לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ל
622אלול
א. אין לקוטי תורהא) איז ער מבאר דעם ענין פון חודש אלול, אַז הגם אין אלול זיינען מאיר די י"ג מדות הרחמים, פונדעסטוועגן זיינען די טעג פון אלול ימות החול, ניט ווי ראש השנה, יום כיפּור, ווייל אלול איז כמשל המלך וואָס מ'איז מקבל פּניו בשדה.
איידער דער מלך קומט אַריין צו זיך אין שטאָט, בעיר מלכותו והיכלו, גייט ער פריער דורך אַ שדה, און בשעת ער געפינט זיך אין שדה גייען אַרויס אנשי העיר לקבל פּני המלך, און דער מלך איז זיי מקבל בסבר פּנים יפות ומראה פּנים שוחקות לכולם. און אַלע קענען צו אים צוקומען און דערלאַנגען זייער בקשה.
ווען דער מלך געפינט זיך בהיכל מלכותו קענען ניט אַלע צוקומען צו אים, מער ניט ווי יחידי סגולה. מען קען אויך ניט גלייך אַריינגיין צום מלך, נאָר מען דאַרף דורכגיין פאַרשידענע טירן און במילא אויך די שומרי הפּתח. און ביי יעדן פּתח איז מען בודק נאָך אַמאָל, צי ער איז ראוי אַריינגיין צום מלך. מה שאין כן בשעת דער מלך געפינט זיך אין שדה, קען יעדער איינער צוקומען צו אים און דערלאַנגן זיין בקשה.
ועל דרך זה איז אויך דער חודש אלול, דעמאָלט איז כמלך הנמצא בשדה. דערפאַר זיינען ימי חודש אלול — ימות החול, מען מעג טאָן אין זיי ל"ט מלאכות עובדין דחול. און יעדער איינער כמו שהוא מיט זיינע עובדין דחול, קען צוקומען צום מלך אָפּגעבן זיין בקשה.
דערפאַר זאָגט מען אין אלול, הוי' אורי וישעי, און מען בלאָזט שופר, אַ קול פּשוט, וואָס דאָס פאַרבינדט פּשיטות הנפש מיט פּשיטות העצמות ב"ה, ביי יעדן אידן ווי ער שטייט אין זיינע עובדין דחול.
די זאַך וואָס פאָדערט זיך יאָ אין אלול איז, אַרויסגיין פון זיין אָרט לקבל פּני המלך. אין עבודה מיינט עס, אַז יעדער איינער זאָל אַרויסגיין פון זיינע ענינים, פון זיינע רגילות'ן, אויף לקבל פּני המלך, וואָס דאָס איז די תנועה פון אַ הכנה כללית, אַ קבלת עול מלכות שמים בכללות.
און בשעת עס איז פאַראַן די תנועה כללית — דאָס אַליין איז מספּיק מען זאָל קענען צוקומען צום מלך און אויסבעטן אַלע בקשות, עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומתוקה.
עס איז פאַראַן דעם רבי'נס, כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַ בריוו וועגן חודש אלול, ברענגט ער דאָרט בשם פון אַלטן רבי'ן אַ תורה פון בעש"ט,
— דער בריוו איז שוין געדרוקט *ד), איך זאָג דאָ איבער נאָר די נקודת הענין —
כי לולא התמהמנו כי עתה שבנו זה פּעמים. לולא איז אותיות אלול, שבנו זה פעמים, ב' אופני תשובה, תשובה כללית ותשובה פרטית.
זאָל דער אויבערשטער געבן, עס623זאָל זיין דער שבנו זה פּעמים, די צוויי אופנים אין תשובה, און עס זאָל זיין די הכנה כללית וקבלת עול כללי, וואָס דאָס איז די עבודה פון אלול, און דורך דעם זאָל מען אויסבעטן אַלע בקשות, אַ שנה טובה ומתוקה אין אַלע ענינים, בבני חיי ומזוני רוויחא.
ב. איך וויל זאָגן אַ פאַר ווערטער, און בעט, אַז יעדער איינער זאָל דאָס מפרסם זיין, ווי נאָר ער קען.
נאָך שבת זאָל מען דאָס מפרסם זיין אויך דורך ענינים וואָס שבת קען מען זיי ניט טאָן;
זאָגן בשמי אָדער ניט בשמי)) ווי עס איז מער תועלת פאַרן פּרסום און דער עיקר — פאַר דעם אַז די רייד זאָלן אָנגענומען ווערן
ג. אויף אלול שטייט)) אַז עס איז אַ ראשי תיבות פון די ווערטער; אנה לידו ושמתי לך*)).
אין דער פּרשה רעדט די תורה וועגן אַ מענטשן וואָס האָט דער'הרג'ט אַ צווייטן ניט ווילנדיקערהייט, און די תורה, תורת חיים, זאָגט אַז מ'וועט באַשטימען אַן אָרט, ערי מקלט, וואוהין ער זאָל אַנטלויפן, און אַזוי אַרום וועט ער ניט מורא האָבן, אַז דער גואל הדם, דער וואָס וועט וועלן נקמה נעמען פאַר די פאַרגאָסענע בלוט, זאָל אים דער'הרג'נען — ווי עס ווערט דערקלערט בארוכה אין סדרה מסעי*).
די ראשי תיבות זיינען ניט פון די פריערדיקע ווערטער אין פּסוק וואו ער רעדט וועגן דעם וואָס ער האָט אָפּגעטאָן, נאָר די ראשי תיבות אלול איז פון די ווערטער אין פּסוק וועלכע ריידן וועגן זיין זכות (אנה לידו) און זיין תיקון דורך ערי מקלט (ושמתי לך).
ערי מקלט זיינען געווען אומעטום וואו עס זיינען געווען אידן, סיי ווען די אידן זיינען געווען אין מדבר, סיי אין ארץ ישראל, סיי אין עבר הירדן, וואָס דאָס איז געווען חוץ לארץ ישראלח).
ד. דאָס איז וואָס ערי מקלט טוען אויף — מציל זיין דעם גוף פון דעם הורג נפש בשגגה.
וואָס איז אָבער מיט דעם תיקון הנשמה? ער האָט דאָך געטאָן אַ געוואַלדיק גרויסע עברה. אמת טאָקע, ער האָט עס געטאָן בשוגג — אָבער שוגגין קומט דאָך אויך אַן עונש, און זיי דאַרפן האָבן כפּרה.
פאַרוואָס טאַקע קומט אַ שוגג אַן עונש?
דער טעם אויף דעם; באמת ווי קומט אַ איד טאָן אַן עברה בשוגג? ניט נאָר די נשמה, נאָר אַפילו דער גוף פון אַ אידן דאַרף דאָך624דערפון אַנטלויפן מצד זיין טבעיות. פּונקט ווי עס איז ניט שייך צו זאָגן, אַז ער זאָל בשוגג שפּרינגען אין פייערז). — און דערפאַר איז דאָך טאַקע לא יאונה לצדיק כל און.
נאָר וואָס דען — ווייל דער נפש הבהמית שמנוגה איז ביי אים בהתגברות*)), די בהמה וואָס אין אים איז בהתגברות אויף זיין אָדם, פאַרדעקט זי אויפן אָדם ונפש האלקית אויף זייער דערהער און געפיל, און שלעפּט דעם אידן אַריין צו טאָן אַ זאַך וואָס די בהמה ציט זיך דערצו.
און דערפאַר וואָס ער האָט צוגעלאָזן די התגברות דנפש הבהמית און על פּי רוב נאָך צוגעהאָלפן דערצו דורך הנהגות לא טובות) — קומט אים אַן עונש און ער דאַרף האָבן אַ כפּרה.
און אויך דאָס זיינען מתקן די ערי מקלט.
דער ענין פון ערי מקלט איז דאָך גלותי), וואָס גלות מכפּרת.
ה. נאָך אַ זאַך איז דאָ ביי ערי מקלט, אַז אַפילו אַ הורג נפש במזיד העלפן זיי, כמאמר רז"ל*10) אחד שוגג ואחד מזיד מקדימין לערי מקלט. דאָרטן איז ער דערווייל זיכער פון דעם גואל הדם. דערנאָך ערשט איז בית דין שולחין ומביאין אותו משם לבית דין, און מען משפּט אים. און אַז ושפטו העדה — איז דאַן והצילו העדה, וואָרום אויב מען פאַר'משפּט למיתה אַפילו איין מאָל אין זיבן יאָר — ווערט שוין די סנהדרין אָנגערופן חובלניתיב).
און ביז דעם משפּט איז ער דאָך, בכל אופן, זיכער און קען אויך תשובה טאָן.
ו. אין דעם ענין — איז פאַראַן אַ מעלה אין זמן הגלות לגבי זמן הבית. בזמן הבית איז אויף עונש הורג נפש בשגגה או במזיד פלעגט ניט העלפן קיין תשובה. מען פלעגט אים סי־ווי געבן דעם עונש.
עס איז פאַראַן אַ לאַנגע תשובה אין נודע ביהודהיא) וואָס ער איז מבאר דאָרטן פאַרוואָס פלעגט ניט העלפן קיין תשובה אויף עונשי בית דין שלמטה. תשובה איז דאָך אַ דבר שבלב, און אַזוי ווי אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, קען ניט תשובה שבלב מבטל זיין דעם פּסק הבית דין (פון מענטשן). במילא איז מען אים מעניש.
מה שאין כן פון נאָך דעם חורבן — און נאָך מיט פערציק יאָר פריער — וואָס עס איז בטלו דיני נפשותיג) און עס איז געבליבן נאָר דין ד' מיתות וואָס מען איז מעניש מלמעלה, איז דאַן העלפט תשובה, וכמאמר רז"ל; אדם עבר עבירה ונת־626חייב מיתה למקום מה יעשה ויחי' אם הי' רגיל לקרות דף אחד יקרא ב' דפים וכו'יד).
ז. וככל הדברים האלו איז דער ענין פון חודש אלול;
אלול איז ראשי תיבות פון אנה לידו ושמתי לך, אלול איז אַן עיר מקלט אויף די מעשים פון אַ גאַנץ יאָר.
דאָס מיינט, אַז בחודש אלול דאַרף מען מאַכן אַ חשבון וואָס ער האָט געטאָן דעם גאַנצן יאָר, במעשים לא טובים, חס ושלום. וואָרום אויב, חס ושלום, חטא ופּגם ועבר את הדרך, דרך הוי' — איז מיט יעדער עבירה איז ער אַ רוצח נפש, שופך דם האדם באדם*14), ער איז אַ שופך דם האדם, אדם דקדושה, ער נעמט אַרויס דעם דם וחיות פון זיין נפש האלקית, און גיט עס איבער באדם — אדם בליעל הוא היצר הרעכח) — ער איז שופך דם האדם בשוגג או במזיד.
און חודש אלול איז ערי מקלט. אויב ער וועט גולה זיין לחודש אלול — זיך אָפּרייסן פון זיין יש ומציאותכ), מארצך ממולדתך ומבית אביך — פון זיינע רצונות, רגילות'ן און פון די מסקנות פון זיין שכל טעם ודעתיז) — און עס וועט זיין ונסיח) שמה, שם תהא דירתו — ער איז מחליט ביי זיך צו „באַזעצן זיך דאָרט", איינאָרדענען זיין לעבן לויט דעם נייעם סדר פון חשבון הנפש ותשובה — איז גלות מכפּרת.
און ניט נאָר די ענינים וואָס ער האָט געטאָן בשוגג, וועלן נתכפּר ווערן, נאָר אויך די ענינים וואָס ער האָט געטאָן במזיד וועלן נתכפּר ווערן, וואָרום איצטער העלפט דאָך תשובה אויף שופך דם האדם, וכנ"ל. אויב אַפילו ער קען נאָך ניט צוקומען צו תשובה מאהבה, וואָס דעמאָלט זדונות נעשו לו כזכיות, אָבער, על כל פּנים, — תשובה מיראה טוט ער, צי מיראת העונש, צי מיראת הדין, צי פון דער יראה פון ימים נוראים, פון אַני לדודי ודודי לי — ראשי תיבות אלוליט) — פון דעם וואָס תלת קשריןכ) מתקשראין דאָ בדא ישראל באורייתא ואורייתא בקוב"ה, און ער איז, דורך דער עבירה, וואָס עוונותיכם מבדילים ביניכם ובין ה' אלקיכם, אָפּגעריסן פון עצמות ומהות אין סוף ב"ה — און אַז ער באַטראַכט זיך אין דעם, ווערט ביי אים תשובה מיראה, איז זדונות נעשו לו כשגגות, וגלות מכפּרת.
ח. מען מיינט אָבער ניט דעם ענין פון סיגופים ותעניות, פּונקט אַזוי ווי ביי ערי מקלט איז ניט די כוונה אַז ער דאַרף זיך מאַטערן.626דער ענין פון ערי מקלט איז גלות, וואָס דער עצם ענין פון גלות איז מכפּר. אָבער מען גיט אים אין ערי מקלט די ענינים וואָס ער איז געווען צו זיי צוגעוואוינט בביתו. אין ערי מקלט איז געווען וחי — עביד לי' מידי דתיהווי לי' חיותא. דערפאַר איז דאָך אויך דער דין אַז תלמיד שגלה מגלין רבו עמו, הגם אַז דער תלמיד איז נאָר אַ טפל צום רב, פונדעסטוועגן איז מגלין רבו עמוכא), און אַז רבו וועט זיין מיט אים, ניט קוקנדיק אויף ריחוק הערך וואָס איז צווישן זיי, וועט זיין עביד לי' חיותא, ער וועט אים מיטברענגען צו תשובה, צו ואתם הדבקים בהוי' אלקיכם חיים כולכם היום — היום אם בקולי תשמעו.
ט. אויך דאָס וואָס עס וועט זיין ונס שמה אין חודש אלול אַריין, אין אלול'דיקן סדר, דאָס וועט אים ראַטעווען פון דעם גואל הדם, דעם שטן, הוא היצר הרע וואָס הוא המסית אויף זינדיקן, הוא המקטרג והוא המלאך המות *כא), — דער גואל הדם וואָס וויל זיך אָפּרעכענען מיט דעם מענטשן.
דער שטן איז דער גואל הדם וואָס טענה'ט; פּלוני איז געווען אַ הורג נפש, ער האָט גע'הרג'ט זיין נפש האלקית, שופך דם האדם דקדושה אין אָדם דבליעל. איז די עצה אויף דעם והיו לכם הערים למקלט מגואל, ולא ימות הרוצח עד עמדו לפני העדה למשפּט. און אויב אַפילו עס זיינען געווען ענינים וואָס ער האָט געטאָן במזיד — איז ביז דעם דין ומשפּט פון ראש השנה קען מען פּטור ווערן אויך דערפון דורך תשובה, וכנ"ל.
י. און דאָס איז דער ענין וואָס מען דאַרף מפרסם זיין,
„איך גיב אייך ניין און צוואַנציק, דרייסיק טעגכב), וואָס במשך פון די*) טעג אַז איר וועט זיך אָפּרייסן פון די ניט גוטע רגילות'ן והנהגות פון ביז איצטער — ונס שמה, איר וועט אַנטלויפן אין דעם אלול'דיקן סדר והנהגה אויף צו „באַזעצן" זיך דאָרט — איז דעמאָלט וועט איר קענען פאַרריכטן אַלץ וואָס עס איז געווען ביז איצט ניט ווי*) עס דאַרף צו זיין. און במילא וועט דאָס זיין למקלט מגואל הדם, פון אַלערליי קטרוגים.
און על ידי תשובה,
— פריער תשובה מיראה, וואָס נעשו לו כשגגות, און דערנאָך תשובה מאהבה וואָס נעשו לו כזכיות —
וועט איר פאַרשריבן ווערן און אויך גע'חתמ'ט ווערן — לאלתר בספרן של צדיקים לשנה טובה ומתוקה".
יא. די סדרה, פּרשת השבוע, וואָס מ'לייענט, האָט אַ שייכות צו דעם זמן ווען מען לייענט אירכג), ווי627עס איז ידועכד) אַז דער רבי האָט איבערגעגעבן אין נאָמען פון אַלטן רבי'ן (בעל התניא והשלחן ערוך), אַז מען דאַרף לעבן מיט דער צייט, ד. ה. מיט דער פּרשת השבוע.
הגם אַז אין פּשטות האָט די קריאה פון שבת אַ שייכות צו די פריערדיקע טעג, מען הויבט דאָך אָן לייענען די פּרשה נאָך צו מנחה פון דעם פאָריקן שבת, אָבער באמת האָט די קריאה אַ שייכות אויך צו די שפּעטערדיקע טעג, וואָרום שבת האָט אַ שייכות אויך צו די טעג פון דער קומענדיקער וואָך.
די שייכות פון שבת צו די שפּעטערדיקע טעג, בפּרטיות, איז דאָס צו די דריי טעג נאָך שבת, ד. ה. ביז מיטוואָך. דערפאַר קען מען מאַכן הבדלה ביז מיטוואָך*24), אויב מען האָט פאַרגעסן מאַכן הבדלה פריער, ובכללות איז דאָס צו די טעג פון דער גאַנצער וואָך.
נוסף על זה היינטיקער שבת, שבת מברכים החודש, איז דאָס אַ ברכה והמשכה אויף דעם גאַנצן חודש. אַזוי איז אויך די קריאה פון דעם שבת, היינטיקע קריאה, האָט אַ שייכות אויך צו ווייטער און צום גאַנצן חודש.
יב. אין שייכות, איז פאַראַןכח) אַ שייכות במקצת, מער שייכות און אַ שייכות לגמרי. אין היינטיקער קריאה גופא פון דעם יאָר, האָט די פּרשה וועגן שמיטה אַ שייכות ביותר. אַלע יאָר לייענט מען שבת מברכים אלול (אָדערכח) ראש חודש אלול) די סדרה ראה, ובמילא אויך די פּרשה וועגן שמיטה וואָס אין פּרשה ראה. אָבער היי יאָר איז די שייכות פון דער פּרשה אַ גרעסערע, וויילע היי יאָר איז שנת השמיטה, לויט ווי מיר פּסק'נען.
יג. מ'האָט גערעדטכז) וועגן דעם וואָס עס שטייט אין של"ה, אַז התורה מדברת בעליונים ורומזת בתחתונים, ד. ה. אַז יעדער זאַך וואָס אין תורה, איז דאָס ווי עס איז אין רוחניות ובענינים רוחנים, ובדרך השתלשלות איז דער ענין נשתלשל געוואָרן אויך אין גשמיות, אין נגלה שבתורה כפּשוטה.
אַזוי ווי עס איז אין יעדער ענין, אַזוי איז אויך בנוגע די דינים פון שמיטה. עס זיינען פאַראַן די דינים ווי זיי זיינען אין רוחניות, ד. ה. אין עולמות עליונים און אויך למטה אין עבודה בנפש האדם, ובדרך השתלשלות זיינען נשתלשל געוואָרן די דינים פון שמיטה אין גשמיות.
בכדי מ'זאָל פאַרשטיין די דינים פון שמיטה ווי זיי זיינען אין רוחניות, ובעיקר אין דעם וואָס איז אונז ביחוד נוגע, אין עבודה בנפש האדם, איז אילו זכינו, וואָלט מען קענען נעמען דעם ענין גלייך ווי ער איז אין רוחניות, און פון דעם פאַרשטיין ווי עס איז אין גשמיותיא).
628אָבער וויבאַלד אַז מ'איז ניט זוכה,
יד. די דינים פון שמיטה — דער כללות ענין השמיטה איז, אַז שנת השמיטה איז משמט, ווישט אָפּ אַלע חובות. אין דעם גופא, זיינען פאַראַן צוויי עיקר'דיקע דיניםכט) ; א) זמן השמיטה — שמיטה איז משמט לבסוף. די לעצטע רגע פון יאָר. ובמילא איז אויך אויב מ'האָט געליען אין יאָר פון שמיטה גופא, איז דאָס משמט. ב) המוסר שטרותיו לבית דין איז ניט משמט. דאָס איז דאָך אויך דער טעם פון אַ פּרוזבול. ווען די חכמים האָבן געזען אַז מ'אַנטלייט ניט קיין געלט ווייל מ'האָט מורא אַז שמיטה וועט משמט זיין, האָט מען מתקן געווען אַ פּרוזבול, כדי עס זאָל ניט משמט זיין, וואָרום אַ פּרוזבול איז ענינו אַז ער איז מוסר שטרותיו לבית דין.
און אַזוי ווי דער ענין איז אין גשמיות, אַז שנת השמיטה איז משמט די חובות, און די אויבנדערמאָנטע צוויי פּרטים אין שמיטה, אַזוי זיינען אויך פאַראַן די אַלע ענינים אין רוחניות און עבודת האדם, כדלהלן.
טו. די משנה אין אָבות זאָגט *ב), החנות פּתוחה והחנוני מקיף והפּנקס פתוח והיד כותבת וכל הרוצה ללוות יבוא וילוה. דער אויבערשטער גיט אַלע אידן בהלואה כוחות און מעגלעכ־
קייטן אויף בני חיי ומזוני רויחי — — כל הרוצה ללות יבוא וילוה.
נען, ווי רז"ל זאָגןל) גבי דילי',
פּנקסו.
— עס איז פאַראַן אַמאָל, וואָס על פּי היתר עיסקא, מאָנט מען אויף נאָך מערער וויפל מ'האָט אַנטליען, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר איז מבאר אין מאמר טעמה כי טוב סחרה, ה'תש"ט —
דאָס הייסט אַז דער אויבערשטער איז משפּיע אידן, בני חיי ומזוני רויחי מידו הרחבה, און די השפּעה ווערט אָנגערופן בשם הלואה, וואָס דאָס באַדייט צוויי ענינים; א) מלוה להוצאה ניתנה. ניט ווי שאלה. שאלה — געהערט די זאַך צום בעלהבית און מ'טאָר דאָס ניט אויסנוצן און אָפּגעבן דעם ווערט דערפון. אָבער מלוה להוצאה ניתנה, ד. ה. אַז די ענינים וואָס דער אויבערשטער איז משפּיע נוצט מען דאָס אויס. ב) אַ מלוה דאַרף מען באַצאָלן, ניט ווי מתנה. מצד דעם וואָס אידן זיינען דעם אויבערשטנס בנים יחידים, וויל ער ניט אַז די השפּעה זייערע זאָל זיין נהמא דכסופא, נאָר בתורת הלואה.
דעם פּרעון וואָס מען דאַרף צאָלן, איז אין יעדער השפּעה — לויט איר ענין. אַז דער אויבערשטער איז משפּיע בנים, דאַרף מען מחנך זיין די קינדער לויט דעם אויבערשטנס רצון, בדרך התורה והמצוות. ווען דער אויבערשטער איז משפּיע חיים629אַרוכים און חיים בריאים ושלמים, דאַרף מען געדענקען אַז ימים יוצרו ולא*1) אחד בהם, קיין איין טאָג דאַרף ניט פעלן, זיין פּוסט, יעדער טאָג דאַרף זיין אָנגעפילט מיט אַן אינהאַלט וואָס איז צוגעפּאַסט צו אים על פּי שלחן ערוך. ווען דער אויבערשטער איז משפּיע מזוני רויחי, דאַרף מען געבן מעשר אָדער אַ חומש אויף צדקה. מלוה ה' חונן דל. און דערפאַר גיט דער אויבערשטער די איבעריקע פיר חלקים גרעסערע, כדי אַז דער פינפטער חלק זאָל זיין אַ גרויסער.
טז. אַזוי ווי אָבער — דער אויבערשטער האָט פאָראויס געוואוסט מיט וועמען ער האָט צו טאָן, ער האָט געוואוסט אַז מען וועט לייען און לייען, און צום סוף וועט מען ניט אַלעמאָל האָבן מיט וואָס צו אָפּצאָלן,
האָט ער (דער אויבערשטער) געגעבן — שנת השמיטה וואָס זאָל משמט זיין אַלע חובות.
שמיטה איז אַ צייט וואָס ושבתה הארץ שבת להוי', מען איז מפסיק פון ארציות וחומריות, און מען שטייגט אין דביקות בהוי', בדוגמא ווי עס וועט זיין לעתיד לבוא — יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמיםלא). די הפסקה פון פריערדיקן מהות און ווערן ווי אַ נייער מענטש — ווישט אָפּ אַלע אַלטע חובות.
יז. אַ סוחר האָט אַ באַשטימטע צייט אויף מאַכן אַ חשבון ווי האַלט דאָס אין זיין מסחר. אויב ער וועט האַלטן נאָכאַנאַנד אין איין מאַכן חשבונות, וועט ער קיינמאָל ניט קומען צום האַנדלען. אַלע טאָג שליסט ער אָפּ דעם בוך פון דעם טאָג. יעדער וואָך, חודש — דעם חשבון פון דער צייט. און צום סוף יאָר מאַכט ער אַ חשבון כללי פון זיין מסחר. אַזוי איז אויך אין רוחניות. אַלע טאָגיח) דאַרף מען מאַכן אַ חשבון, אין קריאת שמע שעל המטה — פון דעם טאָג. ערב שבתא) — פון דער וואָך. ערב ראש חודש — פון דעם חודש. וואָס דאָס אַלץ איז אַ חשבון פּרטי. חודש אלול מאַכט מען אַ חשבון כללי, מכללות מעמדו ומצבו פאַר דעם גאַנצן יאָר.
— דער חשבון אויף חודש אלול גופא, איז ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגטלח), אַז די צוועלף טעג פון ח"י אלול ביז ראש השנה, דאַרף מען מאַכן אַ חשבון יום לחודש יום לחודש, און ערב ראש השנה איז דער חשבון פון חודש אלול —
אַז מען מאַכט דעם חשבון כללי און מען זעט אַז געליען האָט מען, אויך אין שנת השמיטה, און ניט נאָר אַז ער האָט ניט באַצאָלט די חובות פון די פריערדיקע יאָרן נאָר ער האָט זיך נאָך מער אָנגעליען אין דעם יאָר אַליין — פאַלט מען דאָך אַראָפּ ביי זיך און מען ווערט ווי, חס ושלום, מיואש'דיק.
זאָגט די תורה און פּסק'נט אָפּ, שביעית משמטת בסופה, די לעצטע רגע, און ער האָט נאָך צייט צו זען עס זאָלן נשמט ווערן אַלע זיי־630נע חובות, פון די פריערדיקע יאָרן און פון שנת השמיטה גופא.
חכמים ווילן און אַלע דאַרפן אַזוי טאָן — זיך משתדל צו זיין אָפּצוצאָלן די חובות. ניט פאַרלאַזן זיך אויף דעם וואָס שמיטה איז משמט. וכמאמר המשנה *לח) ; המחזיר חוב בשביעית רוח חכמים נוחה הימנו. אָבער לכל הפּחות, דאַרף מען זען, אַז שביעית זאָל משמט זיין זיינע חובות.
יח. בכדי אַז שביעית זאָל משמט זיין זיינע חובות, דאַרף ער אַרויסנעמען די חובות פון דעם בית דין שלמעלה, וואָרום המוסר שטרותיו לבית דין איז שביעית ניט משמט. ער דאַרף האָבן צו טאָן מיטן יחיד, מיט דעם אויבערשטן אַליין, וואָס ער איז יחידו של עולם.
ער דאַרף זען אַז מען זאָל זיך ניט פירן מיט אים מלמעלה על פּי דין, נאָר העכער פון די הגבלות פון מדת הדין, וואָס דאַן האָט ער ניט צו טאָן מיטן בית דין שלמעלה נאָר מיט דעם אויבערשטן אַליין, ובמילא וועלן נשמט ווערן אַלע זיינע חובות.
און דאָס איז אויך דער רמז אין דעם וואָס מען זאָגט אין אָנהויב פון סליחות: לך ה' הצדקה ולנו בשת הפּנים גו' לא במעשים באנו לפניך — דאָס וואָס ולנו בשת הפּנים, איז מצד דעם מוז זיין לך ה' הצדקה — מען זאָל זיך ניט פירן מיט אונז על פּי דין פון בית דין שלמעלה, נאָר דער אויבערשטער זאָל נוצן זיין צדקה, מען זאָל האָבן צו טאָן מיט דעם אויבערשטן, יחידו של עולם.
יט. אויף צו פּועל'ן מ'זאָל זיך ניט פירן מיט אים על פּי דין, זיינע ענינים זאָלן זיך ניט געפינען בבית דין של מעלה, נאָר די הנהגה מיט אים זאָל זיין לפנים משורת הדין, און ער זאָל האָבן צו טאָן מיט יחידו של עולם, מלפניך), דוקא, משפּטי יצא, דאַרף ער אַליין אויך אַרויסגיין פון די ענינים פון דין און סדר השתלשלות און פאַרבינדן זיך מיט יחידו של עולם.
עס זיינען דאָך פאַראַן דריי עמודים וואָס אויף זיי שטייט די וועלט, על שלשה דברים העולם — דער עולם גדול און דער עולם קטן זה האדם — עומד, על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים, דאַרף מען זען אין די אַלע דריי ענינים פאַרבינדן זיך גלייך מיט יחידו של עולם.
צדקה — דער קו פון גמילות חסדים — דאַרף מען געבן לפנים משורת הדין, ניט רעכענדיק זיך מיט די חשבונות פון מעשר און חומש וואָס דאָס פאָדערט זיך על פּי דין, נאָר העלפן אַ צווייטן אידן אָן הגבלות, ובפרט מצד דעם פאַרבונד פון זיין יתידה שבנפש מיט יענעמס יחידה שבנפשלז).
תפלה — וואָס דאָס איז דער קו פון עבודה — וועט ער מתפּלל זיין ניט מ'זאָל ממלא זיין דאָס וואָס אים פעלט בצרכיו הגשמיים מצד עצמם, נאָרח) מען זאָל אים געבן מנוחה מדאגות וטרדות, ער זאָל קענען אויספירן דעם אויבערשטנס רצון631ושליחות וואָס צוליב דעם איז ירדה ו נשמתו למטה.
תורה — וועט ער לערנען ניט
אויף צו ווייזן אַז ער קען בעסער
פון זיין חבר, אַפילו ניט דערפאַר וואָס ער האָט אַ תשוקה צו שכל וחכמה, וואָס תורה איז חכמתכם ובינתכם (אַפילו) לעיני כל העמים, נאָך מער, זיין לערנען וועט ניט זיין צוליב לידע את המעשה אשר יעשה, וואָרום דאָס אַלץ איז עולם און סדר השתלשלות, געלערנט מיט אַן אויסרעכענונג צוליב אַ תכלית, ווי הויך דער תכלית זאָל ניט זיין,
נאָר ער וועט לערנען ווייל אַזוי האָט געהייסן דער אויבערשטער.
אַז ער וועט אַזוי טאָן, גייט ער אַרויס פון עולם און סדר השתלשלות, און האָט ניט צו טאָן מיט בית דין שלמעלה, נאָר חבוקה ודבוקה בך כו' יחידה ליחדך, מיט דעם אויבערשטן אַליין, יחידו של עולם. ובמילא ווערן נשמט אַלע זיינע חובות.
קיין חובות אויף זיך, איז ער אַ
נאמן, און מען וועט אים געבן וויי־
טער בהקפה.
כ. די בחורים וואָס זאָגן אין די
שולן, אַזוי אויך די רבנים, שוח־
אויבנדערמאָנטן ענין.
פאַראַיאָרן האָט מען איבערגעגעבן
און תקותי אַז עס איז געווען אַ תועלת פון דעם. און היי יאָר זאָל
מען איבערגעבן וועגן שמיטה ומסת־
מא וועט זיין אויך פון דעם אַ תוע־
מען דאַרף ניט ריידן מיט קיין
אַריכות, מען זאָל איבערגעבן בקי־
א) דער אויבערשטער איז משפּיע יעדער אידן מידו הרחבה בני חיי ומזוני רויחי, און די השפּעה איז בתורת הלואה, ד. ה. אַז מען דאַרף צאָלן פאַר דער השפּעה דורך דער פולער תורה דערציאונג פון די קינדער, פירן אַ שטרענג תורה ומצוות לעבן, געבן צדקה פון דער הכנסה ווי דער אויבערשטער וויל.
ב) פאַר די וואָס האָבן ניט געצאָלט דעם חוב, גיט דער אויבערשטער שנת השמיטה וואָס דאָס איז משמט, ווישט אָפּ, אַלע חובות פון די פריערדיקע יאָרן און פון דעם יאָר גופא.
זיין, דאַרף מען אָבער באַוואָרענען,
אַז מען זאָל ניט האָבן צו טאָן מיטן
בית דין שלמעלה, נאָר איבערגעבן
אַלע חובות צום אויבערשטן אַליין,
יחידו של עולם.
וואָס אַליין פירט מען זיך אויך לפנים
פון תורה, עבודה וגמילות חסדים.
מען טוט זיי אָן הגבלות פון דין,
נאָר מיט דער כוונה צו זוכה זיין
אויספירן דעם אויבערשטנס רצון.
ה) די וואָס האָבן נאָך דערווייל
ניט דערגרייכט דערצו, טאָרן זיך,
חס ושלום, ניט מיאש זיין, וואָרום
די לעצטע רגע פון שמיטה איז632משמט. בשעתא חדא וברגעא חדא40)) אין זייער ענין, וואָס דאָס איז — קען מען תשובה טאָן, ושבת עד ה'
אלקיך41)) וועלכער איז משמט אַלע
חובות, און ער, דוקא42)), גיט לשנה דער זמן פון אורי וישעי, דער זמן הבאה, בני חיי ומזוני רויחי, אַ פון תשובה אין וועלט, דאַרף זיך כתיבה וחתימה טובה בטוב הנראה דאָס אָפּשפּיגלען ביי אַ תלמיד, אין
לערנען די ענינים הנ"ל.
און אויך די תלמידים וואָס געפיאאאאא אאא א א אם רר מר ער תובן מרער וארם דער אר איז קעמם כר אר מאר זבה רת או אמאא אר ר א אז אד א
וואָרום אַלע ענינים וואָס קומען איז דאָס געזאָגטע שייך אויך צו זיי פאַר אין בריאה, דאַרפן זיי זיך
אָפּשפּיגלען ביי די תלמידי הישיבה,
תצא
א. אין היינטיקן (מאָנטיק) שיעור
חומש זאָגט ער; לא תראה חמור בשעת מען איז מבאר ענין הקו, גיט אחיך או שורו נופלים בדרך והתע־ מען אויף דעם דעם משל פון אַ
דרך, וואָס איז מחבר עיר הגדולה
דרך איז אַ ממוצע צווישן רשות והיכל המלכות מיט עיירות קטנות היחיד און רשות הרבים.
אויך דעם משל פון אַ צינור, אַז ב*40) זע זהר ח"א קכט א7ב. קוושין מט' בשעת מען דאַרף אַנגיסן מים מן
41) זע רמב"ם הל' תשובה פ"ז הלכה —
־. לקוטי תורה דברים כז, א. ד"ה אמר מתפּלל אויף בני חיי ומזוני, כאָטש — רשב"נ ה'תר"ץ (ספר המאמרים — קונטרסים לאו בזכותא תליא, וייל דורך תפלה צום
אויבערשטן אַליין, דורך תשובה וטל תורה,
42) וואָרום בני חיי ומזוני לאו בזכותא קען מען משנה מזל זיין (תוספות שבת (פון בית דין שלמעלה) תליא אלא במזלא קנו, א. זע אויך תענית כה, א. ביאורי תליא (וואָס הענגט אָפּ נאָר פון אויבערשטן הזהר פ' וירא. המשך מים רבים תרל"ו אַליין) (מו"ק כח, א. זהר ח"א מג, ב. שם פּרק קעד. חנוך לנער בסופו. עי"ש).
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק ב׳
- מזהה
- rh-3az6z99t