English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות יא

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

514"רשכט

יאַרצייט של הרבנית הצדקנית

אם כ"ק אדמו"ר זצותס

א. היינט איז דער רביצי'נס יאָרצייט. דער רבי מהר"ש איז געווען זייער אַ מסודר, און מ'האָט געוואוסט גענוי זיין סדר היום. ובכלל זה אויך די זמנים ווען ער פאָרט שפּאַצירן. בעת ער פלעגט אַרויספאָרן שפּאַצירן פלעגט מען זיך אַריינ'גנב'נען און מעתיק זיין כתבי דא"ח. מ'פלעגט אַוועקשטעלן אַ שומר ער זאָל באַצייטנס אָנזאָגן ווען דער רבי מהר"ש האַלט ביי קומען. אויף אַזאַ אופן האָט מען מעתיק געווען אַ סך כתבים.

איינער פון די מעתיקים איז געווען די רביצין. און ביי דעם רבי'ן (דעם שווער) זיינען אירע העתקות פון דעם רבי מהר"ש'ס כתבים, געלעגן אין איין תיק צוזאַמען מיט דעם רבי'נס נ"ע הנחות.

ב. דער רבי האָט דערציילט, אַז

אויף אַזאַ אופן האָט ער זיך גע־

פירט אויך מיט זיין פאָטער דעם

רבי'ן נ"ע. אַמאָל האָט דער רבי

נ"ע אים געכאַפּט אַז ער איז מעתיק

די כתבים, און האָט אים געזאָגט;

ביי זיך אין שטוב בין איך שוין

אויך אויס בעל־הבית17 דער רבי

מרת שטערנא שרה נ"ע זי"ע

וקללה"ה נכג"מ זי"ע

האָט פון דעם געקראָגן אַ שטאַרקן שבירת הלב, און האָט געבעטן אַ תיקון אויף דעם. אין אַ צייט אַרום האָט דער רבי נ"ע אים געגעבן אַ רשיון, אַ צוטריט צו די כתבים, און אַוועקפאָרנדיק — פלעגט ער אים לאַזן די שליסלעך פון די אַלמערס.

ג. לכאורה איז ניט מובן, דער רבי מהר"ש האָט דאָך מסתמא משער געווען, און אפשר אויך ברור געוואוסט אַז מ'איז מעתיק די כתבים ווען ער פאָרט אַוועק, וואָרום ער האָט דאָך גוט געקאָנט דעם רבי'ן נ"ע און זיין תשוקה צו חסידות. איז, ממה נפשך; האָט ער ניט געוואָלט מ'זאָל מעתיק זיין, האָט ער געקאָנט באַוואָרענען די כתבים אויף אַזאַ אופן מ'זאָל זיי ניט קענען מעתיק זיין, האָט אים ניט געאַרט אַז מ'איז מעתיק, האָט ער דאָך געקענט געבן אויף דעם אַ רשיון. צוליב וואָס האָט דאָס געדאַרפט זיין אויף אַזאַ אופן? די זעלבע זאַך איז ניט מובן אין דער העתקת הכתבים וואָס דער רבי פלעגט מעתיק זיין ביי דעם רבי'ן516נ"ע. פאַרוואָס האָט דאָס געדאַרפט זיין אויף אַן אופן פון שלא ברשות.

נאָר דער ביאור אין דעם איז, אַז ס'זיינען דאָ ענינים וועלכע מען נעמט זיי דורך אַן אופן פון מרמה דוקא (על דרך ווי ברכות יצחק ליעקב, שטות דקדושה)ב).

ד. אויף דער חתונה (חתונת כ"ק אדמו"ר שליט"א) האָט דער רבי געזאָגט)), אַז בעת שמחת נשואין קומען נשמות האבות פון עולם האמת, ביז ג' דורות למפרע איז בכל ישראל, און פאַראַן וואָס מער און מער. און ער האָט אויסגערעכנט אַלע רביים ביז דעם אַלטן רבי'ן.

וויבאַלד דער רבי האָט דעמאָלט מער ניט גערעכנט, איז במאמר הנאמר יו"ד שבט האָב איך דערמאָנט בשם נאָר ביז דעם אַלטן רבי'ן. איך האָב מורא, און, בכלל וואָס דאַרפן דאָס זיך מישן, וויבאַלד אַז דער רבי האָט מער ניט גערעכנט. אָבער עס האָט מיר דאָך „געשטערט".

היינט איז דאָך נאָך אַ המשך צו יו"ד שבט — דער מאמר היושבת בגנים (בקונטרס עד) איז דאָך אויך אַ המשך צום יו"ד שבט מאמר — האָב איך דערמאָנט בשם ביז דעם בעש"ט. און דאָס איז על דרך הידוע)) אַז אויב מ'איז זיך מצטער באמת על מיעוט או העדר ההבנה בדברי רז"ל, און מ'איז מזכיר את שמותם ונפשו חשקה בהם וכו' — איז דאָס אַ זאַך ותועלת בכמה ענינים. — וגם על דרך וואָס ביי דער עבודה פלעגט מען זאָגן האיר פּני כל המזרח עד שבחברון — דערמאָנען און ממשיך זיין זכות אבות)).

ה. דער בעש"ט האָט געזאָגטח) אַז ער האָט געקענט עולה זיין בסערה השמימה אַזוי ווי אלי' הנביא, נאָר ער האָט געוואָלט דורכגיין דעם ענין פון כי עפר אתה ואל עפר תשוב. ולכאורה, וויבאַלד אַז עס איז פאַראַן אַ מעלה אין דעם ענין פון ואל עפר תשוב, צי דען האָט אלי' הנביא'ן געפעלט די שלימות?

נאָר דער ענין איז, אַז די שלימות אין יעדער זאַך איז, ער זאָל אויספירן זיין ענין, וואָס ער דאַרף אויפּטאָן. במילא איז מובן, אַז אויב אלי' הנביא מצד זיין ענין וואָס ער האָט געדאַרפט אויפטאָן, האָט ער געדאַרפט עולה זיין בסערה השמימה, איז דאָס זיין שלימות. דער בעש"ט מצד זיין ענין וואָס ער האָט געדאַרפט אויפטאָן, האָט געדאַרפט דורכגיין דעם ענין פון ואל עפר תשוב, איז דאָס זיין שלימות.

ו. ויש לפרש בדרך אפשר: דער ענין פון אלי' הנביא איזח), קומען אויף אַ ברית מילה, קומען פּסח516ביי נאַכט, מציל זיין רב המנונא סבא.

— די נפקא מינה בהנ"ל איז, אַז צו אַ ברית מילה און פּסח ביי נאַכט, קומט ער אָן אַ גוף, און אויף מציל זיין רב המנונא סבא, איז משום כבודו האָט ער זיך אָנגעטאָן אין אַ גוף, דערמיט פאַרענטפערט מען דאָךט, וואָס עס שטייט אַז אלי' האָט ניט געקענט קומען צו רשב"י לאידרא, ווייל ער איז געווען פאַרנומען בהצלת רב המנונא סבא. ולכאורה — ער איז דאָך דאָ ביי כמה ברית מילה, כאָטש זיי זיינען בזמן אחד, וכן בלילי פּסח — ומאי שנא באידרא דרשב"י? נאָר דער תירוץ איז — אַז אויף אַ ברית קומט ער אָן אַ גוף, דאָס איז מער ניט ווי אַ ניצוץ פון אלי'. דערפאַר קען ער זיין אין צוויי עהטער מיט אַמאָל. לכבודם של צדיקים אָבער, קומט ער בגופו, דעמאָלט קומט ער מיט זיין גאַנצן עצם, דערפאַר קען ער ניט זיין אין צוויי ערטער מיט אַמאָל. —

אויך איז ענינו איבערגעבן שליחות'ן לרבנן, ואחרון אחרון חביב: קודם ביאת המשיח — לקרב את הלבבות און אָנזאָגן אַז משיח וועט קומען. און דאָס איז אויך 'בגופו, ווי עס איז מוכרח פון דעם וואָס בש"ס*) איז מען מקשר ענין זה לדין פון איסור תחומין בשבת.

דערפאַר האָט אלי' געדאַרפט עולה זיין בגופו בסערה השמימה, דער גוף

זאָל בלייבן גאַנץ, ער האָט דעם גוף גאַנצערהייט אין עולם היצירה און ווען ער דאַרף, טוט ער זיך אָן אין זיין גוף, און קומט למטה. און אָט דאָס איז זיין שלימות.

ז. דער ענין פון בעל שם טוב איז דאָך ידועי) אַז אין זמן לידת הבעש"ט, זיינען דעמאָלט געווען אידן אין אַ מצב פון התעלפות, און מיט נשמת הבעש"ט שנקרא ישראל, האָט מען זיי אָפּגעמינטערט. על דרך ווי אַז איינער חלש'ט זאָגט מען אים זיין נאָמען באזנו און דערמיט מינטערט מען אים אָפּ.

מיט אייניקע יאָר צוריק איז געווען איינע אַ פרוי שטאַרק קראַנק. זי איז געווען אין אַ באַוואוסטלאָזן צושטאַנד אַ לענגערע צייט. אַז מען איז געקומען צום רבי'ן, האָט דער רבי געזאָגט, מען זאָל לוחש זיין באזנה, זיין (דעם רבי'נס) נאָמען. מען האָט עס געטאָן, און זי איז געקומען צו זיך. ובמשך הזמן האָט זי זיך פּאָפּראַוועט.

לכאורה, וואָס פאַר אַ שייכות האָט דעם רבי'נס נאָמען צו יענער פרוי, אַז דורך דעם וואָס מ'וועט לוחש זיין באזנה דעם רבי'נס נאָמען, וועט דאָס איר העלפן? נאָר דער ענין אין דעם איז, אַז כשם ווי אַז מ'רופט איינעם ביים נאָמען בעת ההתעלפות, מינטערט מען אים אָפּ, וואָס דער טעם אין דעם איז, ווייל התעל־

פות איז, אַז עס איז אַוועק דער

חיות פּרטי, אָבער דער חיות כללי517איז פאַראַן, און וויבאַלד אַז שם דערלאַנגט אין חיות כללי — דערפאַר איז דורך דעם וואָס מ'רופט אים ביים נאָמען, רופט דאָס אַרויס דעם חיות כללי, ער זאָל קומען בגלוי. אַזוי איז אויך, אויב עס פעלט אַפילו אין זיין חיות כללי אויך, איז דורך דעם וואָס מען איז לוחש באזנו דעם רבי'נס נאָמען, וואָס דער רבי איז די נשמה כללית, פון וועלכער זיין (דעם חולה'ס) נשמה מיט איר חיות כללי איז נאָר אַ פּרט, ווערט דורך דעם נמשך חיות אויך צו זיין חיות כללי.

און דאָס איז אויך דער ענין, וואָס ירידת נשמת הבעש"ט למטה בעולם הזה האָט אָפּגעמינטערט די אידן פון התעלפות — ווייל דער בעש"ט איז געווען די נשמה כללית פון אידן. דער בעש"ט האָט דאָך אָבער געדאַרפט אָפּמינטערן אַלע אידן, גם הפּחות שבפּחותים והקל שבקלים פון זיי — במילא האָט ער געדאַרפט צוקומען און דורכגיין גם מדריגות היותר תחתונות, עד למטה מטה ביותר, און אויך דאָס אָפּמינטערן און פאַרבינדן מיט דעם אויבערשטן, מיט עצמות ומהות אין סוף ב"ה — דערפאַר האָט ער געדאַרפט, און במילא האָט ער דאָס געוואָלט, דורכגיין עפר אתה ואל עפר תשוב.

און וויבאַלד אַז דאָס איז דעם בעש"ט'ס ענין, איז מובן אַז דוקא דאָס איז זיין שלימות.

ח. בנוגע צו עבודה און צו אונז בפהט, וואָס מ'דאַרף ספּעציעל נעמען פון המבואר בהנ"ל; אונזער ענין איז — ניט יאָגן זיך דוקא נאָך גדולות ונפלאות (אַפילו אַז עס איז שוין זיכער, אַז ער ווייס וואָס גדולות ונפלאות איז) — וואָרום, אויב עס איז ניט מענינו, מענין שליחות נשמתו בעלמא דין, איז, אַ חוץ דעם וואָס עס איז בספק גדול צי וועט ער דאָס דערגרייכן, איז וואָס טויג אים גדולות ונפלאות — אויב ער איז ניט ממלא די שליחות, וואָס די השגחה העליונה האָט אויף אים אַרויפגעלייגט ?! פּשוט'ער גערעדט; וואָס טויג אים גדולות ונפלאות, און וואָס איז דאָס פאַר אַ גדולות ונפלאות, אויב ער טוט ניט דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן דורך עבדיו הצדיקים, אַז ער זאָל טאָן און אויפטאָן.

והיוצא מזה בנוגע לפּועל אלינו; אויב דער רבי האָט אים געגעבן אַ שליחות, אַן אַרבעט — איז אויב אַפילו עס ווייזט זיך אויס, אַז לגדולות מזה נוצר, און והתברך בלבבו לאמר אַז ער האָט כחות אויף דערגרייכן דערצו — דאַרף ער וויסן, אַז ניט דאָס איז זיין וועג, און ניט דורך דעם וועט ער קומען צו זיין שלימות. הלואי, זאָל, חס ושלום, ניט זיין דער היפּך דערפון. — זאָל ער זיך האַלטן ביי דער קליאַמקע, און זאָל ער גיין „בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו" — וועט אים זיין גוט בזה ובבא.

ט. מען האָט ביי מיר געפרעגט; וואָס זאָג איך, אַז עס וועט זיין בקרוב והקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם, און דער רבי וועט אונז אַרויספירן פון גלות — דער סדר איז דאָך; ביאת המשיח וימות המשיח, און ערשט אין אַ צייט אַרום וועט זיין תחית המתים. אַזוי ווערט דאָך געבראַכט אין חסידות אויך.

518דער ענטפער אויף דעםה כאָטש בכלל איז דער סדר21)): ביאת המשיח, בנין בית המקדש, קבוץ גליות, תחית המתים, אָבער תחית המתים פון יחידים איז געווען און וועט זיין פריער אויך. וכידוע כמה ספּורים בש"ס ומדרשים ומצדיקים שהחיו מתים. וכמאמר רז"ל זוטי דאית בכו מחי' מתים 28)).

י. דיבר *18)) בענין שהתשובה אינה דוקא ענין של וידוים. ואדרבה, עיקרה הוא ביטול הנפש למקורה ושרשה, והרוח תשוב אל האלקים48)) וזהו; בשעתא חדא, איין קער. ובמילא מותר זה, אפשר ומחויב בזה גם בשבת, אותיות תשב 24)). היציאה מעניניו למעלה, אין זה עובדין דחול, ובמילא אפשר בשבת.

יא. דיבר בענין שאף שהוא בשע־

תא חדא, ונשאר רק פּכים קטנים, מכל מקום צריך בזה זריזות, וידוע שזריזות היא היפּך העצבות, ובאה על ידי שמחה. וצריך להיות בזריזות בכל הג' פּירושים שבצבא המבוארים בהמאמר. וכיון שזה תובעים הנשיאים מאתנו — בודאי טוען זיי דאָס אַליין אויך, וגם בהנוגע אליהם בתור נשיאינו ומנהיגנו, כמבואר בענין מגיד דבריו ליעקב. וזהו גם כן העזר והסיוע שנותנים לנו בעבודתינו; שתהי' בדרך הישר — בנקל, ווייס איך ניט צי דאַרף מען זאָגן, וואָרום עבודה דאַרף דאָך זיין בדרך עבודה דוקא ניט דערלאַנגען פאַרטיקערהייט, אָבער וואָס יע — אָן העלמות והסתרים און בהצלחה.

(משיחת י"ג שבט, תשי"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-hgkqne3k

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות