English
ספרייה

לקוטי שיחות

שמע"צ-שמח"ת

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

433שמיני עצרת ושמחת תורה

א. וועגן דעם ענין פון שמיני עצרת שטייטא), אַז זיין תוכן איז, קשה עלי פּרידתכם כו' משל למלך כו' אמר לאוהבו נגלגל אני ואתה במה שתמצא.

ולכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק, וויבאַלד אַז סיי ווי וועט מען זיך דאַרפן שפּעטער פאַנאַנדערשיידן, איז וואָס איז אַזוי שטאַרק די מעלה אין דעם וואָס מען וועט אַריינכאַפּן זיין נאָך אַ טאָג צוזאַמען?

מוז מען זאָגן, אַז די מעלה פון שמיני עצרת איז, אַז דער טאָג באַוואָרנט און טוט אויף אַז אויך שפּעטער זאָל ניט זיין קיין פּירוד.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים ביאור דיוק הלשון „פּרידתכם", וואָס אין פלוג האָט ער געדאַרפט זאָגן קשה עלי פּרידתנו און פאַרוואָס זאָגט ער פּרידתכם?

דער ביאור אין דעם איז;

א) מצד דעם אויבערשטן איז קיין פּירוד ניטאָ. מצד אים איז אַלעמאָל דאָ דער פאַרבונד מיט אידן, פּנים בפנים. נאָר דער פּירוד קומט מצד אידן, וואָס פּנו אלי עורף ולא פּנים. און דאָס מיינט פּרידתכם — אויער פּירוד.

ב) דורך וואָס קומט דער פּירוד פון אידן מיטן אויבערשטן, דורכן פּירוד ביי אידן צווישן זיך — פּרידתכם. וואָרום בשעת עס פעלט דער כולנו כאחד פעלט אויך אין דעם ברכנו אָבינו.

און דאָס איז דער פּשט וואָס נאָך סוכות זאָגט דער אויבערשטער קשה עלי פּרידתכם, וואָרום בחג הסוכות איז דאָך דאָ די אחדות פון אידן צווישן זיך.

וואָס דאָס איז דער ענין פון מצות ד' מינים, אַז אַלע פיר מינים, פון דעם אתרוג שיש בו טעם ויש בו ריח ביז דער ערבה שאין בה לא טעם ולא ריח, פאַראייניקן זיך צוזאַמען אַז עס ווערט פון זיי איין מצוה. און אַזוי אויך אַלע אידןג) ווערן אַן אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם.

דאָס איז דאָך אָבער אַ פאַרבונד מצד און צוליב דער מצוה. בשעת אָבער מען גייט אַריין אין די ימי החול וואָס נאָך סוכות, קען דאָך ווערן צוריק פּירוד חס ושלום, אויף דעם זאָגט דער אויבערשטער קשה עלי פּרידתכם.

און די עצה אויף דעם איז, בואו ונגלגל במה שתמצא, אין דעם טאָג פון שמיני עצרת, וואָס דאָס באַוואָרנט עס זאָל זיין אַחדות אויך שפּעטער, כדלהלן.

ב. די מעלה פון דער אַחדות פון שמיני עצרת אויף דער אַחדות פון סוכות איז;

די אַחדות פון די ד' מינים איז434ניט אין זייער עצם מציאות. ד. ה. אַז אַפילו בשעת התאחדותם, איז יעדערער פון זיי אַ באַזונדער סוג, און פאַרבלייבט ביי זיין מציאות, עס איז מער ניט וואָס אין דעם ענין המצוה זיינען זיי זיך מתייחד. נאָך מערער — די מצוה איז דאָך אַז מען זאָל נעמען פיר באַזונדערע מינים דוקא, קומט דאָך אויס אַז אַפילו אין דעם ענין המצוה גופא הערט זיך אויך אָן זייער התחלקות, עס איז מער ניט וואָס די דברים מחולקים פאַראייניקן זיך צוזאַמען אין איין מצוה.

אָבער די אַחדות פון שמיני עצרת איז, פּר אחד אַיל אחד, עס איז ניט קיין איגוד פון פּרטים נאָר בעצם זיינען זיי איין זאַך.

און אַזוי איז אויך אין דעם ענין הריקוד שבשמחת תורה, אַז אַלע אידן, פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם פּשוט שבפּשוטים, טאַנצן צוזאַמען, איז דאָך ניט אַז יעדער איינער טאַנצט לויט זיין אופן (לפי ערך השגתו כו'), נאָר זיי ווערן נשתווה און נתייחד אין אַן ענין הכולל את כולם. דער ענין הריקוד איז, אַז אין אים איז בעצם גאָר קיין התחלקות ניטאָ.

און דאָס איז די אמת'ע אַחדות, ניט נאָר קיין התאגדות פון פּרטים, נאָר יעדער איינער ווערט נתבטל פון אַ מציאות בפני עצמו.

און וויבאַלד אַז דאָס איז ניט קיין קיבוץ נפרדים נאָר השתוות והתאחדות, איז ניט שייך צו זאָגן אין דעם, אַז בשעת די סיבה וועט בטל ווערן, וועט במילא אויך בטל ווערן דער מסובב, נאָר דאָס בלייבט איבער אויך אויף שפּעטער, אַז אויך נאָך יום טוב, בכל השנה, שטייען אידן באחדות ושלום, כלי המחזיק ברכתו של הקב"ה)).

(משיחת יום שמח"ת, תשט"ז)

ג. אין דעם ענין וואָס מען האָט גערעדט אַז בשמחת תורה טאַנצן אַלע אידן צוזאַמען באחדות, איז פאַראַן אין דעם נאָך אַ נקודה.

טאַנצן טאַנצט מען ניט מיטן קאָפּ נאָר מיט די פיס, און דורך די פיס טאַנצט אויך די קאָפּ. אויב מען וואָלט געטאַנצט מיטן קאָפּ, ד. ה. מצד השגה, דעמאָלט וואָלט געווען די שמחה בהגבלה, אויף וויפל ער פאַרשטייט די סיבה פון דער שמחה. מען וויל דאָך אָבער אַז שמחת התורה זאָל זיין בלי גבול, דערפאַר טאַנצט מען מיט די פיס. ער ווייס ניט וואָס דער אויבערשטער איז און ווייס ניט וואָס זיין תורה איז, ער ווייס נאָר אַז דער אויבערשטער מיט זיין תורה איז אַ טייערע זאַך וואָס עס איז ניטאָ אַזאַ דבר יקר אין דער גאַנצער וועלט, און דאָס רופט ביי אים אַרויס אַ שמחה בלי גבול.

דאָס איז אויך דער ענין וואָס בשמחת תורה זעצט מען זיך ניט לערנען, ד. ה. אַז די שמחה זאָל זיין מצד העיון שבתורה, נאָר מען טאַנצט מיט אַ ספ־ורה ווי זי איז איינגעוויקלט אין מענטעלע. מען ווייס נאָך ניט וואָס אין איר שטייט, מען ווייס נאָר אַז עס איז אַ טייערע זאַך און דערפאַר איז מען מיט איר שמח בלי גבול.

אַזוי ווי אין יעדער איינעם בפרט איז דער סדר אַז ער טאַנצט מיט436די פיס און דורך דעם טאַנצט אויך די קאָפּ, אַזוי אויך אין דער קומה שלימה פון אידן, אַז די שמחה פון אַנשים פּשוטים וואָס זיי פרייען זיך מיט דער תורה, וואָס זייער שמחה איז בלי גבול, דאָס פועל'ט אַ תוספת שמחה אויך אין די משכילים וואָס ווייסן און פאַרשטייען די מעלה פון תורה און די סיבה פון דער שמחה, אַז אויך ביי זיי טוט זיך אויף אַ שמחה בפּשיטות ובלי גבול.

און דורך דער שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה קומט מען צו לבחינת פר אחד, ניט ווי סוכות וואָס מען איז מקריב ע' פּרים אַנטקעגן די ע' שרים, ווייל דאַן האָבן זיי אויך אַן אָרט, נאָר מען קומט צו אין אַזאַ בחינה וואו זיי האָבן גאָר קיין אָרט ניט, דאָרטן געפינט זיך מער ניט ווי דער אויבערשטער מיט אידן, יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך.

(משיחת ש"פ בראשית, תשט"ז)

ד. די לעצטע ווערטער, מיט וועלכע מען איז מסיים די תורה בשמחת תורה, זיינען „לעיני כל ישראל". אין די ווערטער איז מרומז דער ענין האחדות (וואָס דאָס איז די עבודה פון שמחת תורה כנ"ל), וואָס אַלע אידן זיינען מיוחד צוזאַמען. אַלע אידן זיינען איין זאַך, און יעדער איינער איז מער ניט ווי אַ פּרט פון דעם כלל, און נאָך טיפער, אַ חלק פון עצם)), ובמילא, איז אין יעדן חלק געפינט זיך דער גאַנצער עצם, כמאמר הבעל שם טוב), העצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, וואָס דער פּשט דערפון איז „כמוך" ממש. אַזוי ווי די אהבה צו זיך איז ניט קיין אהבה שמצד הטעם נאָר אַן אהבה עצמית, אַזוי אויך די אהבה צו אַ צווייטן אידן דאַרף זיין אַן אהבה עצמית.

ולכאורה ווי אַזוי איז דאָס מעגלעךז „יענער" און „איך" זיינען דאָך צוויי באַזונדערע מענטשן 1 וע"פּ הנ"ל יובן, אַז דאָס איז ניט קיין אַהבה צו „יענעם" נאָר אַן אהבה צו „זיך" אַליין. עס איז איין עצם וואָס ער איז געקומען אין כמה חלקים, און אין יעדער חלק איז דאָס דער זעלבער עצם.

דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם מאמר הבעל שם טוב), אַז אהבת ישראל מיינט, מען זאָל ליב האָבן אַ אידן כאָטש ער האָט אים קיינמאָל ניט געזען און קיינמאָל ניט געהערט פון אים.

ולכאורה ווי איז שייך אהבה צו אַ זאַך וואָס ער האָט אין דעם קיין ידיעה ניט? ועל פּי הנ"ל יובן, וואָרום אַלע אידן זיינען איין עצם.

ה. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם מאמר רז"לז), אַז אהבת ישראל איז יסוד כל התורה, ווי ער איז מבאר אין תניאח) באַריכות, אַז דער יסוד כל התורה איז להגבי' ולהעלות הנפש על הגוף, און436דאָס דריקט זיך אויס אין אהבת ישראל.

וואָרום אויב ער באַטראַכט זיך און פילט זיך ווי אַ מציאות פאַר זיך, דעמאָלט קען ביי אים ניט זיין די אהבה צום צווייטן „כמוך", ובכדי עס זאָל ביי אים זיין דער ואהבת לרעך „כמוך", מוז ער אַרויסגיין פון זיין מציאות, זיין מציאות איז ניט „ער" נאָר זיין מציאות איז אַ חלק פון עצם פון אידן, וואָס דעמאָלט איז ביי אים אמת'ע אהבת ישראל.

און דאָס איז אויך דער תוכן הסיפּור וואָס דער רבי האָט דערציילט וועגן איינעם אַ גדול, אַז אַמאָל בשעת זיינער אַ קינד איז געווען ניט געזונט האָט ער זייער שטאַרק געוויינט. דערנאָך האָט ער זיך געקלאָגט אויף דעם וואָס אויף אַן אַנדער אידישן קינד וואָלט ער ניט וויינען אַזוי שטאַרק, איז דאָך אַ ראי' אַז ער האַלט ערשט בתחילת העבודה, וואָרום אויב ביי אים וואָלט געווען עבודה אמיתית, וואָלטן די תורה ומצוות מגלה זיין די עצם הנשמה, וואָס דאָרטן זיינען דאָך אַלע אידן איין זאַך.

ו. על פּי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טייטש פון די ווערטער וואָס מיר זאָגן, ויעשו כולם אַגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם. דער פּשט אין דעם איז, ווען קענען כולם ויין אַן אַגודה אחת — בשעת דאָס איז „לעשות רצונך". אויב אָבער דער צוועק פון דער אַגודה איז צוליב אַנדערע זאַכן, אַפילו צוליב דברים המותרים, איז דאָס ניט קיין אַגודה אחת, ווייל;

א) בעצם מהותם זיינען זיי באַזונדערע מענטשן. עס איז מער ניט וואָס צוליב אַ געוויסן ענין האָבן זיי זיך פאַרבונדן מיט געוויסע כחות ועניני הנפש וועלכע עס פאָדערן זיך צו דורכפירן דעם צוועק פון דער אַגודה. אָבער אין די איבעריקע כחות זייערע, ומכל שכן אין זייער עצם, האָבן זיי קיין שייכות ניט צווישן זיך.

ב) אַפילו אין דעם ענין פּרטי גופא, זיינען זיי אויך ניט פאַרבונדן מיט אַן אמת. וואָרום וויבאַלד אַז בכללות מציאותם זיינען זיי באַזונדערע מענטשן, במילא איז אויך אין דעם ענין פּרטי, איז דער טוט דאָס מצד זיין מציאות און זיינע הרגשים, און דער צווייטער טוט דאָס מצד זיין מציאות און זיינע הרגשים, עס איז מער ניט וואָס בתיצוניות לגבי פּועל ממש טוען זיי די זעלבע זאַך.

— וואָס דאָס איז דער פּשט פון דעם לשון*)), מחלוקת קורח וכל עדתו, אַז קורח ועדתו גופא זיינען געווען מחולק. כאָטש זיי זיינען געווען בעצה ודיעה אחת, פונדעסטוועגן זיינען זיי געווען מחולק, וואָרום יעדער איינער איז אין דעם געווען אויסן זיין אייגענע מציאות —

ג) אַפילו דער חיצוניות'דיקער ענין איז אויך ניט קיין דבר של קיימא. וואָרום וויבאַלד אַז ביי די חברי האגודה איז פאַרבליבן אייגענע ענינים און אייגענע מציאות וואָס שטייען העכער פון דער אַגודה, במילא איז בשעת דאָס וועט שטערן צו זייער מציאות, וועלן זיי זיך אָפּטיילן איינער פון דעם אַנדערן און עס וועט ווערן אויס איגוד אַפילו בחיצוניות.

437וכמו שראינו במוחש בכמה וכמה איגודים וועלכע האָבן אויסגעקוקט ווי שטאַרקע אגודות, און צום סוף, האָבן זיי ניט געקענט דורכקומען צווישן זיך, די איגודים זיינען זיך צעפאַלן, און עס איז פון זיי גאָרנישט געבליבן.

דערפאַר בשעת מען וויל מאַכן אַן איגוד צוליב אַ צוועק פון דברי הרשות, איז די עצה טובה בכדי דער איגוד זאָל זיך האַלטן: מען זאָל אַריינמישן אין דעם איגוד אַן ענין פון תורה ומצוות אַלס אַ יסוד אין דעם איגוד, וואָס דורך דעם וועט דאָס זיין אַן איגוד של קיימא אויך אין דעם ענין הרשות.

ז. דאָס איז אויך אַן ענטפער אויף דעם, וואָס אידן בכלל זיינען אַ כבשה אחת בין ע' זאבים והיא משתמרתט) ; ווייל די ע' זאבים איז יעדער פון זיי אַ באַזונדער מציאות, אָבער אידן זיינען אַלע צוזאַמען, האָבן זיי דעריבער אַ גרויסן כוח. און אַזוי איז אויך בנוגע אידן גופא, אַז אין דעם צד שכנגד איז ניט נאָר וואָס זיי האָבן ניט קיין רוב, נאָר אַפילו צוויי מענטשן האָבן זיי אויך ניט, יעדערער איז אַ באַזונדער מציאות, אָבער שומרי תורה ומצוות, איז אַפילו אויב ער איז נאָר איינער במחנו, האָט ער צו זיך אַלע אידן וואָס זיינען געווען פון מתן תורה אָן, אַ כוח פון אַ גרויסער מחנה אויף לוחם זיין פאַר דער תורה.

ח. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון לעיני כל ישראל מיט דעם וואָס מען לייענט נאָך דעם — בראשית ברא (וואָס באַלד ווי מען ענדיקט די תורה פאַנגט מען דאָך איר אָן נאָכאַמאָל פון אָנהויב), אַזוי אויך מיט דעם וואָס מען לייענט פאַר דעם, בהתחלת הפרשה — וזאת הברכה.

דער ענין פון בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, איז, אַז אַ איד דאַרף וויסן אַז את השמים — ענינים רוחניים, ואת הארץ — ענינים גשמיים, ברא אלקים. ער זאָל ניט טראַכטן אַז כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, נאָר ער דאַרף וויסן אַז קיין אייגענע האָט ער גאָרניט, אַלץ וואָס ער פאַרמאָגט. זיינע גשמיות מיט זיינע רוחניות, האָט ער דאָס פון דעם וואָס דער אויבערשטער איז מהוה בכל רגע ורגעי) די כללות הבריאה און אויך די השפּעה צו אים בפרט.

דער רמז אין וזאת הברכה אשר ברך משה איז;

משה רבנו איז דער רועה ישראל. ער איז זייער מדריך זיי זאָלן זיך אויפפירן בכל הנהגותיהם כדבעי, און דורך אים איז מען זיי משפּיע כל הצטרכותיהם.

וכמאמר רז"ליא), ירידת המן הי' בזכותו של משה. אויך די ענני הכבוד שהיו בזכותו של אהרן ובארה של מרים איז כשנסתלקו אהרן ומרים חזרו בזכותו של משהיב). און באמת איז אויך פריער געווען די השפּעה פון משה רבנו, מער ניט וואָס עס איז דורכגעגאַנגען דורך אהרן ומרים.

438וויילע דער ענין פון אַ רועה ישראל איז אַז ער פאַרזאָרגט אידן מיט אַלץ וואָס זיי דאַרפן סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות.

אָבער בכדי צו מקבל זיין די השפּעה פון משה רבנו רועה ישראל ואתפשטותי' שבכל דרא ודרא 28)), דאַרף מען שטיין בביטול והתקשרות צו אים. מען דאַרף זיין איבערגעגעבן אַזוי ווי צאן צום רועה, צאן האָבן *) ניט קיינע אייגענע רצונות, זיי גייען וואוהין דער רועה פירט זיי. ובשעת מען האָט ניט קיין אייגענע רצונות, ניט אין ענינים ארציים, ניט אין ענינים שמיימים, נאָר מען איז איבערגעגעבן אינגאַנצן צו משה'ן, דעמאָלט איז מען אַ כלי מקבל זיין די ברכה פון וזאת הברכה אשר ברך משה גו' ממגד שמים — ענינים רוחניים, ומתהום רובצת תחת — ענינים גשמיים.

ט. און דאָס איז די שייכות פון בראשית ברא מיט וזאת הברכה צו לעיני כל ישראל, וואָרום לויט ווי געזאָגט פריער*1)), אַז בכדי מען זאָל האַלטן מיט אַן אמת ביי אַהבת ישראל — כל ישראל — איז דאָס דורך דעם וואָס מען גייט אַרויס פון זיך,

במילא איז בשעת אַז ביי אים לייגט זיך אָפּ דער אמת אַז קיין אייגענע האָט ער גאָרניט נאָר אַלץ וואָס ער האָט איז דעם אויבערשטנס וואָס ער איז מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית — בראשית ברא גו', — ומצד דעם גיט ער זיך איבער צו משה'ן ואתפשטותא דילי' — וזאת הברכה גו' — דעמאָלט גייט ער אַרויס פון זיין מציאות, ער איז ניט קיין מציאות פאַר זיך, ער איז אַ חלק פון כלל ישראל — כל ישראל.

י. די שייכות פון לעיני כל ישראל מיט בראשית ברא איז אַ צווייענדיקע. אַזוי ווי דער בראשית ברא גיט כוח אין דער עבודה פון כל ישראל כנ"ל, אַזוי אויך איז דער כל ישראל אָן הכנה צום בראשית ברא.

שמחת תורה דאַרף יעדער איד ענדיקן די תורה און אָנהויבן לערנען איר נאָכאַמאָל פון דאָס ניי און אין אַ העכערן אופןיח). איז בשעת אַ איד באַטראַכט זיך אין זיין מעמד ומצב במשך שנה העברה, קען ער טראַכטן ביי זיך; איך בין נאָך גאָר ולחלוטין ניט פאַרטיק, איז ווי בין איך שייך דערצו?

אויף דעם גיט מען אים אַן עצה — כל ישראל. אויב אַלס פּרט קען ער אַליין ניט אָפּלערנען די גאַנצע תורה און מקיים זיין איר, זאָל ער זיך כולל זיין מיט אַנדערע אידן, מחזיק זיין לומדי תורה, וואָס דורך דעם וועט ער האָבן אַ חלק אין דעם לימוד התורה פון די אידן וועלכע ער שטיצט.

וכמאמר רז"ל און אַזוי איז אויך דער דיןי), אַז דורך דעם וואָס זבולון שטיצט ישכר'ן האָט ער אַ חלק אין דער תורה וואָס ישכר לערנט.

439יא. דאָס איז דאָך אַלץ אויב מצד זיינע טרדות האָט ער ניט קיין צייט צו לערנען און ער איז יוצא מיט פּרק אחד שחרית ופּרק אחד ערבית, אָבער ווי איז אַז אויך אין זיין ליידיקער צייט האָט ער ניט געלערנט?

פונדעסטוועגן זאָל ער ניט מיואש ווערן ביי זיך. וואָרום די רביים זאָגן, אַז שמחת תורה דורכן קו השמחה קען מען אויפטאָן דעם זעלבן ענין וואָס ראש השנה ויום כיפּורים בקו המרירות. ד. ה. אַז אַפילו בשעת עס איז דורכגעגאַנגען חודש אלול, ימי הסליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה און יום כיפּורים, און אַפילו יום כיפּור צו נעילה האָט ער אויך ניט תשובה געטאָן רחמנא ליצלן, פונדעסטוועגן איז בשעת עס קומט שמחת תורה קען ער טאָן תשובה בקו השמחה. און — לעיני כל ישראל, כולל זיין זיך מיט אידן, וואָס דאָס קומט מצד גילוי עצם הנשמה, שהנשמות מתאימות, וואָס מצד דעם קומט די אמת'ע אַהבת ישראליח). און אַזוי ווי די עצם הנשמה איז דאָך אַלעמאָל גאַנץ, איז מצד דעם האָט ער אַלעמאָל בכוח צו אָנהויבן נאָכאַמאָל די תורה פון אָנפאַנג, און אין אַ העכערן אופן.

יב. דאָס איז דאָך מער ניט ווי די שייכות פון לעיני כל ישראל צו בראשית ברא אַלס אַן אָנהויב פון תורה, אַז דורך לעיני כל ישראל האָט מען בכוח צו אָנהויבן נאָכאַמאָל די תורה פון דאָס ניי. אָבער וואָס איז די שייכות צום ענין פון „בראשית ברא" בפרט?

דער ענין אין דעם איז;

ברא איז מלשון גילוייט). בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ מיינט: „בראשית" דער ראשית העבודה איז, „ברא", מגלה זיין דעם „אלקים" וואָס געפינט זיך אין „את השמים", שמים וכל צבאם, און אין „ואת הארץ", הארץ וכל צבאה.

אין אַלע נבראים, סיי אין צבא השמים, סיי אין צבא הארץ, איז דאָ דער כח וחיות אלקי וועלכער איז זיי מהוה, מחי' ומקיים בכל רגע ורגע, און דאָס — דער חיות אלקי — איז דער גאַנצער מציאות פון דעם נברא, עס איז מער ניט וואָס דער חיות איז בהעלם, און דער נברא זעט זיך אָן פאַר אַ מציאות פאַר זיך. און דאָס איז ראשית העבודה, צו אויפטאָן אַז דער חיות אלקי זאָל זיין בגילוי — ברא.

אַזוי ווי אין יעדער נברא איז דאָ דער אלקות וואָס אין אים, נאָר ער איז בהעלם, אַזוי איז אויך ובמכל שכן ביי יעדער אידן דאָ דער אלקות וואָס אין אים. דאָס איז דער נפש האלקית, חלק אלקה ממעל ממש*1)), וואָס אין אים. עס איז מער ניט וואָס מצד דער התלבשות הנשמה בגוף ונפש הבהמית קען זיין אַז דער גוף ונפש הבהמית זאָלן מעלים ומסתיר זיין אויפן אור הנשמה, ביז אַז לפעמים קענען זיי גאָר לוחם זיין מיט איר.

אויף דעם דאַרף זיין דער בראשית ברא אלקים ביי זיך אַליין. מגלה זיין די נשמה וואָס אין אים, זי זאָל אַרויסגיין ממאסר הגוף ונפש

440הבהמית און זי זאָל נתגלה ווערן אלקים וואָס ביי זיך, קען ער מגלה

כמו שהיא, ניט נאָר אי הגלויים נאָר אויך די עצ וואָס זי איז פאַרבונדן מי וואָס דער סימן אויף ג הנשמה איז דער ואהבת ל לעיני כל ישראל, כנ"ל.

און דורך דעם ברא אירע כחות זיין דעם אלקות אויך אין כללות צם הנשמה העולם, אין צבא השמים און אין ניט עצמות, צבא הארץ, אַז אין יעדער זאַך זאָל גילוי עצם זיך אָנהערן בגילוי אַז איר גאַנלרעך כמוך, צער מציאות איז נאָר אלקות און

אין עוד מלבדו.

(משיחת ליל שמח"ת, תשח"י)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fk7sqtmd

עותקים

פעילות אחרונה

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות