לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים יט
684ב מ ד ב ר
ברוקלין, נ. י.
. . . אין דעם לייענען תורה אין שול, און אין איר ואכענטליכען לערנען, איינלערנען און איינלעבען־זיך־ן־איר אין דער היים און איבעראל — הייבן מיר איצט אָן די סדרה און דעם ספר במדבר.
גלייך אין אָנפאַנג ווערט אונז דערציילט וועגן דעם אָנזאָג פון איבערציילן די אידן (כן ירבו). אויך אין די שפעטערדיגע סדרות פון דעם ספר ווערט דערציילט וועגן ציילונגען פון די אידן דאמאלס. און די תורה גיט דערצו אַ ספעציעלע וויכטיקייט — אויף אַזוי פיל, אַז דער גאַנצער ספר במדבר ווערט אנגערופען חומש הפיקודים — דער חומש פון די ציילונגען.
וואָס קענען מיר לערנען דערפון בהנוגע צו אונזער אַרבעט פון פאַר שפרייטען אידישקייט דורכגעדרונגען מיט חסידישע ליכט און וואַרימקייט ?
איינער פון די הויפט געדאנקען אין דעם איז;
באַ ציילונגען — איז יעדער פון די געציילטע, ווי גרויס און וויכטיג ער זאָל ניט זיין, איז ער דאָך ניט מער פון איינס. און, אויך פון דער צווייטער זייט, ווי קליין און געפאלען אַ צווייטער זאָל ניט זיין, איז ער דאָך ניט ווייניגער ווי איינס.
פון די הויפט שטערונגען צו דעם איבערגעגעבענעם און ווארעמען טאהן פאַר אַ צווייטען — איז דער געדאַנק; וואָס גייט עס מיך אָן; באַם צווייטענס געפאלענקייט — וואס קען מען שוין דא אויפטאהן.
686אריינטראכטענדיג זיך אָבער אין דאָס אויבענגעזאגטע — אַז אַליין פאַר זיך איז מען ניט מער ווי איינס, און אום צו באַקומען דעם כח און חשיבות פון מערערע מוז מען זיך פאַרבינדען מיט נאָך אידן,
אריינטראכטענדיג זיך, אַז אַזוי ווי דער צווייטער איז איינס מיט עם צוגלייך, קען דאָך זייער און זייער מעגליך זיין אַז, מיט דער געהעריגער הילף, זאָל ער זיך אויסגלייכען מיט עם אין אַלע הינזיכטען —
זעהט מען די ניט ריכטיקייט פון די געזאגטע שטערונגען, מען זעהט די גרויסע דערגרייכונגען, פאַר זיך און פאר'ן צווייטען, צו וועלכע מען קען צוקומען, און מען וואַרפט זיך אַריין אין דער אַרבעט — מיט בענייטע לעבעדיקייט און ענערגיע.
דער אויבערשטער זאָל בענשען אייער אַרבעט אַז זי זאָל זיין מיט פיל הצלחה אין אַלע הינזיכטען,
צוזאַמען מיט זיין ברכה און הצלחה צו יעדערער פון אייך מיט די בני בית — שיחיו, אין די פּרטיות'דיקע ענינים,
און גאָר אינגיכען, זאָלן מיר זוכה זיין, מיט אַלע אידן צוזאַמען, זעהן די ערפילונג פון דער ג־טליכער נבואה; אין דעם אָהט (ארץ ישראל) וואָס איז איצטער חרוב . . וועלן נאָך פאַרבייגיין די שאָף (די אידן) פאַרביי דעם וואָס וועט זיי ציילן (משיח) — זאָגט ג־ט
בברכת הצלחה ולבשורות טובות
ב ה ע 5 ו ת ך
ברוקלין, נ. י.
מאשר הנני קבלת מכתבו,
. . . ויהי רצון אשר כהוראת פרשת שבוע זה; וידבר ה' גו' דבר אל אהרן גו' בהעלותך את הנרות וגו',