English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות לד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

644עשי"ת

א. דער שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר שטייט דאָך לית אַתר פּנוי מיני'9)), נ"ע האָט אַמאָל אָנגעהויבן אַ פאַר־ אַז דער אויבערשטער איז פאַראַן ברענגען מיט דעם ענין פון אכל בי

עשרה שכינתא שריא). הגם עס

2) תקוני זהר תיקון נז. געבראַכט אין

שער היחוד והאמונה פרק ז.646אומעטום, איז וואָס טוט אויף דער בי עשרה?

נאָר דער ענין איז, אַז בעת עס זיינען פאַראַן צען אידן צוזאַמען, דעמאָלט איז שכינה שרוי' מער בגילוי, אַז אַ אידישע האַרץ קומט דעמאָלט לייכטער להתעוררות)).

דאָס וואָס לית אַתר פּנוי מיני', דאַרף מען האָבן אויף דעם התבוננות, מען דאַרף זיך מתבונן זיין אין דעם, ווי דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט און ער פירט אָן מיט דער וועלט, וואָס במילא איז ער פאַראַן אומעטום, אין יעדער זמן און אין יעדן מקום. דאַרף מען זיך דאָך אַריינטראַכטן אין דעם.

אָבער בשעת עס געפינען זיך צען אידן צוזאַמען, איז אַפילו ניט אַריינטראַכטנדיק זיך אין דעם, ווערט מען נתעורר צו לימוד התורה וקיום המצוות, ווייל דעמאָלט איז ־טעקייט בגילוי, ובמילא איז די נשמה פון אַ אידן בהתעוררות.

ב. עס זיינען דאָ עולם, שנה ונפש.

אַזוי ווי עס זיינען דאָ חילוקים אין נפש, דאָס הייסט אַז עס איז דאָ אַ מעלה יתירה ווען עס זיינען דאָ צען אידישע נפשות צוזאַמען, אַזוי זיינען אויך דאָ חילוקים אין זמן ומקום, וואָס דאָס איז דער ענין פון שנה און עולם.

בשעת מען געפינט זיך אין אַ בית הכנסת, בית המדרש אָדער אין אַ ישיבה, איז דאָס אינגאַנצן אַנדערש ווי בשעת מען געפינט זיך אין גאַס א. ד. ג., וואָרום מצד דעם מקום הקודש שטייט מען אין אַ התעוררות.

און אַזוי איז אויך אַ חילוק אין זמן, אַז בשבת ויום טוב אָדער עשרת ימי תשובה שטייט מען דאַן אין אַ טיפערער התעוררות ווי אַ גאַנץ יאָר.

היינט בשעת עס טרעפן זיך אַלע דריי זאַכן צוזאַמען. דאָ איז פאַראַן צען אידן, און נאָך עטלעכע מאָל צען, מען געפינט זיך אין דער צייט פון עשרת ימי תשובה, וואָס אויף דער צייט שטייט*) דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב, דער אויבערשטער איז נאָענט צו יעדער אידן ווער ער איז און וואו ער איז, און מען געפינט זיך אין דער הויז וואו דער שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געדאַוונט און געלערנט צען יאָר, איז מצד די אַלע דריי זאַכן צוזאַמען אַודאי אַ שעת רצון ושעת הכושר אויף נתעורר ווערן אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות בהנוגע דעם טאָג־טעגלעכן לעבן.

וואָס דאָס איז דאָך דער תכלית פון תורה, אַז מען זאָל זיין כדבעי ניט נאָר זייענדיק בעשרה אין בית הכנסת אָדער ישיבה און אין דער צייט פון עשרת ימי תשובה, נאָר אויך אין יעדער צייט און אין יעדער אָרט זאָל מען זיך אויפפירן לויט דער התעוררות אין וועלכער מען איז געשטאַנען זייענדיק בצבור בעשרת ימי תשובה אין שול.

און בכדי מען זאָל זיך אויפפירן אַ גאַנץ יאָר כדבעי, אויף דעם נעמט מען כוח און שטאַרקייט אין דער646צייט פון עשרת ימי תשובה, אַז אויך אַ גאַנץ יאָר זאָל מען זיך אויפפירן ווי מען דאַרף און זיין נאָענט צום אויבערשטן.

וואָס דער אויבערשטער איז דער איינציקער בעל הבית און דער אמת'ער בעל הבית אויף דער גאַנצער וועלט. און דורך דעם וואָס עשה רצונך כרצונו יעשה רצונו כרצונך8)), אַז דער אויבערשטער וועט געבן אַלץ וואָס מען דאַרף, סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות.

ג. דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם קישור הענינים פון יום כפּור מיט דער תפלת כהן גדול וואָס ער פלעגט זאָגן באַלד נאָך דער עבודה.

יום כפּור איז דער הייליקסטער טאָג פון גאַנץ יאָר (שנה), וואָס דעמאָלט איז די התעוררות הנשמה אַ סך מער ווי אין די איבעריקע טעג פון יאָר (נפש), און דעם רוב טאָג איז מען אין שול במקום קדוש (עולם), און בפרט בזמן שבית המקדש הי' קיים איז דער כהן גדול געווען אין קדשי קדשים, איז באַלד נאָך דער עבודה פלעגט ער מתפּלל

זיין אַ תפלה קצרה צום אויבערשטן אויף פּרנסה פאַר אַלע אידן. ווייל דורך דעם וואָס אידן זיינען פאַרבונדן און נאָענט צום אויבערשטן, קען מען דעמאָלט פּועל'ן ביים אויבערשטן אַלץ וואָס מען דאַרף, אָן איבעריקע בקשות, עס איז מספּיק אַ תפלה קצרה, עס זאָל זיין פּרנסה און פּרנסה בכבוד, און קינדער, אויך אין גשמיות, אַזוי ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין דער תפלה קצרה פון דעם כהן גדול.

ד. איך ווינטש אייך אַלעמען אַ סך הצלחה אין אַלע אייערע ענינים פּרטיים, ווי אויך אַ סך הצלחה אין אייער אַרבעט לטובת דער ישיבה, אַז די ישיבה תומכי תמימים זאָל קענען עפענען די טירן און אַרייננעמען אַ סך מער תלמידים, וואָס זיי וועלן שפּעטער זיין פירערס ביי אידן, און פאַרשפּרייטן ג־טלעכקייט אין וועלט.

און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו אַ חתימה און גמר חתימה טובה בתוך כלל ישראל.

(משיחה לעסקני ישיבת תו"ת, ו' תשרי,

תשט"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-a6af2p8v

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות