English
ספרייה

לקוטי שיחות

במדבר

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

293א. די ערשטע מצוה פון ספר במדבר איז; שאו את ראש כל עדת בני ישראל, מען זאָל ציילן די אידן. און צוליב דעם ווערט דער גאַנצער חומש אָנגערופן אין גמראא) מיטן נאָמען פּקודים.

מנין (צאָל) איז אַ זאַך וואָס איז ניט פאַרבונדן און ווייזט אינגאַנצן ניט אָן אויף דעם תוכן פון דער זאַך וואָס ווערט געציילט, וואָרום אין מנין ציילט מען אַלעמען גלייך, אָן קיין אונטערשייד פון אַ גרעסערן מיט אַ קלענערן אין כמות אָדער אין איכות. דער גרעסערער פאַרנעמט אין מנין ניט מער ווי איין צאָל, און דער קלענערער ניט ווייניקער ווי איין צאָל. מנין ווייזט גאָר ניט אָן אויף דער חשיבות פון דער זאַך.

אויך דער תנאי פון בן עשרים, וואָס די אַלע וועלכע זיינען אַריין אין דעם מנין האָבן געמוזט אַלט זיין צוואַנציק יאָר, איז ניט קיין ענין וואָס קומט דורך השתדלות און עבודה, דאָס איז ניט פאַרבונדן מיטן מהות פון מענטשן און קומט ממילא מיט דער צייט, ומחוסר זמן לאו כמחוסר מעשה.

היינט וויבאַלד אַז דאָס איז אַן אויסערלעכע זאַך, וואָס האָט גאָר ניט צו טאָן מיט תוכן און חשיבות, איז ניט פאַרשטאַנדיק, ווי קומט עס טאָקע אַז דאָס זאָל זיין די ערשטע און גרונט מצוה פון דעם חומש, ביז, אַז דער גאַנצער חומש ווערט אָנגערופן ספר הפּקודים?

ב. דער דין איז, אַז דבר שבמנין לא בטלב). ווייל ווען מען ציילט אַ זאַך, ווייזט עס אויף דער חשיבות פון איר מין. מצד דער חשיבות פון דעם מין ציילט מען יעדן איינצלנעם באַזונדער. קומט אויס, אַז כאָטש מנין דריקט ניט אויס דעם תוכן און חשיבות פון יעדן פּרט לגבי דעם צווייטן פּרט, דריקט ער אָבער אויס די חשיבות פון דעם גאַנצן מין לגבי אַנדערע מינים.

אין פלוג איז אָבער די דערקלערונג נאָך ניט גענוג. אמת טאַקע אַז פון דעם מנין פאַרשטייען מיר די חשיבות פון דעם גאַנצן מין, דער מנין דאָ איז דאָך אָבער ניט מער ווי אַ סימן און הוראה אויף דער חשיבות און ניט אַ סיבה — ניט אַז מצד דעם מנין ווערט די חשיבות.

דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער חילוקכח) פון את שדרכו לימנות (אַ זאַך וואָס ווערט שטענדיק פאַרקויפט אויפן צאָל) און כל שדרכו לימנות (אַ זאַך וואָס ווערט פאַרקויפט אויפן צאָל, אָבער ניט אַלעמאָל). אויב די מעלה אין דבר שבמנין וואָלט געווען דאָס אַליין וואָס מען ציילט עס, דאַרף דאָך ניט זיין קיין נפקא מינה פון „את" און „כל". וואָס איז נוגע ווי עס איז אַלעמאָל, דעם מאָל האָט מען דאָך די זאַך געציילט, דאַרף זי ניט בטל ווערן. איז דאָך אַ ראי' אַז די מעלה איז294אין דער זאַך וואָס זי איז בעצם אַ דבר חשוב, און דער מנין איז מער ניט ווי אַ סימן אויף חשיבות. דערפאַר, בשעת אַ זאַך ווערט אַמאָל געציילט און אַמאָל ניט, האַלט ר' יוחנן (און אַזוי איז די הלכה) אַז דאָס ווערט יאָ בטל, ווייל די זאַך אַליין האָט ניט גענוג חשיבות.

קומט דאָך אויס, אַז דער גאַנצער ענין פון מנין, איז אַן ענין חיצוני בלבד, היינט ווי קומט עס אַז מצות המנין איז אַזוי יסודות'דיק, ביז אַז דער גאַנצער ספר הייסט על שם המנין — חומש הפּקודים?

ג. אַלע ענינים, ובפרט תורה ומצוות, זיינען ניט קיין צופעליקע חס ושלום, נאָר בהשגחה פּרטית. וואָס דערפון איז מוכרח אַז אויך אַ סימן פון אַ זאַך, האָט אַ שייכות צו דער זאַך אַן

און אַזוי איז אויך אין מנין. פון דעם גופא וואָס מנין איז אַ סימן אויף חשיבות, מוז מען זאָגן, אַז אויך ער אַליין איז אַן ענין פון חשיבות.

דאָס וואָס מען האָט גערעדט פריער אַז מנין איז ניט קיין ענין פון חשיבות, דאָס איז ווי מצד עצמו, ווען ער איז ניט פאַרבונדן מיט אַ דבר חשוב, בשעת אָבער דער מנין איז פאַרבונדן מיט אַ דבר חשוב, ווערט די חשיבות פון דער זאַך בעצם נמשך אויך אין דעם מנין, אַז אין מנין געפינט זיך די חשיבות פון דער זאַך. נאָר ווי די חשיבות קומט אין דעם מנין, איז די חשיבות ניט מער ווי אַ חיצוניות'דיקע.

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס גאַנץ ספר במדבר ווערט אָנגערופן חומש הפּקודים, ווייל כאָטש אַז מצד עצמו איז מנין ניט קיין חשיבות, וויבאַלד אָבער אַז אין דעם מנין דריקט זיך אויס די חשיבות פון דער זאַך, איז שוין רעכט וואָס דער גאַנצער ספר ווערט גערופן על שם המנין, חומש הפּקודים.

ד. דאָס גופא דאַרף מען אָבער פאַרשטיין; וויבאַלד אַז מנין מצד עצמו איז אַן ענין חיצוני וואָס איז אינגאַנצן ניט פאַרבונדן מיטן תוכן פון דער זאַך, איז מיט וואָס איז ער אַ כלי, אַז אין אים זאָל זיך אויסדריקן תוכן און חשיבות?

דאָס וואָלט געווען אַ קשיא, ווען כמות און איכות וואָלטן געווען צוויי באַזונדערע זאַכן. דעמאָלט קען חשיבות (איכות) זיך ניט אויסדריקן אין מנין (כמות). דאָ רעדט זיך אָבער וועגן אידן און זייערע ענינים — וואָס זיי זיינען גוי אחד בארץ, כפירוש כ"ק אדמו"ר הזקן נ"עח), אַז אויך בארץ, אין ענינים ארציים, דברים גשמיים וחומרים, מאַכן זיי אחד, זיי פאַרבינדן כמות מיט איכות, קען זיך ביי זיי אויסדריקן איכות אויך אין כמות.

ה. מצד דער שייכות פון כמות מיט איכות זעען מיר אויך, אַז בשעת עס קומט צו אין כמות, קען אויך צוקומען דורך דעם אין איכותח).

296דער דין איז, ווען עס זיינען פאַראַן עשרה מישראל, איז קיין נפקא מינה ניט וואָס די איכות פון די צען איז, אויב נאָר אין כמות זיינען זיי צען, איז דאָרט שורה די שכינה, אכל בי עשרה שכינתא שריאז) און מען קען זאָגן אַ דבר שבקדושה, וואָס דאָס איז אַ הוספה אין איכות.

ענלעך דערצו איז דער דין לגבי זימון, בשעת עס זיינען פאַראַן דריי אידן זיינען זיי מחויב בזימון. בשעת עס זיינען פאַראַן צען, דאַרף מען זאָגן אלקינו. און עס זיינען אויך דאָ דיעות אין משנהח), אַז ביי הונדערט זאָל מען זאָגן ה' אלקינו, וכו'. מצד דעם שינוי אין כמות — ווערט נשתנה אויך די איכות. ווייל כמות מיט איכות זיינען פאַרבונדן, און אין כמות שטייט איכות.

ו. אַזוי איז אויך בענין קיום המצוות. העוסק במצוה פטור מן המצוה)), אויב ער איז זיך עוסק אין וועלכע מצוה עס זאָל ניט זיין איז ער פּטור אַפילו פון אַ גרויסער מצוה, ווי דער לשוןכ): קלות שבקלות וחמורות שבחמורות שווין.

נאָך מער: העוסק במצוה איז פּטור בשעת מעשה אויך פון תלמוד תורה, הגם אַז מצוות לגבי תורה זיינען כגוף לגבי נפשכא), און ווי אברים לגבי הדם הוא הנפש שבאבריםכב), וואָס דאָס איז בדוגמת כמות לגבי איכות, פונדעסטוועגן בשעת ער איז עוסק אַפילו במצוה קלה, פּטר'ט דאָס אים בשעת מעשה פון תלמוד תורה, ווייל ווי געזאָגט, אין כמות אַליין שטייט איכות.

ז. אַזוי געפינען מיר אויך ביי מתן תורה, ביי מתן תורה האָבן געמוזט זיין ששים רבוא. אויב עס וואָלט געווען חסר אחד, אַפילו ווען דער אחד וואָלט געווען דער פּחות פון שבט דן, וואָלט דער אויבערשטער חס ושלום די תורה צו אידן ניט געגעבןיח) אַפילו צו דעם גדול שבגדולים, ווייל עס וואָלט געפעלט אין דער כמות פון ששים רבוא. ועל דרך ברכת חכם הרזים צו וועלכער עס מוז זיין די כמות פון ששים רבוא דוקאיד).

ח. דער ענין פון פּקודים אין ספר במדבר, איז דאָך אויך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון די דגלים. וועגן דגלים דערציילט דער מדרשיח) אַז בשעת מתן תורה, האָבן די אידן געזען די מרכבה און מחנות המלאכים, עשויים דגלים דגלים, התחילו מתאוים לדגלים, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משה'ן, לך עשה אותם דגלים כמו שנתאוו.

איז אַזוי ווי ביי מתן תורה האָט געמוזט זיין דער מספּר פון ששים רבוא דוקא, אַזוי אויך ביי די דגלים, וואָס האָבן זיך גענומען פון מתן תורה, האָט געמוזט זיין דער296מספּר וועלכן מען האָט דערביי געדאַרפט האָבן, וכמאמר רז"לי) אַז דער מספּר פון דגל מחנה יהודה איז ווי דער מספּר המלאכים שבמחנה מיכאל וכו'. און דורך דער כמות דוקא — האָט זיך אויפגעטאָן די איכות.

ט. די הוראה פון דעם איז;

עס איז איצט אַ צייט וואָס די כמות איז מער נוגע ווי די איכות. במילא דאַרף מען איצטער זען אַריינברענגען וואָס מער אידן בדגלי ומחנה ישראל, ניט קוקנדיק אויף זייער מצב אין איכות, און ווען עס וועט צוקומען אין כמות וועט במילא סוף סוף צוקומען אויך אין איכות.

בתחילה איז ניט אַזוי נוגע ווי טיף, איכות'דיק מען וועט אין זיי אויפטאָן. עס איז בעיקר נוגע דער עצם ענין וואָס מען וועט אַריינברענגען אידן אין מחנה ישראל, ווי דער אַלטער רבי איז מפרשיז) דעם מאמר רז"ל אכל בי עשרה שכינתא שריא, אַז אויך ווען זיי זיינען זיך ניט עוסק בדברי תורה, וויבאַלד אַז עס געפינען זיך עשרה מישראל, איז שכינתא שריא. און אַזוי אויך אין דעם ענין; דאָס אַליין וואָס עס וועט זיין אַ גרעסערע כמות במחנה ישראל, וועט זיך אויפטאָן אויך אין איכות, און עס וועט זיך אויספירן די כוונה פון נתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים.

י. מען דאַרף אָבער וויסן אַז — ומבשרך לא תתעלם. די הכנה צו מתן תורה איז ניט נאָר עבודה מיט דעם זולת נאָר אויך עבודה מיט זיך. עס שטייט דאָך אין מדרשיח) אַז בשעת מתן תורה לא היו חרשים ולא סומים אָדער אַנדערע בעלי מומים רחמנא לצלן, אַלע זיינען אויסגעהיילט געוואָרן. מען דאַרף וויסן אַז קומען צו מתן תורה דאַרף מען מיט אַלע אברים גאַנצע, אָן קיינע מומים.

בנוגע דעם זולת, דאַרף מען זיך ניט אָפּשרעקן וועגן די איכות בלתי רצוי'. מען דאַרף מקרב זיין יעדן אידן. ווי עס איז געווען ביי מתן תורה, ויחן לשון יחיד כולם כאחד. בנוגע צו זיך, אָבער, דאַרף מען וויסן דעם חשבון וואו מען האַלט. אויב עס איז דאָ אַ פּגם, דאַרף מען אים מתקן זיין, מתקן זיין דעם חוש הראי', דעם חוש השמיעה וכו'.

(משיחת ש"פ במדבר, תשי"ד)

יא. איינער פון די ענינים פון די סדרות במדבר און נשא, איז דער געמיינזאַמער ענין — וועגן דעם משכן אין מדבר און וועגן די פליכטן וועלכע זיינען פאַרטיילט געוואָרן אין צוזאַמענהאַנג מיטן ברענגען דעם משכן פון אָרט צו אָרט.

דאָס אונטערשטרייכט, אַז אַפילו ווען אידן געפינען זיך אין אַ מדבר האָבן זיי דעם כוח אויפצושטעלן אַ מקום קדוש, אַ משכן, פאַר דער ־טלעכער שכינה צו רוען צווישן אידן בכלל און אין יעדן אידן בפרט.

297פּונקט ווי עס איז פאַראַן אַ מדבר אין אַ קערפּערלעכן זין — אַ וויסטעניש, וואו עס הערשן עקסטרעמע קלימאַטישע עלעמענטן און אַלערליי מזיקים, אַזוי איז אויך פאַראַן אַ גייסטיקער מדבר, וואו עס הערשן די שעדלעכסטע גייסטיקע אידייען, און דאָס קען אויך זיין אין אַ לאַנד וואָס איז אין גשמיות אַ בליענדיקער גאָרטן.

לערנט אונז די תורה הקדושה, אַז געפינענדיק זיך אין אַ גייסטיקן מדבר, קען מען, ובמילא — דאַרף מען און מח מען אויפשטעלן אַ מקדש, טראָגן עס און גיין פאָראויס אין די טלעכע שכינה טריט, ביז מען קומט צו דער ט־געבענטשטער יליקער לאַנד, צו דער אמת'ער און פולער גאולה על ידי משיח צדקנו.

יב. דאָס איז אַן אָנווייזונג פאַר אַלע אידן, אָבער באַזונדער פאַר אידישע פרויען, וואָרום עס איז דאָך באַוואוסט, אַז ביים בויען דעם משכן האָבן זיך די פרויען אָפּגערופן די ערשטע, נאָך פריער פאַר די מענער.

אין דעם גייסטיקן מדבר פון געוויסע קרייזן וואָס עס הערשט ביי זיי אַ וויסטעניש און פּוסטקייט אין אידישקייט בכלל, שוין אָפּגערעדט פון חסידישן סדר לעבן בפרט, האָבן פרויען דעם גרויסן און אייביקן זכות צו זיין צווישן די ערשטע אין אויפשטעלן אַ משכן לו יתברך.

ספּעציעל דאַרף מען געדענקען די נויטווענדיקייט אָפּצוגעבן זיך אויך מיט די גאָר יונגע קינדערלעך, וואָרום, ווי מען זעט באַשיינפּערלעך, אַז מען הויבט אָן דערציען אַ קינד אין אַ געוויסער ריכטונג פון גאַנץ פרי אָן — איז מען געזיכערט מיט פיל מער הצלחה און מיט גרעסערע און בעסערע פּירות.

(אויסצוג פון אַ בריף צו נשי

ובנות חב"ד, מוצש"ק במדבר, תשי"ז)

יג. היום הוא — שבת מברכים החודש בו זמן מתן תורתנו, ובמילא — גם התחלת ההכנה למתן התורה וקבלת התורה.

ההכנה והכלי למתן התורה — הם השלום והאחדות. וכדרשת רז"ל במכילתא הובא בפירש"י*18: ויחן שם ישראל, כאיש אחד בלב אחד. ובילקוט: בקש הקב"ה ליתן תורה לישראל בשעה שיצאו ממצרים והיו חלוקים אלו על אלו כו' כשבאו לסיני הושוו כולם אגודה אחת כו' אמר הקב"ה התורה כולה שלום ולמי אני נותנה לאומה שהיא אוהבת שלום.

השלום והאחדות דהכנה למתן תורה צריכים להיות בעניני תורה ומצות, וכלשון הכתוב: ויחן שם ישראל (ל' יחיד, באחדות. ובמה ובשביל מה —) נגד ההר*1)) (וענינוכ), התורה ומצותי').

ואף שעל ידי השלום יכולים לפעול מה שרוצים, וכמו שנאמר חבור עצבים אפרים הנח לו, וכדרז"ליא) ע"פ זה, וכמו שע"י שהי' — שפה אחת ודברים אחדים, הרי — לא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות,298הנה מלבד שאז השלום אין לו קיום, הרי לא זו הדרך להכריח, כביכול ההשפעות מלמעלה, ובפרט כשהמבוקש הוא מתן התורה והקב"ה כביכול, אנא נפשי כתבית יהביתכב), פּנימיות ולא מקיףכג), אשר זה אי אפשר כי אם עי"ז שהנשמות מושרשות בעצמות — וכמבואר בענין במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים — הרי צ"ל האחדות בענין של תומ"צ, היינו שהתנועה שלו באהבת ישראל תתבטא ביחוד בהשתדלותו לקרבם לתורה.

ועל של פּועל באתי*:

בהימים אשר מעתה ועד חג השבועות בבקר — זמן מתן תורה דכללות השנה (נוסף על ענין מתן התורה שבכל יום בפרט, וכל' הברכהכד) נותן התורה — ל' הווה) — ובפרט בזמן שמקהילים קהלות — בימי השבת —

צריך להודיע לבאר ולהסביר לאיש ולאשה הישראלים שהשפעתו עליהם, אשר בזמן זה ביחוד חובתם וזכותם להשתדל ביתר שאת ויתר עז בהענין דאהבת ישראל (נוסף על החיוב והזכות שבזה בכל יום בפרט. וידוע מש"כ רבנוכח) בסידורו, שתיקנו לכל, ושווה הוא לכל נפש: נכון לומר קודם התפלה הריני מקבל עלי מ"ע של ואהבת לרעך כמוך).

להסביר את הנ"ל איך שאהבת ישראל היא הכנה למתן תורה וקבלתה.

ולהודיע ולהסביר את מאמרו של רבנו הזקן „ואהבת לרעך כמוך הוא כלי לואהבת את הוי' אלקיך" —

ונמצאו אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל — כולא חד.

צריך לפרסם מאמר הרב המגיד 40)) „דע מה למעלה ממך, פי' דע כל מה שלמעלה הכל הוא ממך", בכל אחד ואחד תלוי הדבר, וכמרז"ליז) אשר יראה האדם את העולם שקול, ובפּעולה אחת שלו יכול להכריעו אם לכף זכות או כו' — וכן בנידון דידן, הנה בפעולה אחת יכול להכריע ולפעול מתן התורה.

ובפרט בפעולה של שלום ואהבת ישראל, אשר הבעש"ט קבע זה לאחד מיסודות תורת החסידותכח), שעל ידי זה כוללם הוא עצמו עם הזולת ויוצא מגדר יחיד.

והוא הכנה לקבלת התורה, שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולםכח), בעולם גדול ובעולם קטן — זה האדם, לעשות שלום בין הנברא והבורא 40)).

כל אחד צריך לדבר ולפרסם את כהנ"ל, ובפרט — אלו הדורשים ונואמים ברבים במשך ימים האלו.

299ואז יש להיות בטוחים, אשר, בתוך כלל ישראל, נזכה כולנו — כלשון ברכת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע — לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

(קטע מקוצר משיחת שמבה"ח סיון, תשי"ג)

יד. דעם טעם, וואָס צו קבלת התורה פאָדערט זיך די הקדמה פון אהבת ישראל, וועט מען פאַרשטיין מיט נאָך אַ דערקלערונג, פאַרוואָס צו מתן תורה האָט געדאַרפט זיין דער מספּר פון ששים רבוא, אַלע גלייך, אָן אונטערשייד פון איינעם מיטן צווייטן.

די פאַרשידנקייט פון איין איד מיט אַ צווייטן, איז נאָר אין כחות פּרטים. מצד עצם הנשמה זיינען אַלע גלייך.

דערפאַר זיינען בשעת מתן תורה, וואָס דאַן האָט דער אויבערשטער כביכול פאַרבונדן זיין עצמות, אנכי, מיטן עצם פון אידן, און מצד העצם איז הנשמות מתאימות ואב אחד לכולנהלא), — דערפאַר זיינען געווען אַלע ששים רבוא אידן גלייך.

לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם, וואָס די הכנה צו קבלת התורה איז אהבת ישראל, וויילע דורך וואָס רופט מען אַרויס די עצם הנשמה — דורך אהבת ישראל, ווי ווייטער דערקלערט.

טו. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט איבערגעזאָגט אַ תורה פון בעש"ט וועגן דעם ענין פון אהבת ישראל אויך צו אנשים פּשוטים;

תפלין דמארי עלמא מאי כתיב בהו, ומי כעמך כישראל גוי אחד בארץ38)), אידן זיינען דעם אויבערשטנס תפלין. אין תפלין איז פאַראַן תפלין של יד און תפילין של ראש. ביידע זיי" נען אַ מצוה און מחוייב בברכה — צי איין ברכה צי צוויי, לויט די פאַרשידענע דעות — און הנחת תפיי לין של יד איז קודם להנחת תפילין של ראש. אַזוי אויך אין תפילין דמארי עלמא, זיינען תפילין של יד — מארי עובדין טבין (אנשים פּשוטים מקיימי מצוות) — קודם צו תפילין של ראש — מארי השגה (לומדים ויודעי תורה).

די תורה האָט אַרויסגערופן ביי אַ סך אידן אהבת ישראל אויך צו אנשים פּשוטים, וואָרום מארי עובדין טבין זיינען נאָך העכער פון מארי השגה, ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער, אַז אין אנשים פּשוטים וועהט נתגלה פּשיטות העצמות.

טז. הרב הצדיק ר' זוסיא האָט דערציילט 38)) דעם אַלטן רבי'ן וואָס ער האָט געהערט פון זיין ברודער הרב הצדיק ר' אלימלך, אַז ביי דעם מגיד זיינען געווען משמרות פון תלמידים וואָס האָבן אים משמש געווען. אַמאָל, אין מיין משמרה — דערציילט ר' אלימלך — האָט מיר גערופן דער מגיד און געזאָגט; הערסט, מלך, וואָס מען זאָגט אין מתיבתא דרקיע, אַז אהבת ישראל איז, ליב האָבן אַ רשע גמור אַזו' ווי אַ צדיק גמור84)).

דער וואָרט פון מגיד איז אַן אויפטו אויף דעם וואָרט פון בעש"ט. דער בעש"ט האָט גערעדט נאָר וועגן300אנשים פּשוטים. דער מגיד האָט אויפגעטאָן, אַז מען דאַרף האַלט האָבן אויך אַ רשע גמור, און נאָך מער, די אהבה צו אַ רשע גמור דאַרף זיין די זעלבע ווי צו אַ צדיק גמור.

יז. דער אַלטער רבי זאָגט, אַז אהבת ישראל איז למגדול ועד קטן, אַן אהבה ווי ביי אחים ממש, וואָס דאָס איז אַן אהבה עצמית*8)). און דאָס מיינט ואהבת לרעך כמוך — כמוך ממש. אַזוי ווי כמוך, אהבת עצמו, איז דאָך אַן אהבה עצמית, ניט מצד חשבונות, וואָס דערפאַר איז דאָך על כל פּשעים תכסה אהבה, ד. ה. אַז אַפילו בשעת ער אַליין אַנערקענט אַז דאָס זיינען פּשעים (וואָרום עס איז באופן כזה אַז אַפילו מצד זיין אהבה קען ער זיך ניט נאַרן און איינריידן אַז דאָס זיינען ניט קיין פּשעים), פונדעסטוועגן תכסה אהבה, ווייל די אהבה דערלאַנגט אין אַזאַ טיפן אָרט אין נפש, וואָס די פּשעים רירן ניט אָן, אַזוי דאַרף זיין אויך די אהבה לרעך.

— בכדי אַרויסצורופן די אהבה, דאַרף מען טאַקע האָבן התבוננות (כדלהלן). אָבער דורך התבוננות, קומט מען צו צו אַן אהבה עצמית שלמעלה מהשכל —

ווי אַזוי קען דאָס זיין, אַז די אהבה צו אַ צווייטן זאָל זיין אַן אהבה עצמית ווי צו זיך אַליין — יענער איז דאָך פאָרט ניט ער?

זיינען אין דעם פאַראַן צוויי הסברות;

א) אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת ה' זיינען כולא חד. אהבת ה', ביי אידן, איז דאָך אַן אהבה עצמית, וואָרום בנים אתם לה' אלקיכם, און אַ זון מיט זיין פאָטער זיינען איין עצם, במילא איז אויך אהבת ישראל, וואָס קומט מצד אהבת ה', אוהב מה שהאהוב אוהב, אַן אהבה עצמית 80)).

ב) נאָך טיפער: אַלע אידן זיינען איין זאַך. עס איז איין עצם וואָס קומט אַראָפּ אין יעדן פון די פאַרשידענע חלקים 47)), איז דאָך דאָס ניט קיין אהבה צו יענעם נאָר צו זיך אַליין.

יח. קען מען זאָגן בדרך אפשר אַז אין דעם וואָרט פון אַלטן רבי'ן איז דאָ אָן הוספה אויף דעם וואָרט פון מגיד. דער וואָרט אַז מען דאַרף ליב האָבן אַ רשע גמור אַזוי ווי אַ צדיק גמור, איז נאָך אַלץ מצד פאַרשטאַנד און אָפּגעמאָסטנקייט.

און די ראי' איז פון דעם אַליין וואָס מען גייט אַריין אין חילוקי דרגות און מען זאָגט אַז מען דאַרף ליב האָבן אַזוי ווי אַ צדיק גמור.

אהבת כמוך אָבער איז ניט קיין אָפּגעמאָסטענע, דאָס האָט ער ליב זיך אַליין, זיין עצם. און אַזוי איז אויך די אהבה פון אחים ממש.

יט. לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון אהבת ישראל צו מתן תורה, ווייל דורך אהבת ישראל, ויחן כאיש אחד, אָן התחלקות,301רופט מען אַרויס די עצם הנשמה, (וואָס אַלע אידן זיינען איין עצם כנ"ל), און דורך דעם קען מען נעמען כביכול דעם אנא נפשי — עצם

פון דעם אויבערשטן, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן — דורך תורה — צו דעם עצם פון אידן.

(משיחת חגה"ש, תשי"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-tfdra899

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות