידן, איז דורך דעם בחוקתי תלכו, האָט דורך דעם וועג פון אוהב את הבריות ער אויך דעם ונתתי גשמיכם בעתם

מיט די אַלע ברכות, חיים מאוש־

ניט ווי די שיטה אַז מען דאַרף רים ניט נאָר אין עולם הבא נאָר צופּאַסן די תורה לפי רוח הזמן, אויך אין עולם הזה.

נאָר פאַרקערט, ומקרבן לתורה, מקרב

ראה

א. אין היינטיקער פּרשה שטייט, ירושלים, לצד המקדש, לצד קדשי והי' המקום אשר יבחר ה' אלקיכם קדשים ולצד הארון 1)). ווייל אומעבו לשכן שמו שם שמה תביאו וגו', טום אַפילו אין חוץ לארץ בגשמיות זאָגט רש"י אַז דאָס גייט אויף איז אויך פאַראַן דער ענין פון ירוירושלים.

און דאָס וואָס עס שטייט, כל אַ ברודער פון מהר"ל מפּראָג — אין הדר בחוץ לארץ כאלו אין לו כו') חלק גאולה וישועה, פאַרוואָס שטייט — דאָס אַלץ פון ספר החיים — אין ערגעץ ניט בתורה בפירוש ירו־ מיינט מען דאָס הדר דווקא, וואָס שלים, נאָר סתם: המקום אשר יבחר דר מיינט מיט אַ קביעות, ד. ה.

אַז ער זיצט אין חוץ לארץ בקבי־

און ער ענטפערט, אַז — בכל עות און טראַכט גאָר אינגאַנצן ניט מקום מוקטר ומוגש לשמי, אַז לאַו וועגן דער גאולה, אָבער בשעת אַז דווקא אין ירושלים, נאָר אומעטום אויך זיצנדיק אין חוץ לארץ טראַכט וואו אַ איד דאַוונט צום אויבערשטן, מען וועגן משיח'ן און ארץ ישראל, אמר אא מר ממר מאז ז מא אד א אא א מ.618וואָס דער אויבערשטער איז אים בוחר.

ב. עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס מען איז זיי מטעה און זיי טייטשן דעם ענין פון דר בארץ ישראל כפּשוטו, און נאָך דערצו אין אַ גסות'דיקן און חומריות'דיקן אופן, ביז ביי זיי ווערט דער היפּך פון פּסק התורה.

דער רמב"ם אין הלכות דיעותח) פּסק'נט, אַז בשעת עס זיינען פאַראַן פאַר אַ מענטשן צוויי ערטער, איין אָרט אַ מקום ישוב, אָבער דאָרט האָט ער מורא אַז ער וועט אַראָפּגעפירט ווערן פון אידישן וועג, און דער צווייטער אָרט איז אַ מדבר, איז ניט נאָר וואָס לכתחלה דאַרף ער אויסקלייבן דעם מקום מדבר, נאָר אַפילו אויב ער געפינט זיך שוין במקום ישוב, זאָל ער אַנטלויפן פון דאָרט אין אַ מדבר.

דאָס רעדט זיך וועגן אַנטלויפן אין אַ מדבר, מכל שכן בנידון דידן אַז לכתחלה טאָר מען ניט אויסקלייבן אַזאַ אָרט, וואו מען קען ח"ו אַראָפּגעפירט ווערן פון דרך הישר.

אַי — טענה'ט מען — די גמרא זאָגט דאָך כל הדר בחוץ לארץ כו', איז מיינט מען דאָס דווקא אַ דירת קבע, אָבער בשעת מען וואָרט אויף משיח'ן און באַלד ווי ער וועט קומען איז מען גרייט צו פאַרלאָזן די גאַנצע זבת חלב ודבש וואָס אין חוץ לארץ — די וואָס מיינען אַז זיי האָבן דאָס — ווייל ער וויל האָבן דעם ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, דעמאָלט איז אויך זייענדיק אין חוץ לארץ איז דאָס דער מקום אשר יבחר ה"א בו און אויך דאָ קען זיין עבודת הקרבנות ברוחניות, מקריב זיין עולותיך ושלמיך, דיינע עליות און דיינע שלימות'ן אויפן מזבח.

און דאָס איז די הוראה וואָס מען דאַרף אַרויסנעמען פון היינטיקער טאָפּרשה, אַז בכל מקום אשר אַזכיר את שמי איז אומעטום ארץ ישראל, וואָס דאָס האָט בכוח יעדער איד צו אויפטאָן אַז דאָס זאָל זיין בגלוי, און דאָס איז דער ענין פון משיח הפּרטי*), וואָס דאָס וועט אויך ברענגען ביאת משיח הכללי, אַז אַלע אידן וועלן גיין אין ארץ ישראל הגשמית צוזאַמען מיט משיח צדקנו.

ג. ווען מען רעדט וועגן ענינים פון משיח'ן, זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע מיינען, אַז דאָס איז ווי דער לשון הגמרא, הילכתא למשיחאח), דאַרף מען וויסן אַז די מעשה איז ניט אַזוי, און עס איז דאָ אויף דעם אַ ראי' מוכחת אויך פון נגלה דתורה.

עס איז פאַראַן אַ דיעה), אַז אַ כהן טאָר ניט טרינקען אַ רביעית יין בזמן הזה, ווייל במהרה יבנה בית המקדש און אַ שיכור איז אָסור בעבודה. מפיג זיין שכרות פון יין קען מען דורך צוויי אופניםז); א) שינה, ב) שהי' כדי מיל.

דער שיעור פון אַ מיל איז אַכצן מינוט. דער גרעסטער שיעור וואָס619איז דאָ אויף אַ מיל איז פיר און צוואַנציק מינוט). איז דאָך אַ ראי' על פּי נגלה, אַז במשך אַ קליינער וויילע, נאָך ווייניקער ווי אַ שיעור מיל, וואָס דאָס איז, לכל היותר, דריי און צוואַנציק מינוט מיט ניין און פופציק סעקונדעס, קען קומען משיח מיט אַ פאַרטיקן בית המקדש, אַז מען זאָל דאַרפן גיין גלייך צו דער עבודה.

(משיחת כ' מנ"א *). תשט"ו)

ד . . . . די זעלבע זאַך איז אויך בשעת איינער קומט און טענה'ט אַז ער וויל פאָרן אין דעם אָרט וואָס עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. צוליב וואָס זאָל ער זיין אין גלות און מוטשען זיך, בשעת ער קען אַנטלויפן פון דאָנען קיין ארץ ישראל.

זאָגט מען אים, אַז ניט מיט דיין ווילן ביסטו אין גלות און ניט מיט דיין ווילן וועסטו אַרויסגיין פון גלות, דאָס איז דעם אויבערשטנס אַן ענין, איז במילא וויבאַלד עס איז על פּי השם, דאַרפסטו דאָך ניט לויפן פון דאַנען, וואָרום וואו דו ביסט ביסטו דאָך בי גזא דרחמנא.

נאָר אַזוי ווי מען האָט אים געגעבן בחירה חפשית, קען ער דאָך בוחר זיין אין דעם וואָס ער וויל, האָט ער די בחירה אויף קויפן אַ טיקעט און פאָרן קיין ארץ ישראל. דאָס האָט מען ביי אים ניט צוגענומען. מען איז ניט משנה סדרי בראשית מפּני כו'). אָבער וואָס טוט זיך מיט אים — ניט ער איז אַנטלאָפן פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל, נאָר ער האָט מיטגענומען מיט זיך דעם אַויר חוץ לארץ קיין ארץ ישראל און איז דאָרט באויר חוץ לארץ.

עס ווערט געבראַכט אין חסידותי) בשם ספר עשרה מאמרות, אַז ביי יעדער אידן איז מתפּשט סביבו דער אַויר גן עדן און דער אַויר גיהנם, איז בשעת אַז איבער דעם מפּני חטאינו וואָס ער האָט נאָך ניט מתקן געווען, דאַרף ער נאָך זיין אין דעם מצב פון גלינו מארצנו אויך כפּשוטו, און ער נעמט אַליין און פאָרט קיין ארץ ישראל, דעמאָלט נעמט ער מיט אין דעם ארץ אשר עיני ה"א בה, דעם אַויר גיהנם. וואָרום ער איז דאָך אַנטלאָפן פון דעם אָרט וואו ער דאַרף נאָך זיין כדי מתקן זיין חלקו אין דער סיבת החורבן והגלות, און דורך דעם פאַרציט זיך דער תיקון וכו'.

מילא בשעת ער געפינט זיך אין חוץ לארץ, איז דאָך גזרו על גושה ועל אַוירהיא), אָבער אין ארץ ישראל איז אַויר טהור, און ער נעמט מיט דעם אַויר גיהנם אין פּלטין של מלך.

ה. מען טענה'ט אַז ישוב ארץ ישראל איז אַ מצוה, און אויב עס איז ניט קיין מצוה איז עס אַ הידוו620מצוה. זיינען פאַראַן אויף דעם כמה תשובות.

א) עס שטייט אין תשב"ץ (קטן) — דער תשב"ץ איז אויך געווען אַ פרומער איד, — אַז בשעת מען וויל פאָרן קיין ארץ ישראל, דאַרף מען זען אַז מען זאָל זיך קענען גוט אויסהיטן במצוות און אויך מהדר זיין אין מצוות מער ווי אין חוץ לארץ, דעמאָלט קען ער פאָרן קיין ארץ ישראל, און אויב ניט, מאַכט ניט אויס אַז ער וועט ניט פאָרן.

אַזוי אויך איז פאַראַן בכמה ספרים אַז מצות ישוב ארץ ישראל איז דאָס ניט קיין מצוה חיובית פאַר יעדער אידן אַז ער זאָל זיך נאָך איר נאָכיאָגן צו מקיים זיין די מצוה. אויב עס איז דאָ אַ סכנה אין דעם, סכנת הגוף ועל אחת כמה וכמה סכנת הנפש, דאַרף מען ניט פאָרן, וואָס דערמיט פאַרענטפערט מען די ראשונים וואָס זיינען ניט געפאָרן קיין ארץ ישראל120)).

ב) ואיבעית אימא; מען האָט געפרעגט דעם רבי'ן בשעת ער איז געווען אין ווין, פאַרוואָס ער איז מקרב אפילו אַזוינע אידן וואָס עס שטייט אויף זיי מורידין ולא מעלין. האָט דער רבי געענטפערט;

אין שלחן ערוך זיינען פאַראַן פיר חלקים, אורח חיים, יורה דעה, אבן העזר און חשן משפּט. לויט דעם סדר איז חושן משפּט דער לעצטער חלק פון שלחן ערוך. אין חושן משפּט גופא זיינען פאַראַן פיר הונדערט מיט עטלעכע און צוואַנציק סימניםיא). פּרטי דינים פון מורידין ולא מעלין, זיינען צום סוף חושן משפּט, אין די לעצטע סימנים, איז פאַרוואָס זאָל מען אָנהויבן לערנען מיט אַ פאַרקערטן סדר, פון לינקס אויף רעכטס? זאָל מען לערנען פון רעכטס אויף לינקס ווי דער סדר ביי אידן, איז בשעת מען וועט אָפּלערנען אַלע דינים פון שולחן ערוך און מקיים זיין זיי, און עס וועלן איבערבלייבן בלויז די דינים, דעמאָלט וועט מען זיך אַוועקזעצן פּסק'נען אָט די דינים.

די זעלבע זאַך איז מיט מצות ישוב ארץ ישראל. עס זיינען פאַראַן מצוות וואָס זיינען מצוות לכל הדעות, אין זיי גופא זיינען פאַראַן קלות שבקלות, קלות, חמורות, און חמורות שבחמורות. איז בשעת אַז די אַלע מצוות לייגט מען אַוועק אָן אַ זייט, און מען כאַפּט זיך אָן אין מצות ישוב ארץ ישראל, וואָס ערשטנס איז אַ פּלוגתא צי עס איז במנין המצוות בכלל, צווייטנס איז אַ פּלוגתא צי דאָס איז אַ מצוה פאַר אַלעמען אַז אַלע מוזן דאָס מקיים זיין, כנ"ל, איז בשעת אַז אַלץ לייגט מען אַוועק אָן אַ זייט און מען כאַפּט זיך אָן אין דעם, איז אַ סימן אַז עפּעס איז דאָ ניט גלאַטיק.

ובפרט אַז מען זעט, אַז דאָס איז גאָר ביי אַנדערע מחליש קיום המצוות, איז דאָס אַ סימן אַז עס קומט פון דער אַנדער זייט.

ו. דער רבי (מהורש"ב) נ"ע האָט געזאָגט אַז דער יצר הרע טוט זיך אַמאָל אָן אין אַ זיידענער זשופּיצע, ביז אַז מען קען ניט דערקע־621נען צי דאָס איז אַן אַלטער ירא שמים אָדער דער אַלטער יצר הרע. און די איינציקע וועג צו דערקענען איז דורך די תוצאות אין פּועל ממש, וואָס אין דעם — פּועל ממש — קען מען זיך ניט נאַרן.

אויב מען זעט אַז דורך צוהערן זיך צו זיינע טענות ווערט מען פרימער אין פּועל ממש, מען דאַוונט מער, מען לערנט מער, מען ליגט אַלץ ווייניקער אין עניני עולם הזה און מ'טראַכט אַלץ מער און מער וועגן דעם אויבערשטן, דאַן איז עס אַ ראי' אַז דאָס רעדט דער אַלטער חסיד, אָבער אַז מען זעט אַז דורך צוהערן זיך צו זיינע טענות, איז אין פּועל ממש ווערט אַ חלישות אין תורה ומצוות, איז עס אַ ראי' אַז ס'רעדט דער יצר הרע, אַי, וואָס ער גייט אָנגעטאן אין אַ זיידענער זשופּיצע — איז די זשופּיצע ביי אים אַ גע'גזל'טע, ד. ה. אַז חוץ אַלע ענינים איז ער אויך עובר אויף נאָך אַן עבירה, ער נוצט אויס אַן ענין פון קדושה, און דערמיט גופא וויל ער מנגד זיין חס ושלום.

ז. ס'איז פאַראַן אַ וואָרט פון ר' הלל פּאַריטשעריד) בלשון הכתובטו) העם ההולכים בחשך ראו אור גדול, בשעת מען געפינט זיך אַ משך זמן אין חשך, מיינט מען אַז דער חשך איז אור. איז עס נאָך ווייניק — גייט מען נאָך נידעריקער, אַז שמים אור לחשך, מען נעמט אַן ענין פון תורה אור און דערמיט גופא וויל מען פאַרשטאַרקן חס ושלום דעם חשך כפול ומכופּל פון גלות.

אויב מען וויל יאָ פאָרן קיין ארץ ישראל, איז די איינציקע וועג — מתקן זיין דעם „מפּני חטאינו". דער גלות איז דאָך ניט קיין ענין פון עונש צוליב עונש חס ושלום, נאָר ס'איז כמשל *18)) אב הרחמן וואָס ביי אים איז זייער טייער בנו יחידו, איז בשעת דער בן יחיד זיינער שמירט זיך אויס, וואַשט ער אים אָפּ מיט מים פּושרין, אָדער אויך ברותחים, ווען די שמוץ האָט זיך שטאַרק צוגעקלעפּט. און מיטן אַראָפּנעמען די שמוץ דערמיט איז מען מקרב די גאולה כללית, ובמילא אויך דעם אייגענעם פאָרן קיין ארץ ישראל.

ווי ס'איז ידוע דער ענטפער פון דעם צמח צדק, וואָס ער האָט געזאָגט אַ אידן אויף יחידות, „ווילסט פאָרן קיין ארץ ישראל? — מאַך דאָ ארץ ישראל!" ער זאָל דאָ אין חוץ לארץ מאַכן אַ דירה לו יתברך, און בשעת עס קלייבן זיך צונויף איין ליכטעלע און נאָך אַ ליכטעלע דעמאָלט איז ראו — באמת — אור גדול, אַז מען וועט צוקומען צום לילה כיום יאיר אין דער גאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו אמן.

(משיחת י"ג תמוז, תשט"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-6020j6r6

עותקים

פעילות אחרונה

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות