English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות כב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

581שלח

א. צווישן די רייד וואָס אידן האָבן גע'טענה'ט דורך דיבת המרגלים, איז געווען די טענה; נשינו וטפּינו יהיו לבז. אַזוי אויך אין דעם ענטפער וואָס דער אויבערשטער האָט געענטפערט אויף זייערע טענות איז געווען; וטפכם אשר אמרתם לבז יהי' גו' (ומוסיף) והם יירשוהא).

איז ניט מובן; די מרגלים האָבן דאָך ניט געמיינט דוקא די טף אַליין, נאָר סיי די בנים גדולים סיי די קטנים, אַז אַלע וועלן זיין לבז, איז פאַרוואָס האָט מען אָנגעכאַפּט טף

דוקא, און ניט „בנים" וכיוצא בזה, וואָס איז כולל קליינע און גרויסע?

אין פּשטות קען מען מסביר זיין, אַזוי ווי זיי האָבן דאָך געמיינט צו אָנשרעקן די אידן אַמשטאַרקסטן, האָבן זיי אַזוי גערעדט ביז זיי האָבן דערמאָנט טף, וואָס צו קליינע קינדער איז די אהבה מערער בגילוי, און דער רחמנות איז אויף זיי מערער.

— דערפאַר זעט מען דאָך אויך, אַז די אהבה פון אויבערשטן צו אידן איז אויך געקומען מצד דעם וואָס כי נער ישראל, וואָס דערפאַר איז, ואוהבהו —

דאָס איז דאָך אָבער אַ ביאור מער ניט ווי אויף דער טענה. פאַרוואָס582אָבער געפינט מען אויך אין דעם אויבערשטנס ענטפער, אַז ער האָט אויך דערמאָנט ביחוד טף, און ער זאָגט אויף זיי (אויף די טף) דוקא, והבאתי אותם, והם יירשוה, איז דאָך אַ ראי' אַז זיי — טף — זיינען שייך מערער צו דער ירושה און כניסה לארץ.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין, על פּי מה שאמרו רז"לב) אַז אַ תינוק איז מפרר יותר ממה שאוכל. וואָס דערפאַר שטייט די מעלה פון יוסף'ן אַז ער האָט געגעבן לחם לפי הטף, ווייל טף דאַרף מען געבן מערער, אויך אויף צו מפרר זיין.

לחם — ברוחניות — גייט בכלל אויף תורה. וואָס תורה ומצוות זיינען מאכל ומשתה)). און אין דעם איז דאָ אַ נפקא מינה צווישן גדולים בדעת און טף, קטנים בדעת. ביי גדולים בדעת גייט אַוועק רוב זמנם ורוב כחותיהם, אויף תורה ומצוות, און די תורה ומצוות אַליין זיינען כדבעי, מה שאין כן ביי קטנים בדעת, איז לבד זאת, אַז רוב הזמן ורוב הכוחות גייען אַוועק אויף אַנדערע ענינים, לבד זאת, איז אַפילו די תורה ומצוות אַליין אויך מיט פניות.

מפרר יותר ממה שאוכל. די תורה ומצוות וואָס זיי טוען, צעברעקלט זיך דאָס ביי זיי, מערער וויפל עס גייט אַריין בפּנימיותם. וואָרום דאָס וואָס עס גייט אַריין אין אַ פּנימיות, ונעשה מזון ולבוש להנשמה האלקית, איז דאָס בשעת קיום התורה ומצוות איז לשמה). און ביי טף (בדעת) איז דאָס אַ חלק מועט, רוב התורה ומצוות זייערע זיינען מיט פּניות.

ג. און דאָס איז געווען די טענה בעצת המרגלים, מען זאָל ניט אַריינגיין קיין ארץ ישראל, נאָר בלייבן בעסער אין מדבר, ווייל אין מדבר איז אַלץ געווען ענינים אין איידלקייט ורוחניות כנ"ל בארוכה, בארץ ישראל אָבער וואָס מען האָט צו טאָן מיט דברים גשמיים, וועט דאָך אַוועקגיין רוב הזמן אויף גשמיות, און אַפילו די ביסל צייט וואָס מען וועט זיך עוסק זיין בתורה ומצוות, וועט אויך אַ חלק גדול, זיין מיט פּניות — עס וועט זיך צעברעקלען.

אויף דעם האָט דער אויבערשטער געענטפערט, וטפּכם אשר אמרתם לבז יהי', זיי דוקא והבאתי והם יירשוה, ניט דער דור המדבר, דור דיעה, נאָר דוקא די טף, די וואָס האָבן צו טאָן מיט ענינים גשמיים, ואף על פּי כן זיינען זיי זיך כופה און זיינען מקיים תורה ומצוות, איז מצד מעלת הכפי', איז די ביסעלע וואָס זיי וועלן טאָן, איז טייערער פון דער עבודה פון דור המדבר, וויבאַלד עס פעלט דאָרטן מעלת האתכפיא, ועל דרך שנתבאר לעיל בענין מעלת עבודת הבירורים.

ד. ס'איז דאָך אין מקרא יוצא מידי פּשוטו — ווייל די אַלע פּירושים פון סוד דרוש ורמז, קומען שפּעטער בהשתלשלות און ווערן פּשט — איז דאָך פּירוש הפּשוט, אַז טף גייט דאָס אויף קינדער.

583און אין דעם לימוד התורה פון קינדער, תינוקות של בית רבן, איז אויך די מעלה לגבי דעם לימוד פון גרויסע, על דרך הנ"ל בענין טף ברוחניות, אַז ניט קוקנדיק אַז זייער לימוד בגלוי איז דאָך אין אַ נידעריקערן אופן, פונדעסטוועגן איז דאָס בכמה ענינים טייערער ביי דעם אויבערשטן ווי דער לימוד פון גרויסע.

ביז אַז ער זאָגט אין מדרש) על פּסוק ודגלו עלי אהבה, ודילוגו עלי אהבה תינוק שמדלג על גבי האזכרה. איז ניט קוקנדיק וואָס מדלג על גבי האזכרה, פונדעסטוועגן רופט דאָס אַרויס אַהבה ביי דעם אויבערשטן, וויילע דאָס קומט מצד אהבה, היינו מצד זייער אהבה צום אויבערשטן, וואָס דערפאַר איז אויך למעלה רופט דאָס אַרויס אהבה.

ומצד דער אהבה שלמעלה צו תינוקות של בית רבן, זאָגט דאָך דער אויבערשטער, אַז דער גאַנצער ענין פון מתן תורה וואָס ער האָט געגעבן צו כלל ישראל, איז דאָס צוליב די תינוקות, בנינו ערבים בעדינו.

און דערפאַר איז אויך דער דין אין מבטלין תינוקות של בית רבן אפילו לבנין בית המקדש. ניט קוקנדיק אויף גודל הענין שבבנין בית המקדש, וואָס דאָס דערלאַנגט אין עצם התענוג, פונדעסטוועגן איז לימוד תשב"ר נאָך העכער.

ה. און דאָס איז אויך איינער פון די ענינים עיקריים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט י"ב תמוז, יום הגאולה של כ"ק מו"ח אדמו"ר

— היינט איז דאָך שבת מברכים תמוז, וואָס פון דעם טאָג ווערן געבענטשט אַלע ענינים שבחודש זה, ובפרט די ענינים המבורכים שבהחודש —

וואָס ער האָט זיך מוסר נפש געווען צוליב חיזוק והפצת היהדות, און געשטאַנען בכל תוקף כנגד הלוחמים על ה' ועל משיחו, איז דאָך איינע פון די עיקר זאַכן אויף וועלכע דער רבי האָט זיך משתדל געווען ביחוד איז געווען — לימוד תשב"ר. און ווי דער רבי האָט גערעדטז) אין יענע זמנים כמה פּעמים דעם ביאור הפּסוק מפּי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם, אַז מפּי עוללים ויונקים דוקא, פון תינוקות של בית רבן, פון זיי דוקא קומט דער כוח אויף צעשטערן און צ־ניט־מאַכן אַלע אויבים וואָס שטערן אידן און אידישקייט. פון תינוקות של בית רבן דוקא קומט די הצלה לכללות ישראל.

און אַזוי ווי ס'איז געווען בימי מרדכי ואסתר, אַז בשעת דער אויבערשטער האָט געהערט דעם קול גדיא, דעם קול פון די תינוקות של בית רבן, דאָס האָט אויפגעטאָן די התעוררות רחמים רבים שלמעלה, און געבראַכט די ישועה וגאולה לכל ישראל *א.

(משיחת ש"פ שלח, תשכ"א)

584ו. די) מצוה פון חלה איז — מען זאָל נעמען אַ שטיקל טייג, אָפּשיידן אים און אַוועקגעבן צום כהן. די גאַנצע טייג בלייבט חולין און די שטיקל טייג ווערט קודש. מען דאַרף דאָס עסן בטהרה ולכהנים דוקא.

אין פלוג דאַרף מען פאַרשטיין, אויף תורה שטייט דאָך דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלוםח). נאָך מערער ברענגט דער רמב"ם), אַז דער גאַנצער ענין שניתנה תורה איז צוליב מאַכן שלום אין וועלט, היינט ווי קומט עס אַז תורה זאָל מאַכן אַ פּירוד, נעמען אַ שטיקל טייג און אָפּשיידן עס פון די איבעריקע, אַז די גאַנצע טייג בלייבט חולין און דער שטיקל טייג ווערט קודש?

נאָר דער ענין איז:

עס שטייט אין מדרשי), אַז מצות חלה ניתנה לנשים בכדי מתקן זיין דעם חטא עץ הדעת וואָס איז געקומען דורך חוה'ן, היא קלקלה חלתו של עולם — אדם הראשון ווערט אָנגערופן חלתו של עולם — איז דורך מצות חלה איז זי מתקן דעם חטא.

ז. חטא עץ הדעת איז געקומען דורכן נחש שקינא בכבודו של אדם. ווי אַזוי איז געקומען דער חטא, דורך דעם וואָס מען האָט צוגעלייגט אַן ענין וואָס דער אויבערשטער האָט ניט געהייסן 221)). דער אויבערשטער האָט געזאָגט מען זאָל ניט עסן פון עץ הדעת און דורך דעם וואָס מען האָט צוגעלייגט, מען זאָל אים אויך ניט אָנרירן, איז אַרויסגעקומען דער חטא.

ולכאורה איז ניט מובן, תורה אַליין זאָגט דאָך עשו משמרת למשמרתייח), עשו סיג לתורה *יב), וואָס דאָס זיינען דאָך די אַלע גדרים וסייגים וואָס די רבנן האָבן געמאַכט, און כמבואר אין רמב"םיח) איז דאָס מן התורה, ווייל אין תורה שטייט לא תסור וגו'.

— און די חילוקי דינים וואָס זיינען פאַראַן צווישן דאורייתא און דרבנן, איז דאָס ווייל די תורה האָט אַזוי געוואָלט, אַז אַ דאורייתא ספיקו לחומרא, און דאָס זאָל זיין מדרבנן וספיקו לקולא, —

און עס ברענגט זיך בשם ספרי מוסר, אַז מען דאַרף זיך אָפּהיטן אין מאה שערים פון היתר, בכדי ניט צוקומען צו איין שער פון איסור.

איז אין פלוג פאַרוואָס האָט ניט געטויגט דאָס וואָס מען האָט צוגעלייגט דעם „ולא תגעו בו", אַזוי דאַרף דאָך זיין דער סדר?

ח. נאָר דער ענין איז, עס איז דאָ אַ נפקא מינה, ווער עס מאַכט די גזירה און וואו מען מאַכט זי;

ווען אָדם הראשון איז געווען אין גן עדן, וואָס גן עדן איז ניט סובל קיין רע,

585דערפאַר איז דאָך לאחר החטא האָט מען אדם הראשון'ען אַרויסגעטריבן פון גן עדן, ווייל אין גן עדן קען קיין רע ניט זיין.

אָדם הראשון ווען ער איז געווען אין גן עדן האָט ניט געהאַט קיין שייכות צו רע און איז געווען אַ מרכבה צו אלקות, על דרך ווי עס שטייט אויף די אָבות24)), אַז זיי זיינען געווען אַ מרכבה, שכל עניניהם זיינען געווען קדושה.

אַ מרכבה — אַלץ וואָס זי טוט איז דאָס נאָר כפי רצון הרוכב.

במילא דאַרף מען דאָרט ניט מאַכן קיין גדרים וסיגים, וואָרום עס איז ניטאָ קיין חשש מען זאָל נכשל ווערן.

ואדרבא, ניט נאָר וואָס די גדרים וסיגים זיינען איבעריק, נאָר דאָס איז גאָר אַ חסרון.

וואָרום דער וואָס איז אַ מרכבה צו אלקות, אַז כל עשיותיו זיינען קדושה און בשעת ער טוט אַן ענין איז ער דאָס מעלה, איז דורך דעם וואָס מען איז מונע אַן ענין, איז מען מונע די עלי' פון דעם ענין.

ועל דרך ווי עס שטייט אין ירושלמייח) אַז אַן אמורא האָט געזאָגט אַז מען וועט אָפּגעבן אַ דין וחשבון אויף אַ זאַך וואָס ער האָט געקענט עסן און ער האָט עס ניט געטאָן.

דער וואָס איז אַ מרכבה צו אלקות וכל עשיותיו זיינען קדושה, איז יעדער ענין וואָס ער טוט פּועל'ט ער אין דעם אַן עלי'.

ובמילא איז קיין סתירה ניט דער ענין פון עשו משמרת למשמרתי צו דעם ענין פון ולא תגעו בו ביי עץ הדעת וואָס האָט ניט געטויגט.

דאָרטן וואו מען דאַרף האָבן גדרים וסיגים איז דאָס אַ מעלה,

דאָרטן וואו מען דאַרף עס ניט — קען דאָס זיין אַמאָל אַ חסרון.

וכלשון רז"ל אין דעם ולא תגעו בו — שכל המוסיף גורע.

ט. אויף מתקן זיין דעם חטא עץ הדעת וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דורך נוצן אַן ענין שלא במקומו, איז געגעבן געוואָרן מצות חלה.

דער ענין פון חלה איז וואָס מען איז מפריד איין שטיקל טייג פון דער צווייטער, אַז די גאַנצע טייג איז חולין און דער שטיקל טייג איז קדש און נאכל לכהנים ובטהרה דוקא.

הגם תורה איז דאָך שלום ואחדות,

— דער אַלטער רבי אין תניא פּרק ל"ב איז שטאַרק מאריך וועגן דעם ענין פון אהבת ישראל, און איז מבאר באריכות ווי דאָס איז דער יסוד כל התורה כולה, אויך אין מאמר ד"ה החלצו איז מען שטאַרק מאריך וועגן דעם חסרון פון פּירוד און ווי דאָס איז אַ מקור אויף אַלע מדות רעות, —

פונדעסטוועגן אַז איינער קומט צוגיין און שרייט: וואָס מיר שולחן ערוך, עס דאַרף זיין אַחדות — איז אַל תאמרו קשר גו'.

עס זיינען פאַראַן ענינים וואָס דער אמיתית האחדות איז דורך פּירוד דוקא. די חילוקים ביי אידן פון כהנים לוים וישראלים, איז דאָס ניט קיין ענין פון פּירוד חס ושלום, אדרבה — דאָס איז די אמת'ע אַחדות. די התחלקות פון עשר קדו־

586שות *יח), איז דאָס אַן ענין פון אַחדות.

און על דרך זה איז אויך במצות

חלה.

און דאָס איז די שייכות, וואָס

מצות חלה איז אַ תיקון אויף חטא

עץ הדעת. חטא עץ הדעת האָט זיך אָנגעהויבן דורך דעם וואָס מען האָט גענוצט אַן ענין שלא במקומו הראוי, איז דער תיקון אויף דעם — מצות חלה. אַמאָל איז פּירוד — אַ מצוה, און אַ מצוה וואָס דוקא זי איז מתקן אַ חטא כללי.

י. כהנים זיינען חלוק פון סתם אידן און צווישן כהנים גופא איז דער כהן גדול חלוק פון אַלע כהנים.

יום כיפּור פלעגט דער כהן גדול אַריינגיין אין קדשי קדשים און אַלע כהנים זיינען געבליבן מבחוץ און סתם אידן פלעגן אַפילו אין עזרת כהנים אויך ניט אַריינגיין.

אויף כהנים און שבט לוי בכלל, שטייטיח) יורו משפּטיך ליעקב ותורתך לישראל, וואָס בזמננו זה זיינען דאָס רבנים און מורי הוראה **1)).

דאַרף מען וויסן אַז רבנים זיינען אָפּגעטיילט. ניט יעדער איינער קען זיין אַ רב, אויף דעם פאָדערן זיך כמה תנאים.

יא. בשעת עס רעדט זיך וועגן אידן אַלס אידן — דאַרף מען אַלעמען מקרב זיין. בעת עס רעדט זיך אָבער וועגן רבנות, דעם כוח און טיטל רב, קען דאָך ניט יעדער איינער זיין אַ רב.

מען דאַרף אים גוט פאַרהערן, און

דער עיקר וואָס טוט זיך מיט ירא־

תו. אויב לא זכה — איז דאָך תורתו

נעשית לו כו'*).

אויב ער איז ניט מודה בכל התו־

רה כולה, איז אַפילו אין די דינים

וואָס ער האַלט פון זיי און איז זיי

מקיים, איז אַפילו אויף די דינים קען ער אויך קיין דיין ניט זיין, און טאָר קיין דיין ניט זיין.

אין הלכות דיינים אין חושן משפּט איז פאַראַן אַ דין ווער עס איז כשר צו זיין אַ דיין. און אויב ער איז אַזאַ וואָס זאָגט, שמועה זו נאה ושמועה זו אינה נאה, איז אַפילו אויף דער שמועה וואָס ער איז אין איר מודה, טאָר ער אויך ניט פּסק'נען. און ער חאָט דעם דין וואָס עס שטייט אין די לעצטע סימנים פון חושן משפּט, און ווי דער פּסק הרמב"םיח), אַז דער וואָס איז ניט מודה אַפילו מער ניט ווי אין איין וואָרט פון תורה איז ער אַ כופר בתורה.

און דער וואָס גיט סמיכה צו אַזעלכע רבנים זיי זאָלן ווערן מורי הוראה בישראל, איז הקולר תלוי בצוארו.

און די וואָס שטעלן זיי אַרויס פאַר רבנים בישראל ונציגי דת ישראל, בה בשעה אַז זיי זיינען כופרים בתורה, כפּסק הרמב"ם, עושין התורה פּלסתר, ח"ו.

יב. אַי — טענה'ט מען — אהבת ישראל איז אַ יסוד פון גאַנץ תורה, גאַנץ תורה איז אַן ענין פון שלום ואחדות, און דער אַלטער רבי איז שטאַרק מאריך אין דער מעלה פון587אחדות, היינט וואָס גייט מען דאָ מאַכן אַ מחלוקת ופּירוד?

אָבער דאָרט אין פּרק ל"ב פון תניא ברענגט ער דעם לשון המשנה*18) אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. דער דיוק הלשון איז — ומקרבן לתורה, ער איז מקרב די בריות צו תורה,

אָבער ניט חס ושלום אַרויסנעמען די תורה פון שולחן ערוך, צושניידן איר צו דער מאָס פון די בריות, און זיי זאָלן פּראַווען בעלהבית'שקייט און זאָגן שמועה זו נאה ושמועה זו אינה נאה.

און דער וואָס נעמט זיך אָן פאַר דער טענה ואהבת לרעך כמוך, פאַרקערט ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן, און ער איז מקנא לכבודו של פּלוני בן פּלוני,

איז דאָס ניט קיין ענין פון שלום ואחדות, נאָר אדרבה, ער פּועל'ט דערמיט אַ הירוס, ר"ל.

יג. דורך דער טענה פון אַחדות, אַז עס דאַרף ניט זיין קיין רבנישע מחיצה צווישן רבנים שומרי כל התורה ביז ראַבייס וועלכע פּסק'נען שמועה זו נאה וכו' שאָקלען זיי פאַנאַנדער אַלע מחיצות וואָס זיינען דאָ ביי אידן שומרי תורה ומצוה; די מחיצה אין שול פון עזרת אנשים ביז עזרת נשים, וכו' וכו' ביז דער מחיצה צווישן כשר פלייש מיט ניט כשר'ע, דעם להבדיל בין הטהור והטמא, ביז מען נעמט אַראָפּ די מחיצה, ר"ל, צווישן אידן און גויים, ביז, ח"ו, בניך ובנותיך נתונים לעם אחר.

לא תאמרון קשר לכל אשר יאמר העם הזה קשר48)), כאָטש אַפילו שבנא איז אויך מיט זיי.

מען דאַרף שטאַרקן די מחיצות פון ירושלים, ירא־שלםי), פאַרקערט פון דעת שבנאָ ומתיבתא דילי', און נאָר דאָס איז מציל די תינוקות וואָס חזקי' האָט מחנך געווען — פון סנחריב מלך אשור. דעמאָלט איז אין פּרץ ואין יוצאת ואין צוחה ברחובותינו, ניטאָ קיין תלמידים שהקדיחו תבשילם ברבים,

נאָר — אַשרי העם שככה לו אַשרי העם שהוי' אלקיו, וואָס דאָס גייט אויף דער גאולה העתידה, וכדרשת רז"ל אַז אויפן גלות שטייט צוואַנציק מאָל הוי און קעגן דעם איז פאַראַן צוואַנציק מאָל אַשרי, וואָס דאָס גייט אויף דער גאולה העתידהכא).

יד. און דאָס איז דער תוכן ענין חלה? עס איז פאַראַן אַמאָל אַז מען מוז מאַכן אַ הבדל, אַ מחיצה, און ניט טענה'ן די טענה פון אחדות. די אחדות פון אידן איז דוקא דורך דעם וואָס עס זיינען דאָ מחיצות פון כהנים מיט לויים וישראלים, פון רבנים מיט סתם אידן וכו',

דאָס איז ניט קיין ענין פון פּירוד, אדרבה, דאָס איז די אמת'ע אַחדות.

ער זאָגט אין יחזקאליא) אויף דער מצוה פון חלה, אַז דורך דעם דוקא וועט זיין להניח ברכה אל ביתך.588הגם עס שטייט דאָך לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום 28)), נאָר עס זיינען פאַראַן ענינים וואָס דורך דער התחלקות מחיצות דוקא, דורך דעם איז דער אמת'ער אחדות און שלום.

און דורך דעם איז דער להניח ברכה אל ביתך, ברכה אָן תוארים המגבילים, סיי אין רוחניות, סיי אין גשמיות.

(משיחת ש"פ שלח, תסט"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-hbp5sr7f

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות