לקוטי שיחות
האזינו
416פרשת האזינו
א. די היינטיקע פּרשת השבוע הויבט זיך אָן מיט די ווערטער; האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי. דער טעם וואָס משה רבנו האָט עס געזאָגט צו שמים וארץ איז, ווייל שמים וארץ זיינען משועבד צו אידן. בשעת אידן טוען וואָס דער אויבערשטער וויל, דאַן טוען שמים וארץ דאָס וואָס אידן ווילן.
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז איצט, די צייט פון קבלה טובה על להבא, זאָל מספּיק זיין די החלטה טובה, במילא זאָלן שמים וארץ טאָן אַלץ וואָס אידן ווילן בנפשם האלקית, און אַז דער אויבערשטער וועט געבן אידן גשמיות וועלן דעמאָלט אידן ווייזן וואָס זיי קענען,
דאָס הייסט אַז זיי וועלן מאַכן פון גשמיות רוחניות, און דאָס זאָל זיין מתוך מרחב ומתוך שמחה.
ב. דעם לשון האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי, געפינט מען אויך ביי ישעי' הנביא אָבער אין אַן אופן הפוך, שמעו שמים והאזיני ארץא).
זאָגן אויף דעם די מפרשיםב), ווייל שמיעה איז מרחוק און האזנה איז מקרובח). משה רבנו איז געווען נענטער צו שמים ווי צו ארץ, דערפאַר האָט ער געזאָגט האזינו השמים ותשמע הארץ, און ישעי' וואָס איז געווען נענטער צו ארץ האָט ער געזאָגט שמעו שמים והאזיני ארץ.
ג. משה רבנו איז געווען אַ נשמה דאצילות, ד. ה. אַז אויך זייענדיק דאָ למטה איז ער געווען במדריגת האצילות. ווי עס ווערט דערקלערט אין רמב"ם) בענין מעלת נבואת משה על נבואת שארי הנביאים, אַז ביי אַלע נביאים האָט בשעת נבואתם געדאַרפט זיין התפּשטות הגשמיות, ווייל זייער גוף הגשמי האָט מבלבל געווען צו דער נבואה (וואָס דאָס איז אַ גילוי פון אצילות), אָבער ביי משה'ן האָט ניט געדאַרפט זיין קיין התפּשטות הגשמיות, ווייל זיין גוף הגשמי איז ניט נאָר וואָס ער האָט ניט מבלבל געווען צו אלקות, נאָר נאָך מערער, ער איז געווען אַ כלי צו אלקות, ווייל שכינה מדברת מתוך גרונוח).
און דאָס איז אויך דער טעם ההפרש פון אַלע נביאים ביז משה רבנו, אַז כל הנביאים נתנבאו ב"כה" — בי"ע, און משה נתנבא ב"זה" — אצילותח).
דערפאַר בשעת משה רבנו האָט גערעדט וועגן שמים (אצילות), האָט ער געזאָגט האזינו, לשון קירוב. און בשעת ער האָט גערעדט וועגן ארץ, וואָס דאָס איז בי"ע בכלל און עולם416הזה בפרט, האָט ער געזאָגט ותשמע לשון ריחוק.
אָבער ישעי', וואָס זיין נבואה איז געווען בכלל נבואת שארי הנביאים, — הגם ער האָט געזען די מרכבה, אָבער דאָס איז מער ניט ווי מרכבה דבריאה, — האָט ער אויף שמים (אצילות) געזאָגט שמעו, לשון ריחוק, און אויף ארץ — האזיני, לשון קירוב.
ד. לויט דעם איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; צו וואָס האָט משה רבנו געדאַרפט בכלל ריידן וועגן בי"ע, און ישעי' הנביא וועגן אצילות?
ביי אַ נשמה דאצילות איז דאָך אַלץ וואָס זי זעט — אצילות. וואָרום אצילות איז ניט ערגעץ וואו, אצילות איז דאָך דאָ למטה, ווי עס ווערט דערקלערט אין לקוטי תורהז), אַז רוחניות איז ניט בגדר מקום.
האָט דאָך משה רבנו געדאַרפט ריידן נאָר וועגן אצילות?
אַזוי אויך ישעי', וואָס האָט געזען מרכבה דבי"ע, צוליב וואָס האָט ער גערעדט וועגן שמים?
נאָר דער ענין איז;
אַזוי ווי על פּי נגלה איז מען מבאר דעם טעם פון די לשונות הפוכות שבמשה וישעי', ווייל שמים וארץ זיינען צוויי עדותח), און אַזוי ווי ביי עדות דאַרף זיין עדותם מכוונת, אַז ביידע עדים זאָלן זאָגן איין זאַך, דערפאַר האָבן משה און ישעי' געזאָגט לשונות הפוכות, בכדי אַז צוזאַמען זאָלן ביי ביידע עדות — שמים וארץ — זיין ביידע לשונות, האזנה און שמיעה.
אַזוי אויך אין רוחניות, מען דאַרף אויסגלייכן אצילות מיט בי"ע (עדותם מכוונת); אצילות זאָל נמשך ווערן אין בי"ע, און בי"ע זאָל עולה זיין אין אצילות.
דערפאַר האָט משה גערעדט אויך וועגן בי"ע, כדי ממשיך זיין אצילות אין בי"ע; און ישעי' האָט גערעדט אויך וועגן אצילות, כדי מעלה זיין בי"ע אין אצילות.
וואָרום משה ענינו המשכה מלמעלה למטה, און דאָס איז דער ענין וואָס משה האָט ממשיך געווען תורה למטה. און ישעי' הנביא ענינו העלאה מלמטה למעלה, וואָרום אַ נביא איז דאָך געווען אַ מוכיח, און דער ענין פון הוכחה איז צו פּועל'ן אין נבראים די עלי' מלמטה למעלה. דערפאַר האָבן ביידע גערעדט וועגן ביידע ענינים, בכדי צו פּועל'ן די התכללות פון מעלה מיט מטה.
ה. די הוראה פון דעם אין עבודה איז;
שמים איז יושבי אהל און ארץ איז בעלי עסק.
דאַרף זיין די התכללות פון ביידע ענינים. יושבי אהל דאַרפן וויסן אַז כל האומר אין לו אלא תורה אַפילו תורה אין לו)), נאָר עס דאַרף זיין אויך קיום המצוות, וואָרום דער לימוד דאַרף זיין על מנת לעשות דוקא, תלמוד גדול שהתלמוד מביא לידי מעשהי).
און בעלי עסק, וואָס זייער עיקר עבודה איז בקיום המצוות, דאַרפן זיי וויסן אַז מען מוז האָבן אַ קביעות עתים לתורה יעדן טאָג, על כל פּנים417פּרק אחד שחרית ופּרק אחד ערבית 11)). געבן אויך מיט גוף — המשכה למטה;
דער אונטערשייד איז נאָר, וואָס און עובדי הוי' בגופם דאַרפן זיי זיך אָפּס'איז עיקר ענינם, אַז אין דעם קו געבן אויך מיט הערן און דערהערן דאַרף מען מער מהדר זיין, אָבער ביי דעם אור הנשמה — העלאה למעלה.
און אַזוי איז אויך בענין עובדי הוי' בפרט, דאַרף זיין די מעשה המצוה בנשמתם ועובדי הוי' בגופם: עובדי מיט דער כוונת המצוה, וואָרום מצוה הוי' בנשמתם, כאָטש עיקר עבודתם בלא כוונה כגוף בלא נשמה 11)).