לקוטי שיחות
ר"ה
406בכדי ער זאָל קענען פאַרדינען, און צוליב דעם האָט ער אַפּגעלאָזן דעם ענין פון תפלה, און דערצו נאָך — דעם צמח צדק'ס תפלה, וואָס תפלה איז שעת מוחין דגדלות למעלה און אויך למטהכז), און עס ווערט דערקלערט אין אגרת הקדשכח) די מעלה פון תפלה אויף תורה, — אַז תפלה פּועל'ט אַ שינוי אין גשמיות, רופא חולים ומברך השנים, איז דורך דעם וואָס ער האָט דאָס אָפּגעלאָזן צוליב טאָן אַ אידן אַ טובה אין גשמיות, האָט ער זוכה געווען צו זען דעם אַלטן רבי'ן.
אַזוי ווי עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס זייער מעלה איז אין צוויי ענינים, א) זיי האָבן וואָס צו געבן. ב) מעלת המרץ. איז זאָלן זיי גיין ראש השנה אין די שולן צו מעורר זיין אידן.
ראש השנה איז דאָך צוויי טעג, וואָס יעדער איינער פון זיי האָט אַ מעלה. דעם ערשטן טאָג ראש השנה
א. די משנה זאָגט אויף ראש השנה, אַז מצות היום בשופרב).
עס איז פאַראַן אַ משל פון מורנו הבעל שם טובב) אויף דעם ענין פון איז דינא קשיא און דעם צווייטן טאָג — דינא רפיא. דער ערשטער טאָג איז מדאורייתא און דער צווייטער טאָג מדרבנן. און וויבאַלד אַז חמורים דברי סופרים האָט דאָך יעדער טאָג אַ מעלה אויפן צווייטן, ומשלימים זה את זה, ביז זיי ווערן יומא אריכתאכח), במילא זאָל מען גיין ביידע טעג.
קען מען דאָך טענה'ן, אַז איך האָב אַזאַ פאַרפּלאָנטערטן חשבון פון אַ גאַנץ יאָר, איך ווייס ניט וואָס איז פון יצר טוב און וואָס איז פון יצר הרע, און איצטער האָט מען מיר געגעבן פערציק טעג ימי רצון איך זאָל זיך קענען עפּעס פאַנאַנדעררעכענען, איז ווי זאָל איך אָפּגעבן אַזאַ צייט אַן אַנדערן — זאָגט מען אים אַז מתנות לאביונים איז איש לרעהו. דורך דעם וואָס ער וועט גיין מעורר זיין יענעם — וועט צוקומען אויך אים.
שופר, אַז דאָס איז אַזוי ווי אַ בן שצועק אבא אבא הצילני (אַ קינד וואָס שרייט טאַטע, טאַטע, ראַטעווע מיר).
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט בשם פון די פריערדיקע רביים, אַז מען האָט אַמאָל אַרויסגעשיקט זאָגן דעם עולם אין בית המדרש, אַז דער406עיקר איז ניט אַזוי דער אבא אבא הצילני, נאָר דער צועק.
דער פּירוש איז; עס זיינען דאָך דאָ אין דעם צוויי ענינים; א) די צעקה אַליין, ב) דער תוכן וואָס מען לייגט אַריין אין דער צעקה. איז דער עיקר ניט דער תוכן וואָס מען לייגט אַריין אין דער צעקה, נאָר די צעקה (געשריי) גופא8)).
אין דעם תוכן וואָס מען לייגט אַריין אין דער צעקה, זיינען ניט אַלע גלייך, אָבער אין דער צעקה אַליין, דאָס איז דאָך שייך צו יעדן אידן. יעדער איד איז צועק, בקלא פּנימאה דאשתמע אָדער בקלא פּנימאה דלא אישתמע, אָבער בנפשו פּנימה איז ער דאָך צועק.
און דאָס איז דער ענין התקיעות, און דאָס ווערט נתקבל למעלה.
ווי עס איז פאַראַן דער משל פון הרה"ק הר"ר לוי יצחק באַרדיטשעווער, אַז אַ קינד האָט געוואָלט אַן עפּל און דער טאַטע האָט אים ניט געוואָלט געבן, האָט דער קינד געמאַכט אויף גיך אַ ברכה, האָט שוין דער טאַטע געמוזט אים געבן דעם עפּל.
וואָס דאָס איז דאָך בשעת דער טאַטע וויל ניט געבן, ומכל שכן אַז דער טאַטע וויל אים געבן און דאָס ניט געבן איז מער ניט ווי אויסצופּרואוון דעם קינדס קלוגשאַפט, איז דאָך אַודאי אַזוי.
למעלה איז דאָך, אַז דער אויבערשטער וויל געבן, ווי עס ברענגט זיך דער לשון)); יותר ממה שעגל רוצה לינק כו', אַזוי שטייט אויך דער לשון אויף למעלה: למעשה ידיך תכסוף8)), אַז דער אויבערשטער וויל מען זאָל אים דינען.
בשעת אידן מאַכן אַ ברכה שומע תרועת עמו ישראל, און ברחמים, וואָס על פּי דין איז דאָך ספק ברכות להקל8)), איז אויב די אַנשי כנסת הגדולה האָבן אָפּגע'פּסק'נט אַז מען דאַרף מאַכן די ברכה, האָבן זיי ממילא אָפּגע'פּסק'נט, אַז דער אויבערשטער איז מקבל תרועת עמו ישראל — די צעקה פון אידן, וואָס דאָס איז דער ענין התקיעות — ברחמים.
מצד דעם וואָס דער אויבערשטער איז מקבל תרועת עמו ישראל ברחמים, ווערט נמשך צו אַלע אידן, צו יעדן איינעם און איינע, אין אַלע ענינים וואָס זיי דאַרפן, סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות בבני חיי ומזוני.
און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער גיט עס מידו המלאה הפּתוחה הקדושה והרחבה, במילא זיינען די בני חיי ומזוני וואָס ווערן נמשך — רויחי.
וואָס דאָס אַלץ ווערט נכלל אין דעם לשון לשנה טובה ומתוקה און קומט אַראָפּ אין גשמיות למטה מעשרה טפחים בטוב הנראה והנגלה.
ב. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט זייער געהאַלטן פון קיצורים.
דער קיצור און נקודת התמצית פון די גאַנצע אַכט און פערציק שעה פון ראש השנה איז צוויי נקודות; אַ נקודה למטה און אַ נקודה למעלה.
407די נקודה למטה איז אַז אַ איד איז זיך משעבד צום אויבערשטן מיט אַ קבלת עול מצד דעם ענין המלכות, און די נקודה למעלה איז וואָס דער אויבערשטער איז זיך, כביכול, משע־
בד צו אידן און זאָגט 7)), ונתתי גשמיכם בעתם גו', מיט אַלע ענינים וואָס שטייען אין דער פּרשה.