English
ספרייה

לקוטי שיחות

בלק

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

337פרשת בלק

א. אויף דעם פּסוק פון דער היינטיקער סדרה, כרע שכב כארי וכלביא מי יקימנו, שטייט אין מדרשא), יש אומרים אַז דאָס גייט אויפן זמן פון מלך צדקי', עד מלך המשיח, וואָס דעמאָלט, בזמן צדקי' האָט זיך אָנגעהויבן דער זמן פון חורבן און גלות, און אַפילו נאָך די שבעים שנה, בזמן בית שני, איז דאָס נאָך אַלץ אַן ענין פון גלות, וואָרום חמשה דברים חסרו בבית שני)), וויילע דאָס איז נאָך ניט קיין גאולה שלימה.

איז אויף דעם זמן פון צדקי' עד מלך המשיח, זאָגט מען אַז דאָס איז אַן ענין פון כרע שכב. שכב, לויט דעם פּירוש פון יש אומרים — שרייבט דער צמת צדק)) — איז מלשון וישכב וירדם, על משכבי בלילות, ולא ימות ונפל למשכב, וואָס דאָס ווייזט אויף דעם ענין פון גלות.

קען מען דאָך מיינען אַז דער גלות איז ניט נאָר אויפן גוף נאָר אויך אויף דער נשמה חס ושלום, מיט די ענינים פון תורה ומצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער נשמה,

שטייט אָבער אין זעלבן פּסוק, אַז הגם טאַקע כרע שכב, איז דאָס אָבער ניט קיין שכיבה פון אַזאַ וואָס האָט ניט קיין כוח, נאָר דאָס איז אַ מדידה והגבלה פון אַזאַ וואָס נאָר ער אַליין איז זיך מודד, מגביל ומצמצם, וואָרום עס איז כארי וכלביא, וואָס ארי איז מיט אַ תוקף און לביא איז נאָך מער בתוקף, ווי ער זאָגט אין זוהר) אַז לביא איז בתקיפא יתיר.

דאָס הייסט: אַפילו אין דער צייט פון כרע שכב, הייסט ניט אַז חס ושלום יד אומות העולם שליטה על ישראל. אידן זיינען אַלעמאָל כארי וכלביא, עס איז מער ניט וואָס מי — יקימנו. על דרך ווי דער ענין פון מי גלה לבני רז זהח), וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם מי יתן והי' לבבם זה להם ליראה אותיח), וואָס דאָס גייט אויף דעם אויבערשטןז), אַזוי אויך דאָ איז דער פּירוש אַז דער מי — היינו הקב"ה — יקימנו, ער וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות, וכמו שנאמר מי יתן מציון ישועת ישראלח).

און ביז דער צייט פון מי יקימנו, הייסט דאָס אויך ניט קיין אמת'ע שליטה חס ושלום, וויבאַלד אַז ער איז אַן ארי ולביא, איז קיינער אויף אים קיין בעל־הבית ניט.

— על דרך ווי דער פּסק אין שלחן ערוך) אַז אויף אַן אַרי ולביא האָט קיינער קיין שליטה ניט, ביז אַז עס איז אַ שאלה צי מען קען זיי איינגעוואוינען דורך תרבות. —

338דער גאַנצער גלות האָט ניט קיין אָרט על פּי שכל, עס איז מער ניט ווי אנוס על פּי הדבור, אַז דער אַרי ולביא זאָל זיין כרע און שכב.

איז דאָך במילא פאַרשטאַנדיק, אַז צו תורה ומצוות, וואָס וידבר אלקים את כל הדברים האלה — האָט דער גאַנצער גלות קיין שייכות ניט.

ב. מצד ההרגל אָבער, וואָס מען געוואוינט זיך איין אין דעם גלות און אותותינו לא ראינוכ),

— נסים זיינען היינט אויך דאָ, נאָר עס איז לא ראינו, אין בעל הנס מכיר בניסוכב) —

איז מצד דעם חושך הגלות קען זיך אויסדוכטן אַז עולם כמנהגו נוהג, עולם מלשון העלם והסתריב), אַז דער עולם איז אַ בעל הבית אויפן אַרי ולביא, דערפאַר וויחט מען פון צייט צו צייט מלמעלה נסים גלויים אויך בזמן הגלות (וואָס איינער פון די נסים גלויים וכלליים אין אונזער דור איז געווען דער נס פון י"ב וי"ג תמוז), וואָס דאָס דערמאָנט אַז אויך בזמן הגלות איז אין עוד מלבדו.

וואָס דאָס איז דער תוכן מאמר רז"ליח), בתחלה עלה במחשבה לברוא את העולם במדת הדין, ראה שאין העולם מתקיים שתף בו מדת הרחמים, זאָגט ער אויף דעם אין שער היחוד פון תניאכד), אַז דאָס גייט אויף דעם גילוי אלקות על ידי צדיקים ואותות ומופתים שבתורה.

די מופתים ברעכן דורך די מדידה והגבלה פון עולם, אַז מען זעט אויך בעיני בשר, אַז די בירה האָט אַ מנהיג.

געדענקענדיק דאָס — ווייס מען במילא אַז אידן זיינען אַלעמאָל אַן אַרי ולביא, און אַז בנוגע צו דער נשמה און תורה ומצוות איז מען ניט אונטערגעוואָרפן אונטער גלות.

ג. עס שטייט אין ספריםיח), אַז בלעם האָט אַ שייכות מיט עמלק'ן. ורמז: בשעת מען שרייבט אָן די ווערטער בלעם און עמלק אין צוויי שורות, אויבן בלעם און אונטן עמלק, איז די רעכטע האַלבע פון די צוויי שורות — דער בי"ת מיטן למ"ד פון דער אויבערשטער שורה און דער עי"ן מיטן מ"ם פון דער אונטערשטער שורה — וועט זיך לייענען בלעם, און די לינקע האַלבע פון די צוויי שורות — דער עי"ן מיטן מ"ם פון דער אויבערשטער שורה און דער למ"ד מיטן קו"ף פון דער אונטערשטער שורה — וועט זיך לייענען עמלק.

די עצה אויף פּטור צו ווערן פון קליפּת בלעם און עמלק, איז אהבה ויראה. וואָס אהבה ויראה איז אויך בדוגמא כזו. בשעת מען שרייבט אין איין שורה אהבה און אין דער צווייטער שורה יראה, אויבן יראה און אונטן אהבה, איז די רעכטע האַלבע פון די צוויי שורות וועט זיך לייענען יראה און די לינקע האַלבע339פון די צוויי שורות וועט זיך לייענען אהבה.

דער ביאור אין דעם איז;

דער טעם וואָס עמלק האָט געקענט מלחמה האַלטן מיט אידן, איז ווייל ער האָט געשטאַמט פון עשו'ן, במילא האָט עמלק גע'טענה'ט, אַז אויך ער איז יצחק'ס אַן אור־אייניקל און אברהם'ס אַן אור־אור־אייניקל, דעריבער קען ער אויך זאָגן אַ דיעה אין ענינים פון תורה און קדושה.

און ווען מען האָט אים אַביסל אַריינגעלאָזט איז געוואָרן באַקאַנט דער ענין פון יודע את רבונו ומכוין למרוד בוי), און עס איז געשען אָט דאָס וואָס ער האָט געטאָן.

אַזוי אויך בלעם, זאָגט די גמרא אין סנהדריןיז), אַז ער שטאַמט פון לבן'ען. לבן האָט גע'טענה'ט הבנות בנתי והבנים בני וכל אשר אתה רואה לי הואיח). ער האָט אויך אַ שייכות מיט אידן, וואָרום פון זיינע טעכטער האָט זיך אויסגעבויט בית ישראל.

און דאָס איז אַן אָנווייזונג אין יעדן דור;

בשעת איינער קומט און זאָגט פאַרקערט פון תורה און מצוות, קען ער אַפילו ברענגען אַ תעודה, „סערעטיפיקאַט", אַז ער איז יצחק'ס אוראייניקל, און אברהם'ס אור־אור־אייניקל, און אַז פון אים שטאַמען די פון וועלכע עס האָט זיך אויסגעבויט כל בית ישראל;

זאָגט מען אים, אנו אין לנו אלא אבינו שבשמים, די איינציקע בחינה וואָס מיר האָבן אויף אַ זאַך איז תורה. ביי אונז איז ניט קיין פּוסק — יחוס אָדער עפּעס אַנדערש. דער איינציקער אבן הבוחן איז תורה. שטימט עס מיט תורה איז גוט, שטימט עס ניט, קען עס זיין בלעם, קען עס זיין עמלק, וויבאַלד אַז דאָס איז היפּך התורה, האָט עס מיט אונז קיין שייכות ניט.

כדי אָבער קענען מבחין זיין צי דאָס איז על פּי תורה, איז בשעת מען גייט צו מיט ישות עצמו, דעמאָלט קען מען זיך ניט פאַנאַנדערקלייבן פאַרוואָס ער וויל ניט אָננעמען יענעמס הוראה, צי וויילע דאָס איז היפּך התורה, אָדער ווייל דאָס איז היפּך פון ישותו ומציאותו.

דערפאַר דאַרף זיין די עבודה פון יראה און אהבה. און פריער די עבודה פון יראה און דערנאָך אהבה, ווי דער אופן הקריאה ווי עס לייענען זיך ביידע צוזאַמען כנ"ל, קומט דאָך פריער יראה און דערנאָך אהבה, און ווי ער זאָגט אין תניאיט) אַז יראה איז ראשית העבודה ועיקרה ושרשה.

בשעת מען גייט צו מיט דער הכנה פון אהבה ויראה, וואָס אהבה איז שרש לכל מצוות עשה און יראה לכל מצוות לא תעשה — ווי ער זאָגט אין חינוך קטן פון תניא, און איז דאָרטן מוסיף, אַז עס איז דאָ אין דעם דער ענין החינוך, דאָס הייסט, אַז אַפילו אויב ער איז נאָך ניט קיין בר דיעה, וידע אינש בנפשי', פונדעסטוועגן קען מען אים מחנך זיין מיט אהבה ויראה —

דעמאָלט האָט ער ניט וואָס נתפּעל צו ווערן פון עמלק'ן וואָס שטאַמט340פון אברהם און יצחק, אויך ניט פון בלעם'ען, כאָטש אַז בישראל לא קם אבל באומות העולם קם ומנו בלעםכ). — וואָס אַפילו לאחר המשל וואָס דער ספרי גיט, אַז בלעם איז ווי אַ טבח, פונדעסטוועגן עפּעס אַ דוגמא האָט דאָך דאָס —

אַפילו אַ פּשוט שבפּשוטים שבישראל, אויב ער גייט מיטן סדר פון יראה און דערנאָך אהבה, האָט ער ניט וואָס צו נתפּעל ווערן פון בלעם'ען און עמלק'ן.

(משיחת י"ב תמוז, תשט"ז)

ד. אין בלעם'ס נבואה זאָגט ער, מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו, וואָס צורים גייט עס אויף די אָבות און גבעות אויף די אמהותיא), ועל דרך קול דודי וגו' מדלג על ההרים מקפץ על הגבעותיא).

מען האָט דאָך גערעדט — בשיחת י"ב תמוז — אַז בלעם האָט געשטאַמט פון לבן'ען, ווי ער זאָגט בלעם בן בעור — צי בן בעור ממש אָדער בן בנו, אָדער על כל פּנים מיוצאי חלציו — און בעור זה לבןכח). לבן האָט געזאָגט; הבנות בנתי והבנים בני, איז אויף מבטל זיין די טענה, האָט מען געדאַרפט האָבן אַז איינער מיוצאי חלציו אַליין זאָל מודה זיין, מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו, צורים אלו האבות וגבעות אלו האמהות.

פון דעם איז מובן, אַז די טענה פון לבן'ען, הבנות בנתי והבנים בני, האָט אַ געוויסן יסוד. וואָרום אויב די טענה וואָלט גאָר קיין יסוד ניט געהאַט, וואָלט מען דאָס ניט אַריינגעשטעלט אין תורה, און מען וואָלט ניט געדאַרפט האָבן אַז בלעם, וואָס ער איז מיוצאי חלציו של לבן, זאָל די טענה מבטל זיין.

ה. וואָס איז דער מיין פון לבן'ס טענה, הבנות בנתי והבנים בני?

וויבאַלד אַז הנשמה ירדה לגוף און זי האָט צו טאָן מיט גשמיות, הגם אַז באמת איז דאָס צוליב מברר זיין די גשמיות, אָבער המתאבק עם מנוול מתנוול גם כןד), הגם טאָקע אַז דאָס איז נאָר לשעה קלה, ברגע קטן עזבתיךכח), און שפּעטער וועט ער דערפון אַרויסגיין, אָבער בשעה ורגע זה על כל פּנים איז דאָך דאָס אַ ירידה, וואָרום ברגע זה האָט ער צו טאָן מיט דברים גשמיים וחומריים און ווערט אַ נפרד פון אלקות.

— וואָס באמת ווערן אַ נפרד חלילה פון אלקות אַפילו אויף אַ קורצע וויילע, איז דאָס נאָר מצד רוח שטות, אָבער ווען ניט דער רוח שטות — איז מצד השכל דקדושה, אַפילו מצד שכל סתם, שכל הבריא, האָט קיין אָרט ניט אָפּצורייסן זיך פון אלקות אַפילו אויף אַ קורצע וויילע, וואָרום די רגע איז אַן אַבידה שאינה חוזרת, ובפרט — ווי דער ענין ווערט דערקלערט אויספירלעך אין תניאכח) — אַז די רגע איז אין אַן ענין וואָס איז למעלה מהזמן. —

נאָכמער, דאָס איז אויך נוגע אויף שפּעטער, ווי ער זאָגט דאָרט אין341תניא, אַז אויב ער ווערט אַ נפרד איצטער מצד דעם וואָס ער פאַרלאָזט זיך אַז שפּעטער וועט ער אַרויסגיין דערפון, איז דאָס אַן ענין פון אחטא ואשוב שאין מספּיקין בידו לעשות תשובהכז), און מען מוז שוין אָנקומען צום דחק ונכנס.

במילא טענה'ט לבן, אַז הבנות בנתי והבנים בני, וויבאַלד אַז דו דאַרפסט אָנקומען און האָבן צו טאָן מיט גשמיות, איז על כל פּנים אויף יענער רגע — וואָס דאָס איז אויך נוגע אויף להבא כנ"ל — רייסטו זיך אָפּ פון אלקות. דאָס איז לבן'ס טענה.

אָבער דער אמת איז ניט אַזוי.

ווייל אויב מען טוט אין די דברים הגשמיים צוליב דער כוונה אלקית וואָס איז פאַראַן אין דעם, וואָס די כוונה איז להיות לו יתברך דירה בתחתוניםכח), און דערפאַר טוט ער מיט די ענינים תחתונים, דעמאָלט איז דאָס אַפילו אין יענער רגע גופא אויך ניט קיין ירידה נאָר אַן עלי', ביז אַז אַפילו בלעם אַליין, מיוצאי חלציו של לבן, וואָס ער איז געווען אַ שתום העין, האָט אויך געזען, אַז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו.

ו. דער ענין אין עבודת השם איז;

אַז מען קומט צו גיין און מען טענה'ט, אַז מצד ירידת הנשמה בגוף דאַרף מען דאָך אויך על פּי תורה עוסק זיין זיך אין גשמיות, און פּרנסת בני ביתו איז דאָך אַ מצוה און אַ חיובכט), במילא דאַרף ער זיך צוגרייטן צו עניני עסק און מאַכן הכנות צו דעם;

נאָכמער, חסידות אַליין איז דאָך מבאר, אַז וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה 38)) דוקא, דאָס מיינט די לבושי העשי' הגשמיית; עס זיינען ניט גענוג לבושים פון די מזלות העליונים, נאָר מען דאַרף האָבן די לבושים פון עולם הזה הגשמי.

במילא, כאָטש ער טוט עס טאַקע צוליב דער כוונה אויף צו דינען דעם אויבערשטן, וואָס דורך די עניני עסק הגשמיים וועט אים צוקומען אַ תוספות אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, אָבער אין יענער רגע על כל פּנים איז ער זיך עוסק בגשמיות, אַזוי ווי להבדיל ניט קיין איד חס ושלום.

דאַרף מען וויסן אַז דאָס איז די טענה פון לבן'ען, הבנות בנתי והבנים בני, וואָס ער האָט גע'טענה'ט אַז אידישע גשמיות געהערט צו לבן'ען.

אָבער דער אמת איז, אַז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו. בשעת מען מאַכט אַ מעקה צו דעם בית חדש — ווי מען האָט גערעדט בשיחת יב־יג תמוז, אַז בשעת מען גייט אַרויס פון די דל"ת אמות של תורה ותפלה צו עוסק זיין זיך אין עניני עולם, מאַכט מען אַ מעקה, — הערט זיך דעמאָלט אָן בשעת דעם עסק הגשמי גופא די כוונה אלקית וואָס איז פאַראַן אין דעם, ובמילא איז מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו, וואָס זיי זיינען דאָך בכל עניניהם געווען בבחינת מרכבה, און אַזוי אויך יעדער איינער בעת קיום המצוה און, ווי דערקלערט, אין אַלע342זאַכן וואָס ער איז אין זיי מקיים — בכל דרכיך דעהו*1)).

אַזוי איז דאָס אויך אין לימוד התורה, וואָס ער לערנט מיט זיין שכל אנושי, דאַרף מען דאָ אויך האָבן די מעקה, ווי מען האָט גערעדט בארוכה, אַז עס דאַרף זיין דער שער הנו"ן, מחבר זיין די נקודא בהיכלא, ד. ה. אַז שטייענדיק אין השגה והבנה אין שכל האנושי, זאָל זיך אָנהערן די נקודת היהדות.

בכלל מיינט עס, אַז אין יעדער זאַך וואָס ער טוט, סיי בעסק גשמי ממש און סיי בלימוד התורה בשכלו האנושי, זאָל זיך הערן אין דעם די כוונה האלקית, וואָס דעמאָלט איז דאָס אַפילו בשעת מעשה גופא ניט קיין ירידה, נאָר אדרבה אַן עלי', ווייל דאָ גופא פירט זיך אויס דעם אויבערשטנס כוונה.

(משיחת ש"פ בלק, תשם"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-97sdctrv

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות