English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים יח

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

682ב ח ו ק ו ת י

ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשי"א

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

. . . ידוע המקרא אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם ונתתי גשמיכם בעתם וגו', פירש"י ואת מצותי תשמרו — הוו עמלים בתורה, וביאר כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אשר העיקר הוא העמל בתורה, היינו שמקדיש מזמנו ומייגע את שכלו לעמול בתורת ה', ואף אם מפני עניניו — מפני דוחק הפרנסה וכו' — על פי דינה של תורה אין בידו ללמוד רוב שעות היום, בכל זאת בראות השם יתברך ויתעלה אשר עמל הוא בתורה, אזי נותן לו ברכתו ונתתי גשמיכם בעתם וכו', ומזמן לזמן הולכת פרנסתו הלוך וטוב, ובמילא מזמן לזמן יש בידו להוסיף בלימוד התורה וקיום המצות והולך הוא מחיל אל חיל, הן בגשמיות הן ברוחניות.

683בטח עיניהם טובה גם בשל אחרים ומשתדלים לצרף אותם בלימודי הקדש, ואשמת להוודע ממנו מהטבת מצבו בכלל, מעשותו חיל בלימודיו ומהגדלת מספר התלמידים הלוקחים חלק בשיעוריהם.

בברכת הצלחה בלימודו בתורה ובקיום

המצות והבנה טובה בתורת החסידות

המברכו

א

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

דער סיום פון ספר ויקרא וועלכער ווערט אָנגערופן תורת כהנים און ספר הקרבנות . . .

. . . דער געדאַנק דערפון איז

אידן בכלל, און יעדער איד בפרט, דאַרף זיין ענליך צו אַ „כהן", ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט; ואתם תהיו לי ממלכת כהנים (איר וועט זיין צו מיר אַ קעניגרייך פון כהנים). פּונקט ווי אַ כהן איז אויסדערוויילט געוואָרען כדי אפצוגעבן זיך מיט דער הייליקער עבודה, ניט נאָר פאַר זיך נאָר אויך פאַר זיינע ברידער, דעם גאַנצן אידישן פאָלק, אַזוי איז יעדער איד אויסדערוויילט געוואָרן צו דינען דעם אויבערשטען און האָט אויך אַ פאראנטווארטלעכקייט לגבי דעם ארום.

עבודת ה' — דינען דעם אויבערשטען — מיינט ניט אויסטאָן זיך און אויסשליסן זיך פון וועלט; עס מיינט דינען דעם אויבעדשטען אין דער וועלט און מיט דער וועלט — אנהייבענדיג פון דער אייגענער הויז, וועלכע פירט זיך אַזוי, אַז די שכינה זאָל דאָרטן רוען — ווי דער פסוק זאָגט; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.

דאס ווערט דערגרייכט דורך אן אויפפירונג ענליך צו קרבנות.

דער ענין פון קרבנות איז געווען מ'האָט גענומען זאַכן פון זיין אייגענטום — אַ שעפס, מעל, בוימעל, וויין, זאלץ א.ז.וו. — און דערפון געמאכט אַ קרבן; אַ קרבן־עולה, אינגאַנצן פאַר ג־ט, אויך אַ קרבן־שלמים, וואָס נאָכדעם וואָס מ'האָט מקריב געווען אַ טייל אַפן מזבח, האָט דער כהן און דער איד וואָס האָט געבראַכט דעם קרבן געגעסן, — געגעסן בטהרה.

אויף דעם וועג דאַרף זיך פירן אַ אידישע הויז אין אַלע אירע איינצעלהייטן, און דאַן רוהט דאָרט די שכינה, און עס איז אַ הויז געבענשט בגשמיות וברוחניות.

684פאַרווירקלעכן דאָס אין לעבן — היינגט אָפּ צום גרעסטען טייל און דאָס איז די הויפּט אויפגאַבע פון דער אידישער פרוי, די עקרת־הבית אריינצובריינגען די שכינה אין דער היים און אין דעם פאמיליען־לעבן, און צו דערציען די קינדער אין דעם גייסט.

דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז איר זאלט דורכפירן אייער אויפגאַבע אין דער פולער מאָס און מיט חסידישער וואַרעמקייט און לעבעדיקייט,

און אַזוי אַרום אויך דערנעענטערן די צייט ווען דער בית־המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן און די עבודה וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, ווען עס וועט קומען די גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו . . .

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-b3habn2h

עותקים

פעילות אחרונה

#176 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#171 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · נסגרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות