English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

452כח

א. אין פּרשת נח רעדט זיך וועגן דעם מבול, וואָס ווערט אָנגערופן מי נח. ולכאורה איז ניט מובן, פאַרוואָס ווערט עס אָנגערופן מי נח, נח איז דאָך גאָרניט געווען שולדיק אין דעם מבול, ער איז דאָך געווען אַ צדיק תמים?

זאָגט דערויף דער זוהרא) — ווייל נח לא התפּלל על דורו, דערפאַר ווערט דער מבול אָנגערופן על שמו.

דאָס מיינט, אַז הגם טאַקע נח איז ניט געווען שולדיק און ער איז ניצול געוואָרן, נח ואשתו ובניו ונשי בניו, אָבער ער האָט געדאַרפט מתפּלל זיין און באַשיצן און מחזיר בתשובה זיין די מענטשן פון זיין דור. ניט זיין אָפּגעשפּאַרט פון דער גאַנצער וועלט אין אַ תיבה. בשעת אָבער ער האָט זיך פאַרשפּאַרט אין אַ תיבה פאַר זיך, איז הגם דאָס איז געווען על פּי ציווי הקדוש ברוך הוא, וואָס דער אויבערשטער האָט

אים געהייסן; בא אל התיבה, פונדעסטוועגן זאָגט מען אויף אים פאַר ניט מתפּלל זיין און טאָן פאַר דער וועלט, אַזאַ שווערן וואָרט, אַז די מי המבול ווערן אָנגערופן על שמו, מי נח.

ב. ומכאן הוראה לכל אחד ואחד, אַז אַפילו ער איז אַ צדיק תמים, אָבער אויב ער שליסט זיך אָפּ פאַר זיך, זאָל דאָס אַפילו זיין על פּי ציווי הקב"ה, און טראַכט ניט וועגן דעם דור, איז אַפילו אויף נח'ן וואָס ער איז געווען אַ צדיק תמים, און דאָס איז געווען פאַר מתן תורה, זאָגט מען אַ שווערן וואָרט, ומכל שכן נאָך מתן תורה, דכל ישראל חברים וישראל ערבים זה לזה)), דאַרף יעדערער טראַכטן וועגן אַלע־453מען, לאצלי ולאגנא נאָך איידער זיי זיינען געוואָרן בעלי תשובה, און דערנאָך לאתבא בתשובה.

יעדער איינער דאַרף זיך ניט מסתפּק זיין מיט זיך אַליין, נאָר ער דאַרף אויך טאָן מיטן זולת.

צי ער וועט אויפטאָן אָדער ניט, ער דאַרף טאָן וואָס מען מאָנט פון אים, ובהדי כבשי דרחמנא למה לך).

און בדרך כלל; אַז מען טוט, טוט מען טאַקע אויף, ובפרט חסידים האָבן דאָך דעם פּסק דין און די הבטחה פון אַלטן רבי'ן)), אַז בכל ענין וואָס זיי וועלן טאָן אין ענינים פון תורה ומצוות וועט זיין ידם על העליונה.

(משיחת ש"פ בראשית, ה'תשי"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-ny2xq567

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות