לקוטי שיחות
הוספות - שיחות לה
646שמע"צ ושמח"ת
א. די קביעות פון שמיני עצרת און שמחת תורה איז די זעלבע קביעות ווי ראש השנה.
ראש השנה איז דאָך צוויי טעגא). מדאורייתא איז ראש השנה אַזוי ווי
יעדער יום טוב, בלויז איין טאָג, נאָר מצד סבות שונות איז אין647גלות פאַראַן צוויי טעג יום טוב, וואָס דאָס איז דער יום טוב שני של גליות. אָבער בראש השנה איז מצד סבות אויך אין ארץ ישראל פאַראַן צוויי טעג, און די קביעות פון שמיני עצרת ושמחת תורה איז די זעלבע ווי פון ביידע טעג ראש השנה.
ב. פון ראש השנה ביז שמיני עצרת איז איין און צוואַנציק טעג, וואָס דאָס איז דער זמן פון צמיחת שקדים, כידוע אַז דער קלענסטער זמן הצמיחה אין פּירות איז ביי שקדים, וואָס זייער זמן הצמיחה איז כ"א יוםב).
אין שקדים זיינען פאַראַן שקדים מרים און שקדים מתוקים, און דער זמן פון כ"א יום, וואָס דאָס איז דער זמן היותר מועט בצמיחה, ווייזט דאָס אויף מהירות ההמשכה, כמבואר בלקוטי תורה)), אַז דאָס איז דער ענין פון עד מהרה ירוץ דברו.
און דאָס זיינען די איין און צוואַנציק טעג פון ערשטן טאָג ר"ה ביז שמע"צ, דאָס ווייזט אויף דער מהירות ההמשכה, אַז די המשכה וואָס איז נמשך געוואָרן בראש השנה גייט זי במהירות אָן קיינע עיכובים און זי קומט אַראָפּ אין קליטה בשמע"צ.
ג. אַזוי ווי שמיני עצרת איז די זעלבע קביעות ווי דער ערשטער טאָג ר"ה וביניהם כ"א יום, אַזוי איז שמחת תורה די זעלבע קביעות ווי דער צווייטער טאָג ר"ה און עס איז דאָ איין און צוואַנציק טעג צווישן זיי.
דער ביאור הענין איז:
אין ערשטן טאָג ר"ה, דעמאָלט איז דאָך די כתיבה טובה, ד. ה. דעמאָלט איז די תחילת ההמשכה, און דאָס ווערט נמשך אין די כ"א יום ביז שמיני עצרת, וואָס איז די קליטה פון דער המשכה.
דעם צווייטן טאָג ר"ה איז שוין דעמאָלט די המשכה במוכן, פון דער כתיבה טובה פון ערשטן טאָג, און עס הויבט זיך אָן די קבלה. בכדי צו מקבל זיין דאַרף מען דאָך אָנקומען צו תורה, וואָס תורה איז דער כוס ישועות, די כל*) לקבלה, דערפאַר איז דער סיום פון די כ"א יום פון צווייטן טאָג ר"ה פאַרבונדן מיט שמחת תורה.
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט כמה פּעמים, אַז שמיני עצרת און שמחת תורה איז דער זעלבער ענין פון ראש השנה. נאָר דאָס וואָס ראש השנה נעמט מען בקו המרירות, נעמט מען בשמע"צ ושמח"ת בקו השמחה **)).
ד. היינטיקע נאַכט (ליל שמחת תורה) איז אַ ממוצע המחבר ביידע טעג — שמיני עצרת און שמחת תורה.
עס איז ידוע דער כלל, אַז היום הולך אחר הלילה) ובקדשים הלילה הולך אחר היום)). במילא האָט היינטיקע נאַכט אַ שייכות צו שמיני עצרת און שמחת תורה. צו שמיני עצרת מצד דעם ענין הקדשים דהלילה הולך אחר היום, און צו שמחת
648תורה מצד דעם סדר הבריאה דהיום הולך אַחר הלילה.
דער חילוק פון שמיני עצרת און שמחת תורה איז, וואָס שמיני עצרת איז מדאורייתא און ס'איז אויך פאַראַן אין ארץ ישראל, און שמחת תורה בפני עצמו איז מדרבנן, און איז נוהג נאָר אין חוץ לארץ.
ולכאורה איז ניט מובן;
ווי קומט עס אַז אין חוץ לארץ זאָל זיין נאָך אַ טאָג יום טוב וואָס אין ארץ ישראל איז ניטאָ. ארץ ישראל איז דאָך ארץ אשר עיני ה"א בה וגו' און עס איז דער פּלטין של מלך.
— וואָס דערפאַר דאַרף מען דאָך האָבן אַ זהירות יתירה צו זיין אין ארץ ישראל, און די וואָס קענען דאָס ניט אויספירן דאַרפן זיך מונע זיין פון צו פאָרן אין ארץ ישראלח). וואָרום וויבאַלד אַז ער געפינט זיך בהיכלו של מלך איז דאָרט יעדער ענין האַרבער ווי אין חוץ לארץ; א) פאַראַן כמה ענינים וואָס אין חוץ לארץ זיינען זיי ניט קיין חטא און אין ארץ ישראל איז דאָס יאָ אַ חטא.
ב) אין ארץ ישראל איז דער חטא מער נוגע, וואָרום ער איז מורד חס ושלום בפני המלך —
האָט דאָך ארץ ישראל מער שייכות צו קדושה, היינט ווי קומט עס, אַז דווקא אין חוץ לארץ איז פאַראַן נאָך אַ יום טוב, מקרא קודש, וואָס אין ארץ ישראל איז דאָס ניטאָ.
הגם עס שטייט אין מדרש, אַז דורך דעם וואָס מען היט אָפּ איין טאָג יום טוב אין ארץ ישראל האָט מען דעם זעלבן שכר ווי אין חוץ
לארץ צוויי טעג, דאָס איז אָבער בנוגע קבלת שכר, אָבער ניט דאָס איז דאָך דער עיקר המצוות והימים טובים בשביל קבלת שכר, דער עיקר המצוה איז דאָך וואָס מצוה איז מלשון צוותא וחיבור, אַז ער ווערט מחובר מיטן אויבערשטן, איז אין דעם קומט דאָך צו אַן ענין אין חוץ לארץ וואָס אין ארץ ישראל איז דאָס ניטאָ, וואָס אין חוץ לארץ קומט צו דער גילוי פון יום טוב שני של גליות.
נאָר דער ענין איז, אַז היא הנותנת, ווייל אין חוץ לארץ גייט דורך די השפּעה דורך די ע' שרים כידוע, איז דער חושך דאָ אַ גרעסערער, איז וואָס דער חושך איז גרעסער דאַרף מען האָבן מערער און אַ גרעסערן אור בכדי צו באַלייכטן דעם חושך.
דערפאַר האָט מען געגעבן אין חוץ לארץ אויך דעם גילוי פון יום טוב שני של גליות, וואָס דורך דעם קען מען באַלייכטן אויך דעם חושך פון חוץ לארץ, און מאַכן אויך פון חוץ לארץ ארץ ישראל.
ה. מען גייט באַלד צו הקפות, וואָס דער ערשטער פּסוק איז: אַתה הראת לדעת כי הוי' הוא האלקים אין עוד מלבדו. ופּירש כ"ק מו"ח אדמו"ר בשם אדמו"ר הזקן) אתה, דו, עצמות אין סוף ב"ה, הראת, האָסט זיך באַוויזן, לדעת, אַז מען זאָל דיך קענען וויסן, אַז הוי' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, אַז די גאַנצע וועלט איז מער ניט ווי אלקות.
649און דאָס מאָנט מען ביי יעדן אידן, ער זאָל וויסן אַז די גאַנצע וועלט איז קיין שום מציאות ניט, זי איז אַין ואפס, און דאָס וואָס זי איז פאַראַן, איז דאָס נאָר וואָס דער אויבערשטער איז זי שטענדיק מהוה מאין ליש, ובמילא איז כל מציאותה מער ניט ווי אלקות.
וואָס דערפאַר איז אויך בשעת מען געפינט זיך אין עניני עולם, דאַרף מען בשעת מעשה זיין משועבד צו אלקות, און אויך די ענינים גופא משעבד זיין צום אויבערשטן.
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט, אַז איינער אַ חסיד — ער איז געווען אַ גרויסער סוחר — האָט געמאַכט אַ חשבון אין מסחר, און נאָך דעם גאַנצן חשבון האָט זיך ביי אים אונטערגעשריבן אין סךהכל; אין עוד מלבדו.
צי מען פאַרשטייט יאָ אָדער מען פאַרשטייט ניט, אָבער בנוגע לפּועל דאַרף מען זיך פירן אַזוי. בכל דרכיך דעהו, מאַכן וועלט פאַר אַ כלי צו אלקות. אַ כלי צו פּרנסה דאַרף זיין אַ כלי טהורה, על פּי תורה. בנתינת צדקה דאַרף מען געבן כפי יכולתו ויותר מכפי יכולתו, וויסנדיק זיכער אַז די וועלט פירט דער אויבערשטער, און וויבאַלד אַז ער האָט געשריבן אין דער תורה, אַז לצדקה דאַרף מען געבן אַ חומש וארבע הידות יהיו לכם, איז בשעת אַ איד גיט צדקה, גיט אים דער אויבערשטער די ארבע הידות.
דאָס הייסט כפּשוטו; בשעת אַ איד איז מנדב אַ געוויסן סכום אויף צדקה וואָס ער זעט נאָך ניט דערווייל קיינע צנורות פון וואַנען ער זאָל נעמען דעם סכום, מאַכט שוין אויף דער אויבערשטער צנורות, ניט נאָר ער זאָל קענען קריגן דעם סכום שנדב, נאָר ער זאָל אויך האָבן די אַרבע הידות שיהיו לכם. איז אַ סוחר, וואָס קען אַביסל חשבון, וועט פאַרשטיין אַז עס לוינט זיך צו געבן וואָס אַ גרעסערן חומש, בכדי צו האָבן גרעסערע אַרבע הידות.
וואָס דאָס אַלץ קומט מצד דער ידיעה, אַז אין עוד מלבדו און הוי' הוא האלקים, טבע איז למעלה מהטבע, וועלט איז אַ כלי צו אלקות.
ו. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט, אַז שמיני עצרת ושמחת תורה איז דער זעלבער ענין ווי ראש השנה, נאָר בראש השנה איז דאָס בקו המרירות און בשמע"צ ושמח"ת איז דאָס בקו השמחה.
ראש השנה איז דאָך מצות היום בשופר. זאָגט אויף דעם דער רמב"םז), רמז יש בו, עורו ישנים משינתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם.
מיינט מען ניט דוקא שינה רוחנית כפּשוטה. מען מיינט אַפילו שינה בבחינה נעלית ביותר. ווי עס איז ידוע אַז בעת השינה איז די נשמה עולה למעלה ושואבת לה חיים*)), וואָס דאָס איז אַ מדריגה נעלית ביותר. דוקא ווען די נשמה איז בבחינת עלי' פון גוף, בעת השינה, דעמאָלט דוקא קען זי שואב זיין די חיים רוחניים. און ווי עס שטייט דער לשון אויף דעם, אַז בעת השינה ווען די נשמה איז עולה
650למעלה, טוט זיך דעמאָלט די נשמה אָפּלעבן.
איז הגם דאָס איז אַ מדריגה נעלית ביותר, פונדעסטוועגן זאָגט מען דערויף עורו ישנים משינתכם.
ווייל ניט דאָס איז די כוונה עליונה. די כוונה איז קיום התורה ומצוות למטה דווקא.
ז. וואָס דאָס איז על דרך ווי חז"ל זאָגן אויף אהרן הכהן, על פּסוק ויעש כן אַהרן, להגיד שבחו של אַהרן שלא שינה). פרעגט מען די קשיא, וואָס איז דאָס פאַר אַ שבח און מעלה אויף אַהרן'ען, שלא שינה?
נאָר דער ענין איז, אַהרן האָט געוואוסט די כוונות פון הדלקת הנרות, אַז עס זיינען פאַראַן ז' נרות כנגד ז' מדות וואָס זיינען פאַראַן ביי בני ישראל, פאַראַן אַזעלכע וועלכע זיינען בבחינת חסד און פאַראַן אַזעלכע וועלכע זיינען בבחינת גבורה וכו' און דורך דעם וואָס אַהרן האָט אָנגעצונדן די נרות פון מנורה האָט ער אָנגעצונדן אַלע נשמות ישראל, נר הוי' נשמת אדם, און ער האָט זיי מעלה געווען זיי זאָלן האָבן אהבה צו אלקות ביז אַז תהא שלהבת עולה מאלי'. מצד דעם וואָס אַהרן האָט געוואוסט און מכוון געווען אַלע כוונות און איז געווען אַריינגעטאָן אין זיי, האָט דאָך געקענט זיין די עשי' בפּועל דאָ למטה ניט מסודר;
פונדעסטוועגן איז אַלץ געווען כראוי. ער האָט אָנגעצונדן די מנורה, געוואַרט ביז די שלהבת עולה מאלי', און דאַן אַראָפּ פון די טרעפּ, אַלץ בסדר.
9) רש"י בשם הספרי, במדבר ח, ג.
און דאָס איז שבחו של אַהרן — שלא שינה. זייענדיק אין די העכסטע מדריגות האָט ער געטאָן דעם בפּועל ממש למטה ריכטיק, אַקוראַט ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן.
און דאָס איז אויך דער אָנזאָג, עורו ישנים משינתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם. עס זיינען פאַראַן מדריגות בשינה; שינה, תרדמה, וואָס דאָס מיינט מען אויך אין מדריגות נעלות, מכל מקום זאָגט ער עורו והקיצו, וואָרום ניט דאָס איז דער תכלית הכוונה, ווי ער זאָגט דאָרטן אין רמב"ם, אַשר לא יועיל ולא יציל, נאָר זכרו בוראכם, ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן — קיום המצוה בפּועל.
ח. דאָס איז אויך דער ענין וואָס ביום הכפּורים האָט מען געדאַרפט היטן דעם כהן גדול ער זאָל ניט אַנטשלאָפן ווערן10)). שינה איז דער ענין פון הנשמה עולה למעלה ושואבת לה חיים, דערפאַר איז שייך אַז ביי דעם כהן גדול כשר זאָל זיין שינה. פונדעסטוועגן האָט מען אים געהיט עס זאָל ניט זיין אַזוי, ווייל ניט דאָס איז תכלית הכוונה.
שמיני עצרת ושמחת תורה איז דער זעלבער ענין ווי ראש השנה, נאָר בקו השמחה, כנ"ל. דאַרף מען בשמחת תורה אויך זאָגן עורו ישנים משינתכם וכו', ואפילו ניט סתם שינה נאָר שינה במדריגה נעלית ביותר, איז אָבער ניט דאָס די כוונה, נאָר — מצות היום בשמחה, — פּשוט מען זאָל זיין פריילעך. שישו ושמחו בשמחת תורה.
651ט. בכלל זיינען אַלע ענינים פון ראש השנה ויום הכפּורים בבחינת עצרת וקליטה אין שמיני עצרת, און בשמיני עצרת איז דאָס בקו השמחה.
עס איז דאָך ידוע, אַז בראש השנה איז פאַראַן דער ענין הדורמיטא. ערב ראש השנה ובליל ראש השנה איז עליית העולמות, און שפּעטער דורך די תפלות ראש השנה ותקיעת שופר איז פאַראַן די הכתרה און די המשכה, ביז אַז דער גמר ההמשכה והקליטה איז בשמיני עצרת.
אַזוי ווי דאָס איז בכללות, במשך ימי השנה, אַזוי איז דאָס אויך בפּרטיות במשך ימי השבוע. יעדן ערב שבת וליל שבת מעלי שבתא איז פאַראַן די עליית העולמות, שהוא ענין דורמיטא און בשבת איז די המשכהיא).
וואָס אַזוי אויך בבריאת אדם הראשון ביום הששי, איז געווען דער ויפּל תרדמה על האדם, און דערנאָך איז געווען די נסירה און דערנאָך דער יחוד, וההמשכה בשבת קודש.
דער רבי נ"ע האָט דערציילטיח), אַז דער אַלטער רבי פלעגט אַנטשלאָפן ווערן פרייטיק פאַרנאַכט, ווייל למעלה איז דעמאָלט זמן שינה. ויש לומר שזהו ענין עליית העולמות בערב שבת.
י. אַזוי ווי עס איז דאָ דער ענין הדורמיטא בימי השבוע וימי השנה, אַזוי איז דאָס אויך בכללות אין די שית אַלפי שנין דקיימא עלמא, אַז בסוף שית אַלפי שנין, פרייטיק פאַרנאַכט דכללות, איז פאַראַן די עלי' וסילוק, וואָס דערפון נעמען זיך די חבלי משיח, מיט די אַלע גזירות רחמנא לצלן, און דערנאָך איז די המשכה בביאת המשיח.
בנוגע לענינינו;
אַזוי ווי היינט זיינען צוזאַמענגעקומען אַלע דריי ענינים ביחד: עס איז פרייטיק פאַרנאַכט, די התחלה פון שבת, עס איז שמיני עצרת און עס איז שוין בסיום שית אַלפי שנין, פאַר משיח'ן, דאַרף זיך שוין אָנהויבן דער סדר פון המשכות, אַז באַלד פון שמיני עצרת ושמחת תורה זאָל מען גיין אַנטקעגן דער גאולה האמיתית והשלימה וואָס וועט זיין בקרוב ממש, ניט בעגלא דידי' נאָר בעגלא דידן, למטה מעשרה טפחים, במהרה בימינו אמן.
יא. בכדי אַז די המשכות פון חודש תשרי, חודש הכללי, זאָלן אַראָפּקומען אין דער עבודה פון ויעקב הלך לדרכו ללמוד ולעשות בכל השנה, איז דאָך ידוע אַז אַלע המשכות ווערן נמשך למטה מטה — דורך צדקה, ווי עס שטייט אין אגרת הקדשיח) אַז דורך צדקה און גמילות חסד, חס דלי"ת, דלית לי' מגרמי' כלום, דורך דעם וואָס ער איז מחי' רוח שפלים ומשפּיע רב חסד, ווערט נמשך אויך צו אים מלמעלה דאָס וואָס ער דאַרף. וואָרום, בכלל זיינען אַלע המשכות מלמעלה נאָר אַ זאַך פון צדקהיד) וואָס דער אויבערשטער טוט. אַפילו דאָס וואָס באתערו־652תא דלתתא אתערותא דלעילא איז דאָס ניט קיין דבר המוכרח, נאָר אַזוי האָט דער אויבערשטער געוואָלטיח), וואָס דאָס איז צדקה.
אַזוי ווי י־יאָר איז אַן עיבור יאָר, און דער יאָר האָט דריי הונדערט דריי און אַכציק טעג, וואָלט איך מציע געווען אַז יעדער איינער זאָל געבן אויף צדקה אַ צאָל פון דריי הונדערט דריי און אַכציק; האַלבע סענטן, סענטן, ניקלס, דיימס, דאָלערס, הונדערט דאָלערס, ח"י הונדערטער, וואָס דורך דעם וועלן נמשך ווערן צו אים אַלע המשכות בגשמיות וברוחניות.
— זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז אין אַנדערע מדינות דאַרף מען געבן די צאָל אין דער מטבע פון יענער מדינה.
ומובן אַז דאָס דאַרף ניט ממעט זיין די צדקות הקבועות, אָדער דאָס וואָס מען האָט געגעבן דריי מאָל און ניט געזאָגט דערביי בלי נדר10)). דאָס איז אַ צדקה נוספת אויף די צדקות הקבועות.
אויך איז מובן, אַז יעדער איינער דאַרף געבן כפי יכלתו, מען קען ניט יוצא זיין מיט אַ מנחת עני, וואָרום עשיר שהביא קרבן עני לא יצא 27)).
יב. זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז יעדערער קען פאַרטיילן די געלט אויף צדקה ווי ער וויל. אָבער מצד בלבולים ופּיזור הנפש, איז קרוב הדבר, אַז מען זאָל פאַרגעסן געבן יעדן טאָג. אויך איז דאָך אַ שאלה צי מען וועט טרעפן און געבן אין דעם אָרט וואו מען דאַרף, למקום הראוי.
איז די וואָס ווילן זיך פאַרלאָזן אויף מיר, קענען דאָס געבן על דעתי, אין דער קופּה הכללית, וואָס דאָ איז פאַראַן, וואָס פון דער קופּה כללית גייט אַרויס געלט יעדער טאָג. וועט יעדער זאַך, סוף סוף, אָנקומען למקומה הראוי.
— כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט אַמאָל געזאָגט, אַנטקעגן דעם וואָס מצד הענינים דשמחת תורה טרעפט אַמאָל אַן עירבוב ובלבול אין די תפלות, אַז די מלאכים זיינען דערנאָך מסדר אַז יעדער וואָרט זאָל אָנקומען למקומו הראוי, אַזוי ווי אַ סטרעלעטשניק שיקט און פירט פאַנאַנדער די באַנען, יעדער וואַגאָן אין דעם אָרט וואו ער געהערט.
יג. עס איז דאָ נאָך אַ מעלה אין אַ נתינה לקופּה כללית און אין דעם פאַנאַנדערטיילן די צדקה דורך אַזאַ קופּה דוקא:
אין צדקה זיינען דאָך דאָ צוויי חלקים; א) וואָס ער גיט אַוועק, עס גייט אַרויסיח) פון זיין רשות געלט, און עס ווערט צדקה געלט. דאָס ווערט אָפּגעטאָן גלייך ווי ער גיט עס אָפּ לגבאי צדקה.
ב) דורך זיין געלט ווערט אָפּגעטאָן פּדיון שבוי פּלוני, הכנסת כלה653פּלונית, מחי' נפש עני פּלוני, א. אַ. וו. אָדער ער האָט, על כל פּנים, אַ טייל אין דעם.
דערגרייכן דעם צווייטן חלק, און אין דעם גרעסט־מעגלעכן פאַרנעם — קען מען דורכן אַריינגעבן די געלט בקופּה כללית. דעמאָלט ווערט עס ווי תערובת לח בלח, אַז אין יעדער סכום וואָס עס ווערט אַרויסגעגעבן פון דער קופּה האָט ער געהאַט אַנטייל.
על דרך ווי מיר ווייסן אין דעם דין פון מחצית השקל וואָס מען האָט געגעבן ללשכה — אַז יעדער נותן האָט געהאַט אַ חלקיט) אין יעדער קרבן תמיד, און אין קרבנות הצבור בכלל;
און אַפילו אַז זיין באַטייליקונג איז געווען פּחות משוה פּרוטהכ).
יד. נאָך אַ מעלה גדולה איז דאָ אין דער נתינה לקופּה הכללית הנ"ל דוקא.
מיר האַלטן דאָך איצטער שוין עטלעכע וואָכן נאָכן אָנהויבס יאָר. וואָס וועט זיין מיט די טעג וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען, און די המשכות וואָס זיינען שייכות צו די פאַרגאַנגענע טעג, וואָכן, שבתות ומועדים? ובפרט — אַז דאָס זיינען דאָך ימים כללים, שבת כללי, און ימים טובים כללים אויפן גאַנץ יאָר?
אַן עצה לזה קען מען אויך אָפּלערנען פון נתינת מחצית השקל ללשכה. אַף על פּי אַז במחצית השקל איז געווען אַ זריזות מצוה זיך משתדל זיין אַז זיין מחצית השקל זאָל קומען וואָס פריער, בתחלה, פונדעסט־*) וועגן איז אויך די וואָס האָבן זיך, על פּי סבות שונות, פאַרשפּעטיקט מיט זייער נתינה — האָבן זיי פונדעסטוועגן געהאַט זייער חלק אויך אין די געלט וואָס מ'האָט אויסגעגעבן פון לשכה נאָך איידער זייער מחצית השקל איז אָנגעקומעןא).
דאָס איז בכוח פון אַ גבאי דקופּה כללית צו תורם זיין היינט על הגבוי ועל העתיד לגבות, אויך אויף געלט וואָס וועט אַריינקומען לאחר זמן.
אַזוי אויך בנידון דידן; די תרומות מקופּה הכללית איז הותנה עליהם, אַז אויך די וואָס וועלן אַריינגעבן זייערע סכומים לאחר זמן, זאָלן האָבן אַ חלק אין די דאָזיקע תרומות.
טו. בכל זה נכון במאד מאד, אַז די נתינות הנ"ל זאָל מען געבן בהקדם, באַלד מאָרגן. לבד די מעלה פון זריזות, וואָס דאָס איז דאָך דער עיקר ענין פון דער עקידה, וואָרום די עקידה אַליין איז ניט אַזאַ נסיון גדול, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר27)) אַז אַ סך אידן האָבן זיך מוסר נפש געווען על קידוש השם, נאָר דער עיקר איז די זריזות נפלאה וואָס עס איז געווען דערביי, וישכם אברהם בבקר וגו', און דעם זכות הזריזות פון אברהם'ן האָבן מיר לדורות לנו ולבננו עד עולם; איז לבד654מעלת הזריזות, וויבאַלד אַז דאָך אַוועקגיין יעדער טאָג דאָס געבן באַלד מאָרגן אַז עס הענגט אָפּ אין אי איז ניט קיין אָנוס. און אַ זיין דורך דעם מער הרה הצדקה, וועט אויך זיין מדאָס דאַרף אין די ענינים אויף וועלכע מ'נעמט זָג, זאָל מען פון איר, און דאָס וועט אויך ברענ־
— מכיון גען אַ תוספת אין די אַלע המשכות ים, און ער וואָס קומען דורך דעם מלמעלה סיי אַז עס וועט בגשמיות סיי ברוחניות.