English
ספרייה

לקוטי שיחות

תצא

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

384פרשת תצא

א. די היינטיקע סדרה הויבט זיך אָן; כי תצא למלחמה על איביך ונתנו ה' אלקיך בידך ושבית שביו.

דער ענין פון דעם אין רוחניות איז;

איביך גייט אויפן גוף ונפש הבהמית, — ווי דער אַלטער רבי איז מפרש אין לקוטי תורהא), — וואָס זיי זיינען די אמת'ע אויבים פון אדם, און מען דאַרף אַרויסגיין מלחמה האָבן מיט זיי.

אמת טאַקע אַז די כוונה איז ניט

ברעכן זיי, נאָר זיי מברר זיין, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס אַ מלחמה, וואָרום זיי לאָזן זיך ניט מברר זיין, און עס איז נאָך אַ שווערע מלחמה, וואָרום דער נפש הבהמית איז אקדימא טענתי'ב).

אויף דעם זאָגט ער; כי תצא למלחמה. מען דאַרף נאָר אַרויסגיין אויף מלחמה, און דעמאָלט זאָגט מען דיר צו אַז ונתנו ה' אלקיך בידך, אַז דו וועסט אים איינעמען און ניט חס ושלום פאַרקערט, און נאָך מערער, עס וועט דיר צוקומען אַ תוספת, ושבית שביו, וואָס דאָס איז די ניצוצות שבדברים הגשמיים, ורב תבואות בכח שור.

(משיחת ש"פ תצא, תשי"ד)

ב. וועגן דעם ענין פון מעקה —386האָט מיר איינער געפרעגט אין אַ בריוו; דער טעם פון מעקה איז דאָך משום סכנה, ווי עס שטייט אין פּסוק ולא תשים דמים בביתך כי יפּול הנופל ממנו, און דער רמב"םג) פּסק'נט אַז אויף אַ מצוה שמשום סכנה מאַכט מען ניט קיין ברכה, אָבער אין דעם זעלבן פּרק גופא*) פּסק'נט דער רמב"ם אַז בשעת מען מאַכט אַ מעקה דאַרף מען מאַכן אַ ברכה; אשר קדשנו במצותיו וצונו לעשות מעקה.

אין פּשטות האָט מען געקענט זאָגן, ווייל דער ענין פון ולא תשים דמים בביתך קען מען באַוואָרענען אויך דורך אַן אַנדער אופן, ניט דורך מאַכן אַ מעקה, וואָרום אַ מעקה איז מען מחוייב דוקא בשעת דער בית איז גבוה מהקרקע יו"ד טפחיםח), האָט ער דאָך אַ ברירה צו מאַכן נידעריקער דעם גג אָדער אויפצוהויבן די קרקע פון רשות הרבים; עס איז דאָ נאָך אַן אופן, צו מאַכן דעם גג בשיפּוע, וועט ער באַוואָרענען דעם לא תשים דמים בביתך און פונדעסטוועגן האָט ער ניט די מצוה פון מעקה. דערפאַר דאַרף מען מאַכן אַ ברכה בעשיית מעקה, ווייל דאָ איז דאָ אַן ענין אויסער דעם ולא תשים דמים בביתך.

אָבער דער ביאור איז ניט מספּיק, וואָרום סוף סוף אויב דער גאַנצער טעם פון עשיית המעקה איז נאָר משום סכנה איז הדרא קושיא לדוכתא, אַז אויף דעם איז ניט שייך קיין ברכה.

נאָר דער אמת איז, אַז ועשית מעקה לגגך און ולא תשים דמים בביתך זיינען צוויי באַזונדערע ציוויים. ולא תשים דמים בביתך איז ניט אַ טעם אויף דעם ועשית מעקה.

אַ ראי' אויף דעם; דער רמב"ם זאָגט אַ כלל אין שרשי המצוות)), אַז די טעמי המצוות רעכענען זיך ניט פאַר באַזונדערע מצוות במנין תרי"ג, און פונדעסטוועגן במנין המצוות רעכנט דער רמב"ם צוויי באַזונדערע מצוות. אין מנין מצוות עשה רעכנט ער די מצוה פון ועשית מעקהז), און במנין לא תעשה רעכנט ער די מצוה פון ולא תשים דמיםח), זעט מען דאָך אַז דער ולא תשים דמים איז ניט קיין טעם אויפן ועשית מעקה נאָר עס איז אַ באַזונדערע מצוה.

דער מקור פון דעם רמב"ם איז אין ספרי. אין ספריט) שטייט, ועשית מעקה לגגך, זו מצות עשה, ולא תשים דמים בביתך, מצות לא תעשה.

ג. דער ענין פון דעם אין עבודת האדם;

בשעת אַ איד בויט אויף אַ בנין חדש זיינען ניט גענוג די גדרים וואָס ער האָט געהאַט פריער און וואָס ער איז בייגעשטאַנען דורך זיי אַלע נסיונות, ובמילא קען דאָך זיין אַז והתברך בלבבו אַז שלום יהי' לי. עברו רוב שנותיו ולא חטאי). ער דאַרף אָבער וויסן, אַז וויבאַלד ער גייט איבער אין אַ בית חדש, האָט ער אַ נייע עבודה און ער דאַרף386זיך באַוואָרענען אויף בייצושטיין די נייע נסיונות וואָס קענען זיין אין דער עבודה חדשה.

בשעת מען גייט אַרויס פון כותלי בית המדרש אין וועלט, וואָס דאָ הויבט זיך אָן אַ נייע עבודה, עס הויבן זיך אָן ביי אים ענינים, וואָס ביז איצטער האָט ער ניט געהאַט צו טאָן מיט זיי,

און אַזוי אויך ביי יעדן מענטשן אין יעדן טאָג, וואָס דער אָנהויב טאָג דאַרף זיין עבודת התפלה, דערנאָך לימוד התורה, איז בשעת ער גייט אַרויס פון ד' אמות של תפלה און ד' אמות של הלכה אין די ל"ט מלאכות עובדין דחול,

דאַרף ער מאַכן אַ מעקה, צו באַוואָרענען אַז די עניני עולם און עובדין דחול זאָלן זיין ווי מען דאַרף, אַז אין דעם זאָל ניט זיין דמים בביתך און קיין יפּול הנופל.

אַזוי ווי אין גשמיות דאַרף די מעקה זיין העכער פון בית, העכער אַפילו פון גג הבית, אַזוי אויך אין רוחניות דאַרף מען נעמען די מעקה פון אַן אָרט וואָס איז העכער פון זיך, אַ סיוע ממקום עליון יותר.

און דערפאַר איז שייך, און ניט נאָר שייך נאָר מען דאַרף מאַכן אַ ברכה אויף אַ מעקה. וואָרום ווי אַזוי קען מען מאַכן אַ מעקה, נעמען פון אַן אָרט וואָס איז העכער פון דעם אָרט אין וועלכן מען געפינט זיך?

אויף דעם דאַרף מען מאַכן אַ ברכה, און לויט דעם פירוש פון רז"ליא) ; ברכה — מלשון המבריך את הגפן, ד. ה. אַ המשכה — ברוך אתה הוי', וואָס הוי' איז העכער פון וועלט, איז דורך אלקינו (גבורה וצמצום צוליב אונז) איז מען דאָס ממשיך אין מלך העולם, און דורך דעם ווערט דער וצונו, מלשון צוותא וחיבור, לעשות מעקה; דאָס גיט דעם כוח אויף מאַכן אַ מעקה גבוה עשרה טפחים אויפן גג פון עולם הבריאה וואָס דאָס איז די קרקע פון עולם האצילות, ווי עס שטייט אין כתבי האריז"ל.

ד. די הוראה מפורטת פון דעם איז;

על דרך ווי די הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז יעדער ראש השנה דאַרף מען עפּעס מוסיף זיין בהידור מצוות עשה, בזהירות מלא תעשה ובהנהגה טובה,

— אַפילו אויב אויך פריער זיינען געווען אַלע זיינע הנהגות ווי מען דאַרף —

ווייל יעדער ראש השנה ווערט נמשך אַן אור חדש, ווי עס שטייט אין אגרת הקדשיב),

אַזוי אויך, בשעת אַ איד הויבט אָן אַן עבודה חדשה, צי בשעת ער גייט אַרויס מכותלי בית המדרש אין וועלט, אָדער יעדן טאָג גופא נאָכן דאַוונען און לערנען אין דער פרי — ווען ער הויבט אָן צו טאָן מיט עניני עולם, דאַרף מען עפּעס מוסיף זיין אויף זיין פריערדיקן מעמד ומצב.

און דאָס איז; כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך. מלמעלה גיט מען כוח אויף מאַכן אַ מעקה, וואָס אַ מעקה דאַרף זיין יו"ד טפ־387חים, אויף ממשיך זיין דעם אור חדש אין אַלע זיינע עשר כחות הנפש, פון די כחות חב"ד ביז דעם כוח המעשה, וואָס במילא ווערט דעמאָלט באַוואָרנט דער ולא תשים דמים, ולא יפּול הנופל וגו'. ואדרבה, עס ווערט — כתפארת אדם לשבת ביתיג).

(משיחת י"ג תמוז, תשט"ז)

ה. פאַראַן דיעות אַז קריאת פּרשת זכור איז מדאורייתאיד), מצד דער מצות עשה פון זכור את אשר עשה לך עמלק.

אויסער דער עשה פון זכור, איז אויך פאַראַן אַ לאו, לא תשכח. און דאָס איז אויך איינער פון די טעמים פון די דעותיח) אַז אויך נשים זיינען מחוייב בזכירת עמלק, ווייל זיי זיינען דאָך מחוייב אין דעם לאו, זיינען זיי במילא אויך מחוייב אין דער עשה.

פון דעם פאַרשטייט מען אויף וויפל עס איז נויטיק דער ענין פון זכירת עמלק, אַז אַלע זיינען מחוייב אין דעם.

ו. הגם אַז מחיית עמלק בגשמיות איז איצטער ניט שייך. עס זיינען גאָר פאַראַן דיעות אַז די מצוה איז מוטל נאָר אויפן מלךי) אַז ער דאַרף מגייס זיין די אידן למחות זרעו של עמלק. נאָר אַפילו לפי הדיעות אַז די מצוה איז מוטל על כל אחד ואחד מישראל, איז אויך, לויט דער שיטה, איצטער ניט שייך דער ענין פון מחיית עמלק בגשמיות, ווייל;

א) דער ענין איז שייך נאָר בזמן שיד ישראל תקיפה. ב) נאָר ווען מען ווייס קלאָר, ווער עס איז מזרעו של עמלק, אָבער משבא סנחרב ובלבל את העולםכז), גייט מען לויטן רוב, וכל דפּריש מרובא פּרישיח).

נאָר ווען משיח וועט קומען, וואָס דעמאָלט וועט זיין יד ישראל תקיפה, און מען וועט מברר זיין ווער עס שטאַמט פון עמלק'ן, דאַן וועט דער מלך המשיח מוחה זיין אַלע ענינים פון עמלק'ן מאיש ועד אשה וגו'.

דאָס איז אין גשמיות, אָבער אין עבודה רוחנית, איז פאַראַן דער ענין אויך איצטער, אַז אַלע אידן זיינען מחוייב בזכירת מעשה עמלק, ואַפילו נשים שאינן יוצאות למלחמה, זיינען אויך מחוייב אין דעם.

און די מצוה פון זכירת מעשה עמלק איז ניט נאָר איין מאָל אין לעבן אָדער איין מאָל אין יאָר, נאָר עס דאַרף זיין יעדן טאָגיט), וואָס דאָס איז אַ הוראה, אויף וויפל עס איז נוגע זכירת מעשה עמלק, ברוחניות על כל פּנים, אין עבודת השם, אין אַלע זמנים.

ז. דער ענין פון עמלק אין רוחניות איז, אשר קרך בדרך, וואָס ער מאַכט קאַלט — ווי דער מדרש טייטשטכ) — אין דעם דרך פון תורה388ומצוות. און אַנטקעגן דער קרירות פון עמלק'ן דאַרף מען מלחמה האַלטן יעדן טאָג. עס איז ווייניק וואָס ער האָט זיך נעכטן אָנגעוואַרעמט אין תורה און עבודת התפלה. ער דאַרף היינט ווייטער מלחמה האַלטן אַנטקעגן דער קרירות פון עמלק'ן.

יעדן טאָג נאָך איידער מען גייט אַרויס האָבן צו טאָן מיט די עניני עולם, דאַרף מען זיך אָנוואַרעמען און מלחמה האַלטן אַנטקעגן עמלק'ן, וואָס דאָס דאַרף זיין אין דאַוונען. דורך דער התלהבות אין דאַוונען וועט ער קענען מלחמה האַלטן מיט עמלק'ן בשעת ער האָט צו טאָן אין עניני עולם.

און דאָס איז אַ הכנה צו מחיית זרעו של עמלק אויך בגשמיות, וואָס דאָס וועט זיין בביאת מלך המשיח במהרה בימינו.

ח. וואָס עס איז נוגע לפרסם איז, — אַז מלחמת עמלק דאַרף זיין בכל דור ודור ובכל יום ויום, און מען קען זיך ניט באַנוגענען דערמיט וואָס עס איז געווען פריער.

מען קען זיך ניט באַנוגענען דערמיט וואָס ער האָט געהאַט אַ שיינעם זיידן, אַ שיינעם טאַטן, אָדער ער אַליין איז אויך געווען פריער אַ שיינער איד, נאָר ער דאַרף שטענדיק מלחמה האַלטן אַנטקעגן דער קאַלטקייט פון עמלק'ן, — וואָרום מצד דעם וואָס עס איז פאַראַן ביי אים דער הנחשלים, קען זיך אַריינכאַפּן עמלק און ויזנב בך כל הנחשלים אחריך, —

ביז מען וועט פּועל'ן בביאת המשיח דעם מחה תמחה את זכר עמלק און דעם מחה אמחה את זכר עמלק בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ זכור, תשט"ז)

ט. היינטיקע וואָך איז דאָך ח"י אלול. אויף דעם ענין פון ח"י אלול האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאָגטכא) בשם זקני החסידים, אַז ח"י אלול איז דער פּשט, אַז עס ברענגט אַריין אַ חיות אין אלול. דער ענין פון אלול איז, וואָס מען דאַרף מתקן זיין דעם פאַרגאַנגענעם יאָר און דורך דעם זוכה זיין צו אַ שנה טובה ומתוקה אין דעם קומענדיקן יאָר, איז דער ענין פון ח"י אלול אַז עס ברענגט אַריין אַ חיות אין דער עבודה. ניט נאָר עס זאָל ניט זיין בדרך מצות אנשים מלומדה, נאָר אַפילו ווען ער טוט עס בהכנה ובכוונה, קען דאָך זיין אַז דאָס איז אָן אַ חיות, טוט ח"י אלול אויף עס זאָל זיין מיט אַ חיות און אַ לעבעדיקייט.

ח"י אלול איז דער יום הולדת פון בעל שם טוב, און ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגטכח), אַז דאָס איז ניט נאָר יום הולדתו בגופו, נאָר אויך דער יום הולדת בנשמתו, און אויך דער יום התגלות פון בעל שם טוב — מיט יאָרן שפּעטער — איז אויך געווען אין ח"י אלול, וואָס דאָס איז דאָך די התגלות פון חסידות הכללית.

דערנאָך איז געקומען כ"ק אדמו"ר הזקן — דער אַלטער רבי — און האָט דאָס אויך אַראָפּגעטראָגן אין הבנה והשגה, וואָס דאָס איז חסידות חב"ד — איז זיין יום הולדת אויך389ח"י אלול. ד. ה. אַז ח"י אלול וואָס איז דער גילוי תורת החסידות הכללית וגילוי תורת החסידות חב"ד, ברענגט אַריין חיות אין אַלע ענינים פון דער עבודה פון אלול, וואָס חיות איז כידוע פאַרבונדן מיט שמחה.

י. הגם די עבודה פון אלול איז דאָך תשובה, חרטה על העבר וקבלה טובה על להבא, וואָס דאָס איז דאָך במרירות, איז ווי קען זיין צוזאַמען דערמיט דער ענין פון שמחה וואָס איז היפּך דערפון?

נאָר די דערקלערונג פון דעם איז; אויסער דעם וואָס ווי דער רמב"םכח) פּסק'נט אַז יעדער מצוה דאַרף זיין בשמחה, מצד דעם וואָס ער איז מקיים דעם רצון הבורא, און ער טייטשט דאָס אין דעם פּסוק תחת אשר לא עבדת את הוי' אלקיך בשמחהכד), ובמילא וויבאַלד אַז תשובה איז דאָך אַ מצוהכט), דאַרף אויך תשובה זיין בשמחה. — נאָר דאָ איז דער ענין פון שמחה מצד אַ ענין צדדי. ניט מצד דעם ענין פון דער מצוה עצמה, נאָר ווייל ער איז מקיים אַ מצוה, איז ער בשמחה וואָס ער איז מקיים דעם רצון העליון. —

אָבער ח"י אלול, דאָס הייסט תורת החסידות, טוט אויף אַז תשובה גופא, וואָס בכללותה איז דאָס מרירות, איז אין דעם אַליין פאַראַן שמחה. ח"י אלול, איז דער פּירוש, אַ חיות אין דעם ענין פון אלול גופא. און די שמחה איז ניט קיין סתירה צו דער מרירות.

ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאכ), אין דעם ענין פון תשובה, אַז עס דאַרף זיין בכי' תקיעא בלבאי מסטרא דא וחדוא תקיעא בלבאי מסטרא דאָ, אין דעם זעלבן זמן און דעם זעלבן ענין גופא קאָנען זיין ביידע תנועות הפכיות. ווי ער פירט דאָרט אויס, אַז אויך אין דעם זמן פון ירגיז וכו' ומרירות, וואָס דאָס איז מצד דעם נפש הבהמית, איז דעמאָלט גופא זאָל ער זיין בשמחה מצד דעם הרגש נפש האלקית ובטחון הגמור אַז לא ידח ממנו נדחכז), און לעולם גו' נצר מטעי מעשה ידי להתפּארכח), וואָס דערפאַר איז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבאכט).

איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין פון שמחה דאָ איז מצד דער תשובה גופא. אַז אין דער תנועה פון תשובה אַליין, וואָס ער שטייט במרירות און ירגיז על היצר הרע, אין דער זעלבער תנועה איז ער פריילעך מצד דעם וואָס דער נפש האלקית קערט זיך אום צום אויבערשטן.

יא. וועגן די טעג פון ח"י אלול ביז ראש השנה האָט דער רבי, כ"ק מו"ח אדמו"ר, געזאָגטל) אַז דאָס זיינען די צוועלף טעג פון חשבון הנפש פון פאַרגאַנגענעם יאָר, יום לחודש יום לחודש (אַ טאָג פאַר אַ חודש).

מען האָט גערעדט פריער אין דעם ענין פון עשר קדושות הן, אַז זיי זיינען פאַראַן אין עולם, שנה ונפש. אויך אין תפלה וואָס דאָס איז סולם390מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, זיינען פאַראַן די מדריגות. בכללות איז דאָס דער חילוק פון תפלה דחול, וואָס דאָרטן איז פאַראַן בקשת צרכיו של אדם — ביז תפלה דשבת, וואָס דאָס איז נאָר שבחו של מקום.

אַזוי אויך אין תורה איז דאָס דער חילוק פון גלי' שבתורה, וואָס איז אילנא דטוב ורע, וואָרום אין גליא שבתורה רעדט זיך וועגן ענינים גשמיים, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון בירורים — ביז פּנימיות התורה, וואָס רעדט זיך נאָר וועגן אלקות.

דער עיקר חשבון הנפש, אין די י"ב ימים פון ח"י אלול ביז ראש השנה, דאַרף זיין בנוגע פּנימיות התורה. אַ ודאי דאַרף זיין דער חשבון אין אַלע תרי"ג מצוות און אין אַלע פּרטים און דקדוקים. און אדרבה — המעשה הוא העיקר. אָבער דערמיט דאַרף ער זיין פאַרטיק נאָך פאַר ח"י אלול. פון ח"י אלול אָן —

התגלות תורת החסידות — איז דער סדר על דרך אבוך במאי הוי זהיר טפילא), זהיר מלשון זהירות ובהירות, לייכטן, און דורך דעם לייכט אים אַריין אין אַלע זיינע ענינים — אַזוי דאַרף זיין דער עיקר וחיות החשבון בנוגע פּנימיות התורה,

ניט נאָר בנוגע דעם לימוד, נאָר אויך בנוגע דער הנהגה על פּי חסידות, דגדול תלמוד שמביא לידי מעשהלב).

און דאָס וועט דורכלייכטן דעם חשבון הנפש אויך אין אַלע זיינע ענינים.

און דער חשבון ברענגט דאָך צו דער קבלה טובה על להבא, אַז עס זאָל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה, אין דעם אייגענעם חוץ, און אויך אין חוצה ממש, וואָס דורך דעם וועט זיין דער קאתי מר, מלכא משיחא, במהרה בימינו.

(משיחת ש"פ תבא, ח"י אלול, תשט"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-f7yp7kqj

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות