English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

453ן

א. עס איז פאַראַן דעם רבי'נס אַ שיחה 1)) ; דער אַלטער רבי האָט געזאָגט; מען דאַרף לעבן מיט דער צייט. חסידים האָבן זיך שטאַרק געמאַטערט אויף דעם פּשט פון די ווערטער, ענדלעך האָט מען אויסגעפונען דורך דעם אַלטן רבי'נס ברודער מהרי"לד) אַז דאָס מיינט אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער פּרשת השבוע.

פּרשה בראשית איז אַ פריילעכע וואָך, אָבער דער סוף פון דער סדרה איז ניט אַזוי געשמאַק. פּרשה נח איז אַ קאַלעמוטנע וואָך, עס איז געווען אַ מבול, דור הפלגה און נאָך אַזעלכע ענינים. פּרשה לך לך איז אַ וואָך וואָס אַלע טעג פון איר לעבט מען מיט אברהם אָבינו, דער ערשטער וואָס האָט געעפנט דעם צינור פון מסירת נפש און דאָס

איבערגעגעבן בירושה צו אַלע אידן לדורותיהם *יב).

**

ב. היינט ווערט ניין חדשים פון דער הסתלקות, וואָס דער טייטש פון דעם וואָרט הסתלקות איז ווי דער רבי טייטשט אין דעם מאמר פון דעם יום ההסתלקות)), אַז הסתלקות מיינט דער ענין פון עלי'.

פון דעם איז מובן, אַז מיט דער הסתלקות זיינען נמשך געוואָרן אורות נעלים ביותר, וואָס זיי זיינען אין אַן עלי', וואָס על שם זה ווערט דאָס אָנגערופן בשם הסתלקות און להיותם אורות נעלים ביותר דאַרף מען האָבן כלים נעלים ביותר מען זאָל זיי קענען האָבן למטה.

— על דרך זה זיינען די המשכות פון מילה, וואָס די ערשטע מילה איז אַן ענין וואָס איז געקומען מלמע־454לה כנ"ל *)). יעדער מילה איז אַ הכנה און איז פאַרבונדן מיט ומל הוי' אלקיך את לבבך. ובכלל איז מילה מער ניט ווי הסרת המסך ודבר המונע, און ממילא ווערן נמשך ההמשכות, וואָרום דאָס זיינען אורות נעלים וואָס מיט עבודה קען מען זיי ניט ממשיך זיין, נאָר מ'גיט זיי מלמעלה בתורת מתנה

און להיותם אורות נעלים ביותר, ווערט די התגלות וואָס קומט דורך דער הסתלקות, אָנגערופן בשם ליה*

ג. דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם אבינו; לך לך מארצך, ד. ה. אַז אויף צוקומען צו די אורות נעלים, מוז מען צוערשט אַרויסגיין פון די אייגענע הגבלות, אַפילו פון הגבלות דקדושה.

אַרויסצוגיין פון די הגדרות און הגבלות פון דעם נפש הבהמית, קען מען דורך לערנען שולחן ערוך מיט ספרי מוסר, ווייל דורך פירן זיך על פּי שולחן ערוך און לערנען ספרי מוסר, וועט ער וויסן אַז גשמיות איז גאָרנישט, וועט ער במילא אַרויסגיין פון די הגבלות פון דעם נפש הבהמית און מכל שכן פון די הגבלות פון דעם גוף.

אַרויסגיין פון הגבלות דקדושה איז גאָר אַן אַנדער זאַך. עס קומט צו תורה — זאָגט ער גענוג תמכין דאורייתא, גענוג פּרק אחד שחרית און פּרק אחד ערבית, גענוג שיעור שלאחרי התפלה, גענוג לימוד אן יגיעת נפש ויגיעת בשר, גענוג נגלה דתורה, — וואָס פעלט אים לימוד החסידות?

עבודה — קומט ער אין שול אין מיטן דאַוונען, איז על פּי שולחן ערוך קען ער איבערהיפּן רובא דפּסוקי דזמרא, איבערהיפּן דריי פערטל דאַוונען, אַבי ער זאָל דאַוונען בציבור. בראָקן נאָכאַנאַנד אָן פּירוש המילות — אויך גענוג. פּירוש המילות גם אָן התבוננות לפני מי אתה עומד — די והותר. כובד ראש לפני התפלה — יוצא מיט צוזאַמענלייגן די הענט כעבדא קמי' מרי'. במילא קען מען שוין לאָזן די מחשבה בלאָנזשען.

מ'מאָנט ביי אים צדקה, טענה'ט ער אַז על פּי שולחן ערוך איז טאַקע פאַראַן אַ מצוה פון צדקה, אָבער ס'איז פאַראַן שיעורים אין דעם, ס'איז פאַראַן אַ שיעור מדאורייתא און עס איז פאַראַן אַ שיעור מדרבנן, אָבער מער פאַר דעם שיעור איז מען ניט מחויב. מער ווי אַ חומש איז ניט נאָר וואָס מ'איז ניט מחויב צו געבן, נאָר מ'טאָר גאָר ניט געבן, ווי עס שטייט, המבזבז אל יבזבז יותר מחומשח).

ער האָט בכלל אַ טענה אַז מען דאַרף אויף זיך ניט מחמיר זיין מער ווי די תורה האָט געהייסן. עס איז פאַראַן אַ לשון אין ירושלמיח), לא דייך מה שאסרה לך תורה. דאַרף ער זיין פרימער פאַרן ירושלמי? ובכלל וואָס מאָנט מען ביי

455אים ענינים פון לפנים משורת הדין,

הלואי זאָל ער זיין ווי על פּי שולחן

ערוך!

וואָס די אַלע טענות זיינען הגבלות

פון שכל דקדושה.

ד. דער רבי האָט געזאָגט אין אַ שיחה (דאָס איז געווען ח"י אלול תש"א, מיט צען יאָר צוריק), אַז אין אַמעריקע איז פאַראַן אַ מחלה וואָס די מחלה הייסט מען מאָג. דער רבי האָט אויך דערציילט עטלעכע מאָל אַז ס'איז פאַראַן אַ מאמר פון חסידים פּונקט להיפּך: וואָס מ'טאָר ניט — טאָר מען ניט, און וואָס מען מאָג — דאַרף מען ניט.

פרעגט שכל — אַפילו שכל פון אַ אידן — אויף דערויף אַ קשיא; מילא וואָס מ'טאָר ניט, טאָר מען ניט, אָבער וואָס על פּי שולחן ערוך מעג מען, פאַרוואָס זאָגט מען אים, אַז וואָס מען מעג דאַרף מען אויך ניט?

נאָר ס'איז על דרך ווי עס שטייטז); עם הארץ אסור לאכול בשר, וואָס דאָס מיינט מען ניט קיין איסור ממש, וואָרום אַ דבר האסור איז אסור וקשור בידי החיצונים, און מ'טאָר אויף דעם קיין ברכה ניט מאַכן. דער ענין וואָס עם הארץ אסור לאכול בשר, איז אַן ענין שאינו אסור בידי החיצונים, ומחויב לברך קודם ואחרי אכילתו, נאָר עס איז על דרך ווי דער רבי זאָגט אַז וואָס מען מעג — דאַרף מען ניט.

ה. דער ביאור דערפון איז, עס רעדט זיך אין חסידות דער ביאור פון דעם ענין האכילה אַז בעיקרו איז דאָס ניט צוליב דעם אָדם, ער

זאָל מקבל זיין פון דעם מאכל, ווייל

דער אָדם איז העכער במדריגה פון

דעם מאכל, נאָר דאָס איז צוליב

דעם מאכל, כדי דער אָדם זאָל מב־

רר זיין דעם מאכל און מעלה זיין

אים. און דער מאכל וויל און וואָרט,

דער אָדם זאָל אים עסן.

— דער רבי האָט אַמאָל דערציילט אַז (אָביו) דער רבי נ"ע האָט זיך ביי אים אַמאָל אויסגעגליטשט פון גאָפּל דער מאכל צוריק אין טעלער, האָט ער אַ שמייכל געטאָן און געזאָגט2 ער (דער מאכל) וויל נאָך ניט.

ווען וויל אָבער דער מאכל אַז דער אָדם זאָל אים עסן, ווען דער אָדם עסט אים ניט ווייל ער — דער אָדם — וויל, נאָר ווייל דער מאכל וויל, ד. ה. ער עסט צוליב העלאת המאכל, אָבער ווען ער עסט ווען ער וויל, ד. ה. ער עסט דעם מאכל צוליב זיך, ער וויל נאָר מקבל זיין פון דעם מאכל, איז דעמאָלט ניט נאָר וואָס ער איז ניט מעלה דעם מאכל, נאָר דער מאכל איז אים מוריד.

אויך איז די ירידה וואָס דער מאכל איז מוריד דעם אָדם, פּועל'ט דאָס אַ ירידה אויך אין דעם מאכל, ווייל דורך דעם מאכל איז נכשל געוואָרן אַן אָדם.

על דרך ווי רש"י ברענגט)) דעם טעם ואת הבהמה תהרוגו, הגם אַז די בהמה איז ניט קיין בעל בחירה, פונדעסטוועגן דאָס גופא וואָס דורך איר איז נכשל געוואָרן אַן אדם, קומט איר הרג'נען, על דרך זה איז אויך אַז דאָס גופא וואָס דער מאכל456האָט גע'פּועל'ט אַ ירידה אין דעם אָדם, פּועל'ט דאָס אַ ירידה אין דעם מאכל.

ו. על דרך זה האָט דער רבי געזאָגט אין אַ שיחה), אַז ווען מ'גייט אין גאַס, דאַרף מען טראַכטן דברי תורה, יעדערער לפי ערכו, חסידות, גמרא, משניות, עין יעקב, אָדער לכל הפּחות אַ פּסוק חומש אָדער תהלים. (דאָס וואָס איך זאָג „לכל הפּחות", מיין איך הגם אַז אים פעלט די הבנה).

ווי איז אָבער ווען ער גייט אין גאַס און טראַכט ניט קיין דברי תורה, זאָגט אים דער שטיין, בולאך, וואָס טרעטסטו אויף מיר? מיט וואָס איז דיין יחוס וואָס דו טרעטסט אויף מיר?

הגם אַז ער איז אַ מדבר, און דער שטיין אַ דומם, אָבער די גאַנצע מעלה פון אַ מדבר איז דאָס וואָס ער האָט אַ נפש השכלית און פירט זיך על פּי שכל, אָבער ווען ער פירט זיך ניט על פּי שכל, אויב נכנסה בו רוח שטות, — שאיננו ממלא תפקידו — וואָס איבער דעם רופט מען אים בולאך, זאָגט אים דעמאָלט דער שטיין, בולאך וואָס טרעטסטו אויף מיר?

שכל אנושי פרעגט אָבער אַ קשיא, וויבאַלד אַז על פּי תורה איז פאָרט מותר, איז מעג מען דאָך, איז פאַרוואָס זאָגט מען אַז וואָס מען מעג דאַרף מען אויך ניט? נאָר דער ענין איז, אַז בזמן הגלות איז ניט מספּיק די עבודה וואָס על פּי טעם ודעת. עס דאַרף זיין די עבודה פון מסירת נפש.

דער פּשט פון מסירת נפש, שטייט אין חסידות, אַז נפש הייסט רצון — וואָס דער רצון פון אַ אידן, זאָגט דער רמב"םי), איז אין תורה ומצוות, — איז בזמן הגלות דאַרף זיין מסירת נפש, ד. ה. אַז בזמן הגלות דאַרף מען אויך איבערגעבן דעם רצון דקדושה, ד. ה. אַז מ'דאַרף אַרויסגיין אַפילו פון הגבלות דקדושה.

ז. דערפאַר איז ווען ביי אברהם אָבינו האָט זיך אָנגעהויבן דער גלות, האָט אים דעמאָלט דער אויבערשטער געזאָגט לך לך, ער זאָל אַרויסגיין פון זיינע הגבלות, וואָס מיט דעם כוח וועט ער אויך קענען גיין אל הארץ, אַוועקגיין אין עולם, און הגם אַז דרך איז ממעט ג' דבריםיא), פונדעסטוועגן איז ניט נאָר וואָס עס וועט ביי אים ניט נחלש ווערן, נאָר457פאַרקערט, ואגדלה שמך, וואָס דאָס מיינט דעם שם הוי' שמו העצמי, כמבואר בדא"חכח).

און אַזוי איז אויך בכללות ישראל אַז איידער ס'איז געווען דער ומפּני חטאינו גלינו מארצנו, האָט מען ניט געדאַרפט אָנקומען דוקא צו מסירת נפש. דאָס וואָס עס רעדט זיך אין תניא218)) אַז משה רבנו האָט געהייסן דעם דור המדבר לייענען קריאת שמע פּעמים בכל יום צוליב דעם ענין פון מסירת נפש, איז אַלץ אַן ענין פון מסירת נפש בכח און ניט בפּועל, מה שאין כן בזמן הגלות דאַרף מען האָבן מסירת נפש בפּועל. אחת ההוכחות על זה — מה שאז דוקא נמצא ונתגלה ענין המסירת נפש.

ח. אויף צוקומען צו דעם, אויף אַרויסגיין פון אַלע הגבלות, אַפילו הגבלות דקדושה מוז זיין קבלת עול, ווייל אויב ער וועט זיך וועלן אויס'טענה'ן מיט שכל וועט ער האָבן קשיות, אַ קשיא פון ירושלמי, אַ קשיא פון בבלי וכו' נאָך אַזוינע קשיות. מ'מוז האָבן קבלת עול דוקא. אין אַ דרגא נעלית איז דאָס מסירת נפש, און אין התחלת העבודה איז דאָס קבלת עול.

און מיט דעם כוח פון קבלת עול, וואָס דורך דעם וועט ער אַרויסגיין פון אַלע זיינע הגבלות, וואָס דאָס איז דער ענין פון לך לך, וועט ער קענען דורכגיין דעם גלות, און וועט צוקומען צו מילה, דער גילוי פון די אורות נעלים, וואָס זייער התגלות איז אַן ענין פון לידה.

ט. דער ענין הלידה איז אויף צוויי אופנים; לידה פון אַ זכר, וואָס איש דרכו לכבוש44)), אַ הנהגה וואָס ער פאַרשטייט על פּי שכל. און אַ לידה פון אַ נקיבה, וואָס ענינה איז ווי עס שטייטיח) אין לך אשה כשרה בנשים אלא אשה שהיא עושה רצון בעלה, ענין דקבלת עול.

עס שטייטי) בת תחלה סימן יפה לבנים, טייטשט די גמרא ווייל ווען ס'איז פריער פאַראַן אַ בת, וועט זי אַכטונג געבן און מטפּל זיין זיך מיט די בנים.

אין רוחניות דער ענין פון בת תחלה סימן יפה לבנים הייסט אַז דורך דער הקדמה פון קבלת עול, וועט אויך זיין אַ סימן יפה אין די בנים, ד. ה. אין כבוש חלקו בעולם. דורך דעם וואָס קבלת עול וועט אַכטונג געבן אויף דעם כבוש — וועט זיין דער כבוש, דער בירור אין עולם כדבעי למיהוייא).

י. דער רבי האָט געגעבן מעתיק זיין אַ בריוו פון זיין פאָטער דער רבי נ"עיח) אַז אויך אויף אַ מיידעלע דאַרף מען זאָגן לתורה לחופּה ולמעשים טובים.

אין ספרים געפינט מען אין דעם נוסח הברכה אויף אַ בת, מער ניט ווי דעם לשון חופּה ומעשים טובים,458אָבער דער רבי נ"ע שרייבט אין דעם בריוו בשם אבותינו הקדושים, אַז אויך אויף אַ בת זאָגט מען לתורה לחופּה ולמעשים טובים.

דער טעם המנהג איז ער מבאר אין בריוו על דרך ווי דער מאמר רז"ליח) נשי במאי זכיין, ווייל די בנות האָבן אַ חלק אין דער תורה וואָס עס לערנען זייערע מענער און קינדער.

איז פון דעם זעט מען כמה ענינים בחיובי האשה, ערשטנס זען אַז דער מאַן זאָל האָבן אַ קביעות עתים לתורה, במילא וועט זי האָבן אין וואָס צו האָבן אַ חלק, און אויך אַז ווען די פרוי האָט קינדער דאַרף זי זען זיי זאָלן לערנען.

יא. מען האָט פריער דערמאָנט אַז היינט ווערט ניין חדשים פון דעם יום ההסתלקות, וואָס דער ענין ההסתלקות איז ממשיך אורות נעלים, וואָס די המשכה ווערט אָנגערופן בשם לידה. אין ירחי לידה זיינען פאַראַן דריי זמנים, אַ זמן פון ז' חדשים, אַ זמן פון תשעה חדשים, און אַ זמן וואָס רבה תוספאה זאָגט, י"ב חדשים. הגם אַז תוספות20)) זאָגט אַז לא קיימא לן כרבה תוספאה, אָבער עס ווערט אָפּגע'פּסק'נט אין רמ"איא) אַז עס קען זיין דער זמן העיבור י"ב חדשים.

וואָס דער עיבור איז לענגער פּועל'ט דאָס אַלץ מער בירור און זיכוך אין דעם גוף, ווייל דער כללות ענין העיבור איז ווי ס'איז מבואר אין תניאכט), אַז אין דער טיפּה איז דער גאַנצער גוף, דער ראש מיט די צפּרנים, צוזאַמען, אויף דעם איז דער ענין העיבור אויף מברר זיין און פאַנאַנדערטיילן אַז אַלץ וואָס געהערט צום ראש זאָל זיין אין ראש, אַלץ וואָס געהערט צום גוף זאָל זיין אין גוף, און אַלץ וואָס געהערט צום רגל זאָל זיין אין רגל.

יב. פון דעם איז מובן אַז וואָס דער עיבור איז לענגער, אַלץ מער איז דער בירור, דערפאַר איז דאָך גופו של משה וואָס ער איז געווען בעיבור ז' חדשים איז טעון קבורה, און גופו של אלי' וואָס ער איז געווען בעיבור י"ב חדשים אינו טעון קבורה, ווייל ער איז אַזויפיל מזוכך אַז ער האָט געקענט עולה זיין מיט דעם גוף בסערה השמימהיח).

דערפאַר איז הגם אַז אין זמני העיבור זיינען פאַראַן דריי זמנים, פונדעסטוועגן איז דער זמן פון ט' חדשים דער דרך המיצוע, דער דרך הבינונים, וואָס אויף דעם דרך הבינונים זאָגט דער אַלטער רבייד) אַז דאָס איז מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוך.

די ביי וועמען עס איז נוגע בעיקר זיכוך הגוף דאַרפן האָבן י"ב חדשים, די וואָס עיקר עבודתם בנשמתם איז זיי מספּיק ז' חדשים, און דער אור הנשמה וועט שוין באַלייכטן דעם גוף. אָבער דער דרך הבינונים459— וואָס מ'דאַרף עבודה בגוף און עבודה בנשמה — איז ט' חדשים, וואָס דער דרך הבינונים איז שייך צו אַלעמען.

יג. אין ט' חדשים גופא זיינען אויך פאַראַן צוויי דעות; א) אַז מען רעכנט גענוי מספּר הימים; רעא, רעב אָדער רעג ימים. ד. ה. יולדת צו רעא ימים מהעבור, נאָר די קליטת הזרע קען געווערן ביז דריי טעג. ד. ה. אַז עס דאַרפן זיין ניין חדשים שלמים. ב) אַז עס רעכענען זיך נאָר די ראשי חדשים, און אויב עס גייען דורך ניין ראשי חדשים לאחר הקליטה הייסט דאָס שוין ניין חדשים, און עס קען זיין די לידהכח).

לכאורה; לויט דער צווייטער דעה איז דער זמן וואָס עס דאַרף זיין די לידה, — ווי מ'האָט פריער גערעדט אַז דורך דער הסתלקות ווערן נמשך אורות נעלים וואָס ווערט אָנגערופן בשם לידה — איז לויט דער דעה אַז מ'קוקט אויף די ראשי חדשים זיינען שוין געווען ניין חדשים פון ראש חדש אָן. לויט דער דעה אַז עס דאַרפן זיין רעא־רעג ימים, וועט דאָס ערשט זיין אין פיר טעג אַרום, און ניט היינט. אָבער שבת גיט דאָך כוח אויף דער גאַנצער וואָך, איז מיטוואָך אויך בכלל.

יד. בכלל זעט מען בעל־שם'סקע ענינים. דער רבי האָט צעטיילט דעם תניא באופן אַז מען זאָל אים אָפּלערנען במשך פון יאָר. פאַראַן ווי ער האָט צעטיילט אויף אַ שנה פּשוטה, און פאַראַן ווי ער האָט צעטיילט אויף אַ שנה מעוברת. דער ביאור אין פּרק כ"ז ווערט צעטיילט אין דריי חלקים.

דעם תניא האָט דער רבי צעטיילט מיט כמה יאָרן פריער, און מ'זעט אין דעם אויך אַ בעל־שם'סקן

דער חלוקה וואָס ער האָט געמאַכט מיט זיבן יאָר צוריק, איז דער ביאור פון פרק כ"ז, וואָס דאָס איז דער מקור אויף דעם ביאור ענין ההסתלקות, איז זיין לימוד אָפּגעשטעלט פּונקט אויף די דריי טעג פון רעא, רעב און רעג ימים פון נאָך דער הסתלקות.

טו. בביאור יותר הדיוק דאגרת הקדש סימן כ"ז וביאורה דוקא; אין תניא זיינען פאַראַן צוויי אגרות וואָס אין זיי רעדט זיך וועגן הסתלקות; סימן כ"ז און סימן כ"ח. אין סימן כ"ח רעדט זיך וועגן דער הסתלקות פון בנו של הרה"צ והרה"ק וכו' ר' לוי יצחק מבארדיטשוב וואָס דאָס איז די הסתלקות פון אַן איש נעלה ביותר; צדיק, חסיד כו', אָבער אַלץ ניט קיין נשיא. ער האָט דאָך ניט געפירט קיין נשיאות. אין סימן כ"ז רעדט ער וועגן דער הסתלקות פון ר' מענדעלע האָראָדאָקער, וואָס ער איז שוין געווען אַן איש כללי, אַ נשיא.

חוץ דעם וואָס הרה"צ ר' מענדעלע האָראָדאָקער האָט בכלל געפירט נשיאות, האָט ער אויך ספּעציעל געהאָט אַ שייכות צו חסידות חב"ד. זיין נשיאות האָט ער דאָך געפירט אין רייסן. ער האָט דאָך אויך געהאָט אַ שייכות צו גאונות מבהילה בנגלה, וואָס ווען מ'האָט געדאַרפט פאָרן צום ווילנער גאון איז געפאָרן הרה"צ ר' מענדעלע מיט דעם אַלטן רבי'ן.

460אויך האָט דער רבי דערציילט, אַז דער אַלטער רבי איז געפאָרן אַ משך זמן צו ר' מענדעלען, וואָס די נסיעה איז געווען על דרך דוגמא ווי אַ חסיד צו אַ רבי'ן. נמצא אַז ער האָט געהאַט אַ שייכות צו אופן נשיאות חב"ד ביחוד.

טז. אויף די אגרות וואָס זיינען פאַראַן אין תניא, איז די איין און איינציקע אגרת וואָס דער אַלטער רבי אַליין האָט געשריבן אויף איר אַ ביאור, און וואָס דעם ביאור האָט מען אַריינגעשטעלט אין תניא, איז אגרת כ"ז.

טעם הדבר יש לומר בדרך אפשר; נחמה אויף ענין ההסתלקות, ובפרט הסתלקות פון אַ נשיא ישראל, ובפרט נחמה בכפליים לתושי', איז זייער אַ שווערער ענין, און מען מוז אויף אים האָבן אַ ביאור.

— און לאנשים כערכנו, ווייס איך ערשט ניט צי כבר נתבאר הענין, און ווער רעדט נאָך בכפליים לתושי'. היינט ווי וואָלט געווען ווען דער ביאור וואָלט נאָך אויך ניט געווען — בחלל העולם על כל פּנים. —

בכלל די הסתלקות פון אַ אידן, זאָגט די גמראכח), איז גלייך צו שריפת ספר תורה, און בפרט די הסתלקות פון אַ צדיק, ובפרט די הסתלקות פון אַן איש כללי, פון ראשי אַלפי ישראל, וואָס דאָס איז זייער ניט מובן ווי קומט אַזאַ ענין בכלל, ובפרט ווי דער אַלטער רבי וויל, לנחמם בכפליים לתושי', אַז דורך דער הסתלקות וועט ערשט זיין כפליים לתושי' — על דרך דרשת רז"ל בלוחות האחרונות — איז אויף אַזאַ ענין האָט דער אַלטער רבי אַליין געדאַרפט שרייבן אַ ביאור, און זיינע קינדער האָבן עס געדרוקט גלייך צוזאַמען מיט דער אגרת הניחום.

דער אַלטער רבי האָט געזען אַז בכח עצמנו איז דאָס שווער צו פאַרשטיין און בפרט נאָך צוקומען צו די גילוים וואָס קומען דורך הסתלקות. האָט ער געשריבן דעם ביאור וואָס דערמיט וואָס ער האָט געשריבן דעם ביאור אויף דעם ענין פון הסתלקות, האָט ער פּותח געווען דעם צנור, אַז אויך אַנדערע זאָלן קענען האַלטן דערביי. על דרך המבואר אַז אברהם אבינו האָט דורך זיין מסירת נפש געעפנט דעם צנור פון מס"נ פאַר אידן וכדפי' במאמר רז"לכא) כל העולם כולו ניזון בשביל — וצנור — חנינא בני.

יז. עוד יש לומר; אַז די פּתיחת הצינור אויף הבנה אין דעם ענין ההסתלקות ענין שאינו מובן בתכלית איז שוין בדרך ממילא, נפתחים הצינורות להבנת כל דבר קשה שבתניא ובמילא כל דבר קשה שבחסידות. ווייל דער סדר איז דאָך, אַז ווען מ'וויל מבאר זיין אַן ענין — פאַרענטפערט מען די גרעסטע קשיא, און אַז די קשיא גייט אַראָפּ — ווערט שוין לייכטער כללות הענין.

עוד דוגמא, וואָס עס רעדט זיך אין חסידות; ווען מ'וויל אויפּהויבן אַ בנין, הויבט מען אויף מלמטה, און אַז מ'הויבט אויף דעם תחתית הבנין ווערט שוין ממילא אויפגעהויבן דער כללות הבנין.

461און דעם ביאור והבנה פון הסתלקות נשיא, ווי דערפון קען נולד ווערן כפלים לתושי' — האָט דער רבי מיט זיבן יאָר צוריק איינגעטיילט אַזוי, אַז עס קומט אויס דאָס לערנען ביום רעא רעב רעג ליום ההסתלקות.

חי. כנ"ל, איז אין זמן הלידה לבינונים, שהיא מדת כל אדם, דאָ צוויי דעות; ט' ראשי חדשים, אָדער רעארעג ימים. אָבער די גמראכח) זאָגט אַז ווער האָט זיך געפירט נאָך דער צווייטער דעה, חסידים הראשונים.

בכלל איז יעדער זאַך בהשגחה ולא במקרה, בפרט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אידן ותורה ומצוות. ביחוד בולט איז דאָס ווען לכאורה על פּי סדר הנהוג האָט געדאַרפט זיין אַנדערש.

אַזוי איז אויך אין דעם, וואָס דער נאָמען חסידים — אַ נאָמען וואָס אין ש"ס ומדרשי רז"ל האָט מען אַזוי גערופן אַ באַשטימטן סוג אידן — איז נקבע געוואָרן בפי כל ישראל בלי הבדל מפלגה — דוקא פאַר תלמידי הבעש"ט, הה"מ, אדמו"ר הזקן וכו'.

דער רבי האָט אַמאָל געזאָגט אַז לכאורה האָט געדאַרפט זיין אַז חסידים זאָל מען רופן מיט דעם נאָמען וואָס עס הייסן זייערע מנגדים, און מתנגדים זאָלן הייסן חסידים, ווייל חסידים זיינען דאָך געקומען מיט אַ נייעס. ובפּועל האָבן אַפילו מתנגדים אָנגענומען רופן חסידים מיט דעם נאָמען חסידים, און זיך אַליין מיט דעם נאָמען מתנגדים!

נאָר אַלץ איז בהשגחה פּרטית, און ווען ס'איז נתגלה געוואָרן חסידות — האָבן אַלע מודה געווען, און מ'האָט דאָס אָנגערופן חסידות וחסידים, און כיון שהגיד שוב אינו חוזר ומגיד.

יט. חסידות איז ניט קיין ענין פון אַ מפלגה, ווי דער רבי האָט געזאָגט אַז דער אַלטער רבי האָט געמאַכט חסידות פאַר אַלע אידן. איז וויבאַלד דער רבי האָט דערציילט אַז דער אַלטער רבי האָט געוואָלט אַז חסידות זאָל זיין פאַר אַלע אידן וועט געוויס זיין אַזוי, ווייל אַ צדיק איז בעל־הבית אויף אויספירן זיינע רצונות.

אין גמראכח) שטייט; צדיק גוזר והקב"ה מקיים, נאָך מער שטייט אַז הקב"ה גוזר עפּעס אַ גזירה וואָס ניט אַזוי, איז צדיק מבטל, און דער צדיק פירט אויס, איז וויבאַלד דער רבי האָט דערציילט אַז דער אַלטער רבי האָט געוואָלט אַז חסידות זאָל זיין פאַר אַלע אידן, גיט מען געוויס כחות מלמעלה אויף מאַכן אַלע אידן פאַר חסידים, און עס זאָל שוין זיין יפוצו מעינותיך חוצה.

דער חוצה איז דאָ, חוצה פון תורה בכלל און פון חסידות בפרט; דער מעינותיך איז אויך דאָ, עס פעלט נאָר דער יפוצו. דאַרף מען גיין מעורר און מקרב זיין אידן צו חסידות.

(משיחת ש"פ לך לך, ה'תשי"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-rwm11h9x

עותקים

פעילות אחרונה

#170 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות