English
ספרייה

לקוטי שיחות

פנחס

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

342פרשת פנחס

א. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט, אַז ווען עס איז פאַרגעקומען די מעשה זמרי, האָט מען ניט געוואוסט וואָס צו טאָן, כאָטש עס זיינען געווען דערביי משה ואלעזר* מיט די זקנים. האָט זיך דאַן אָנגערופן פּנחס, וואָס ער איז געווען דער צעיר שבחבורהא) (די גמרא)) רעכנט אויס דעם סדר ווי משה האָט געלערנט תורה מיט אידן; צו ערשט האָט ער געלערנט מיט אהרן'ען, דערנאָך מיט אלעזר ואיתמר, דערנאָך מיט די שבעים זקנים, און דערנאָך מיט אַלע אידן, קומט דאָך אויס אַז פּנחס האָט געלערנט צוזאַמען מיט אַלע אידן גלייך), אַז קנאים פּוגעים בו. האָט מען אים געזאָגט, קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פּרוונקא)) —

דער לייענער פון בריוו, ער זאָל אויך זיין דער שליח.

די אָנווייזונג פון דעם איז

עס זיינען פאַראַן ענינים וואָס גדולים שבדור שווייגן און זאָגן ניט וועגן דעם, איז דאָס ניט אַלעמאָל אַ ראי' אַז מען דאַרף גאָרניט טאָן, און מאַכן חשבונות און לומדות אויף אַרויסדרייען זיך פון דעם. מען דאַרף וויסן, אַז אויב ער זעט אַז ער קאָן טאָן אין דעם, דאַרף ער טאָן, און דאָס וואָס גרעסערע פון אים זאָגן גאָרנישט, איז דאָס אפשר כדי שיטול פּנחס את הכהונה). ד. ה. אַז דאָס איז זיין חלק וואָס ער דאַרף דאָס מברר זיין, און דורכדעם דוקא וועט ער צוקומען צו זיין שלימות.

אַזוי ווי אין גשמיות האָט דאָך יעדער איינער זיין חלק, ואין אדם נוגע בפּרנסתו של חברו)), אַזוי איז343אויך, און נאָך מיט אַ כל שכן וקל וחומר, אין רוחניות, אַז יעדער איינער האָט זיין חלק אין תורה

— דאָס איז וואָס מען זאָגט, ותן חלקנו בתורתך)), וואָס דאָס מיינט ניט נאָר אין פאַרשטיין תורה, נאָר אויך אין מחדש זיין, ווי די גמרא דערציילט אין מנחותיז) אַז רבי עקיבא האָט געזאָגט אַ דבר הלכה וואָס אַפילו משה רבינו האָט ניט געוואוסט פון דעם —

און אין קיום המצוות, וואָס יעדער איינער דאַרף אויפטאָן, ואין אחד נוגע בפּרנסתו של חברו. דאָס וואָס עס שטייט*, זכה נוטל חלקו וחלק חברו, דאָס רעדט זיך וועגן גן עדן, וואָס דאָס איז שכר המצוות, אָבער די מצוה אַליין וואָס איז העכער פון איר שכר, אין דעם האָט יעדער איינער זיין חלק. ובמילא קאָן זיין אַז דאָס וואָס קיינער טוט עס ניט, איז עס וויילע דאָס איז זיין ענין וואָס ער דאַרף אים אָפּטאָן.

ב. אויף פּנחס'ן שטייט); פּנחס זה אלי'. פרעגט מען אויף דעם די קשיא, פריער איז דאָך געווען פּנחס און דערנאָך אלי', האָט דאָך געדאַרפט שטיין, אלי' זה פּנחס? איז דער תירוץ אויף דעם, לויט דעם וואָס עס שטייט אין זוהר20)), אַז אלי' איז געווען נאָך גאָר פריער, נאָר דאַן איז ער ניט געווען קיין ילוד אשה, וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אַ פאָטער און מוטער, נאָר אַ מלאך, און דעריבער זאָגט ער פּנחס זה אלי'.

אין עבודה איז דאָס;

מען האָט דאָך פריער געזאָגט, אַז מען מאָנט ביי יעדער איינעם, ניט קוקן אויף קיינעם, און אַן ענין הבא לידו דאַרף ער נעמען און אָפּטאָן. פרעגט מען; וואו נעמט מען כוח אויף דעם? איז אויף דעם זאָגט מען פּנחס זה אלי', וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אים מזמין געווען אַן ענין וואָס ער דאַרף אים טאָן במסירת נפש, גיט מען אים כחות אויף דעם, און עס קאָן געמאָלט זיין אַז אין אים גייט אַריין אַ ניצוץ פון אַזאַ וואָס איז ניט קיין ילוד אשה.

ג. די הוראה פון דעם אין אונזער דור צו אַלע יונגע לייט איז, אַז זיי דאַרפן ניט מאַכן קיין חשבונות, אַז דער קאָן טאָן און יענער קאָן טאָן, נאָר יעדער זאַך וואָס קומט צו זייער האַנט, דאַרפן זיי וויסן אַז דאָס איז זייער חלק, און זיי האָבן כחות אויף דעם, און זיי דאַרפן דאָס טאָן מיט מסירת נפש.

און מסירת נפש איז ווי דער רבי האָט געזאָגט: מסירת נפש מיינט ניט אַרופגיין אויף אַ דאָך און אַראָפּוואַרפן זיך, ח"ו. מסירת נפש דאַרף זיין אָן רעש און אָן טומל, וואָרום לא ברעש הוי' 21)). עס דאַרף זיין מסירת נפש אין אַלע פּעולות פון טאָג־טעלעכן לעבן, אוטם אזנו וגו' ועוצם עיניוי). אַפילו אין תורה דאַרף אויך344זיין מסירת נפש, אַז ער זאָל ניט נעמען תורה צו זיך נאָר נעמען זיך צו דער תורה. און אַז מען וויל מיט אַן אמת, וועט מען אויספירן.

און בשעת מען גייט מיטן מסירת נפש פון פּנחס'ן, איז אויך — פּנחס זה אלי', וואָס ער וועט מבשר זיין די גאולהיח), ד. ה. אַז די גאַנצע עבודה פון איצטער, איז אַ הכנה צו משיח'ן, אויף מאַכן די וועלט אַ מקדש לו יתברך.

(משיחת י"ב תמוז, תשי"ד)

ד. אין היינטיקער סדרה ווערט דערציילט די מעשה מיט פּנחס'ן וואָס ער האָט מקנא געווען קנאת ה' צבאות. בכלל איז דאָך אי אפשר לבית המדרש בלא חידושיא). דאָס איז אין תורה שבעל פּה; תורה שבכתב, וואָס פון אַן אות לערנט מען אָפּ גאַנצע הלכות, איז דאָך מכל שכן אַז אַ גאַנצער ספּור המעשה, אַזוי ווי דער ספּור פון פּנחס'ן, איז אין דעם פאַראַן אַ חידוש.

וואָס איז דער חידוש אין דעם ספּור? דער דין פון הלכה ואין מורין כןיח), און קנאין פּוגעין בוי). דאָס הייסט אַז עס זיינען פאַראַן אַזעלכע זאַכן וואָס בשעת מען קומט צו בית דין פרעגן וואָס צו טאָן, וועלן זיי ענטפערן אויף ניט, וויילע אַזוי שטייט אין שלחן ערוך. פונדעסטוועגן איז אין דעם זעלבן שלחן ערוך שטייט אַז קנאים פּוגעים בו, ד. ה. אַז בשעת ער קומט ניט צו בית דין נאָר ער טוט אַליין ווי ער איז מרגיש מצד פּנימיות נפשו, האָט ער געטאָן ווי על פּי דין איז (הלכה ואין מורין כן) און ער האָט מכוון געווען צו דעם רצון העליון.

אַזוי, אַלע מאָל, דאַרף מען יעדער זאַך פרעגן ביי בית דין. אָבער בשעת עס האַנדלט זיך וועגן קנאת ה' צבאות, איז דאָס על דרך ווי עס שטייטיז), אַז דער וואָס פרעגט אויף ענינים פון פּקוח נפשות איז ער שופך דמים. דער ענין האָט אים געדאַרפט דערנעמען אויף אַזוי פיל אַז ער זאָל דאָס אַליין אָפּטאָן, ניט פרעגנדיק ביי בית דין. אַזוי איז אויך ווען עס איז קנאת ה', און דער ענין דערנעמט אים אין פּנימיות נפשו, דאַן גייט ער ניט פרעגן ביי בית דין; דאַן דאַרף מען ניט וועלן גיין דוקא אויף אַן אייזערנער בריק, און גאָרנישט טאָן אָן בית דין — וויילע עס איז אַ שאָד יעדע מינוט, און נאָך מערער, אַפילו ווען מען ווייס אַז בית דין וועט פּסק'נען אויף ניט, איז קנאים פּוגעים בו, און דאָס איז ווי דער רצון העליון, וויילע קנאים פּוגעים בו איז אַ דין אין שלחן ערוך.

די הסברה אין דעם איז;

אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטותכח), וואָרום אַ איד מצד עצמו — איז ווי דער אַלטער רבי האָט געזאָגט; אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אַ נפרד פון אלקות, נאָר מצד דעם רוח שטות, מצד דער בהמה וואָס אין אים, דער נפש הבהמית, מצד דעם קאָן ער טאָן מעשה בהמה.346ובמילא בשעת ער ווערט נתעורר מיט אַ קנאות, ניט צוליב זיין כבוד און ניט צוליב כבוד בית אבא, נאָר קנא קנאתי להוי', און דער ענין דערנעמט אים אַזויפיל אַז ער טראַכט אַפילו ניט צי ער איז עובר אַן עבירה דערמיט צי ניט, וויילע ער איז אינגאַנצן דורכגענומען מיט די קנאות להוי', במילא האָט ער זיך אַוועקגעלייגט אינגאַנצן אָן אַ זייט, איז בשעת דעם גוף ונפש הבהמית לייגט ער אַוועק אָן אַ זייט און עס בלייבט נאָר דער נפש האלקית וואָס איז שטענדיק באמנה אתו יתברך19)), וואָס מצד דעם קומט ביי אים די קנאות, איז דאָך ודאי אַז בשעת דער נפש הבהמית איז ניט מבלבל, וועט די נשמה מצד עצמה זיכער מכוון זיין צו דעם רצון העליון.

דערפאַר זעען מיר אַז דורך דעם וואָס פּנחס האָט גע'הרג'ט זמרי'ן, איז ותעצר המגפה, ער האָט מציל געווען כמה אלפים מישראל פון אַן עון חמור ביותר, דער עון בעל פעור, וואָס עס שטייט אין מדרש20)) אַז דער עון פון בעל פעור איז שטענדיק מקטרג און משה רבינו נעמט אַראָפּ דעם קטרוג, וואָס אויף קיין עון געפינט מען דאָס ניט, און פּנחס האָט מציל געווען די אידן פון דעם עון. דערפאַר האָט ער זוכה געווען אַז הנני נותן לו את בריתי שלום, דפּנחס זה אלי' וואָס ער קומט אויף יעדער ברית מילהיא) און ער וועט קומען מבשר זיין די גאולה.

19) תניא פרק כד.

20) תוספות סוטה ענדע פרק א. פרקי דרבי אליעזר ענדע פרק מה. ועוד.

21) פרקי דרבי אליעזר פרק כט. אבודרהם הלכות ברית מילה.

ה. איצטער איז דאָך אויך אַ זמן פון אַ מגיפה, ר"ל. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעצונדן די גלותווענטכב), וואָס דאָס איז אַן ענין וואָס מען דאַרף ניט האָבן אויף דעם קיין ראיות און הסברות, נאָר מען זעט דאָס במוחש. מען זעט במוחש ווי כמה וכמה מישראל אין חוץ לארץ און אין ארץ הקדושה ת"ו ווערן פאַרלאָרן פון אידישקייט, זיי גייען אויף אַ קרומען וועג וואָס דאָס פירט זיי אַז זיי זאָלן ווערן חס ושלום מנגדים על הוי' ועל תורתו, איז אין אַזאַ צייט, אַ צייט פון אַ שריפה, אַ צייט וואָס אַ אידישער אינגעלע אָדער אַ אידישע מיידעלע קאָנען ווערן חס ושלום פאַרלאָרן פון אידישקייט, אין אַזאַ צייט דאַרף מען ניט גיין צו בית דין און נאָכקוקן אין ספרים צי ער מעג מבטל זיין אַ שעה לערנען צוליב דעם צי ניט, און נאָך אַזעלכע שאלות, וואָרום עס איז אַ סכנה יעדער מינוט אָפּצולייגן, — מען דאַרף טאָן.

אין אַזאַ צייט דאַרף יעדער איד אָנצינדן די קנאות שבנפשו, וואָס דאָס קאָן מען דורך פּנימיות התורה, און אַרויסגיין פון די אייגענע ד' אמות און גיין צו אידן און ריידן מיט זיי בדרכי נועם און מיט רגש'דיקע ווערטער — מען דאַרף ניט אויס'טענה'ן זיך מיט זיי מיט שכל'דיקע ויכוחים, וואָרום בשעת אַ שריפה איז ניטאָ די צייט אויף דעם, און בכלל — ווען עס האַנדלט זיך וועגן פּקוח נפשות נעמט מען ניט יענעם מיט שכל. מען דאַרף ריידן346מיט רגש — נשמה־ווערטער — וואָס דערמיט וועט מען אָנצינדן דעם פייער וואָס ביי זיי, רשפי' רשפּי אש שלהבת י־הכח), און עס וועט זיין ותעצר המגפה.

און דאַן איז מען זוכה אַז פּנחס זה אלי', וואָס ער וועט קומען לפני יום הגדול והנורא, והשיב לב אָבות על בנים וגו'ד), און ער וועט מבשר זיין די גאולה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.

(משיחת י"ב תמוז, תשי"ג)

ו. איינער פון די חדושי ענינים אין פּ' פּנחס, איז דער סדר הנחלה.

דער ענין הקרבנות, אַזוי אויך דער ענין פון ציילן די אידן, איז פאַראַן אויך אין אַנדערע פּרשיות ובארוכה, אָבער דער סדר הנחלה בכלל און סדר נחלת ארץ ישראל בפרט, איז מבואר אין פּרשת פּנחס.

דער סדר הנחלה פון ארץ ישראל איז געווען על פּי גורל, אַך בגורל יחלק את הארץ. אין גמרא און מדרשכח) איז מבואר, אַז עס איז געווען על פּי גורל און אויך על פּי אורים ותומים.

אין פלוג דאַרף מען פאַרשטיין, וויבאַלד אַז דער סדר חלוקת ארץ ישראל אין גשמיות איז וויילע אַזוי איז דער סדר חלוקת ארץ ישראל אין רוחניות, דאָס מיינט אַז דער סדר החלוקה אין עבודהכח) איז על פּי גורל, איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער סדר אין עבודה דאַרף דאָך זיין על פּי שכל, און ניט על פּי גורל וואָס דאָס איז למעלה מטעם ודעת?

אמת טאַקע אַז דער יסוד העבודה איז קבלת עול דוקא, דאָס איז דאָך בלויז דער יסוד העבודה. אָבער דער אָנהויב העבודה, ווען ער דאַרף פאַנאַנדערקלייבן ווי צו טאָן, וואָס מען מעג און וואָס מען טאָר ניט, דאַרף דאָך דאָס זיין על פּי תורה דוקא, וואָס דאָס מוז זיין מיט שכל און השגה, איז פאַרוואָס זאָגט מען אַז די חלוקה, ד. ה. דער פאַנאַנדערקלייבן און פאַנאַנדערטיילן עניני עבודתו ועשיותיו, איז על פּי גורל?

נאָך מער איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס ער זאָגט אך בגורל יחלק את הארץ, וואָס אך איז אַ מיעוט, ד. ה. אַז די חלוקה דאַרף זיין נאָר על פּי גורל, ולכאורה דאַרף עס זיין נאָר על פּי טעם ודעת?

ז. אין אַ מאמר פון רבי'ן דעם צמח צדק37)), אַזוי אויך אין מאמרים פון שפּעטערדיקע רביים, רעדט זיך וועגן דעם ענין „אך בגורל יחלק את הארץ" בנפש ובעבודה. און לויט דעם ביאור דאָרט איז פאַרענטפערט אויך די אויבנדערמאָנטע קשיא;

גורל איז למעלה מטעם ודעת, און חלוקת הארץ מוז זיין נאָר על פּי גורל, וויילע די חלוקה קומט פון אַן ענין שלמעלה מטעם ודעת.

והביאור בזה, ובהקדמה:

הגם אַז יעדער איד איז מחויב אין אַלע מצוות, פונדעסטוועגן זיינען פאַ־347ראַן ביי יעדער אידן ענינים מיוחדים וואָס זיינען שייך צו אים בפרט.

אַזוי ווי ער דערקלערט אין תניא, אין אגרת הקדשכח), דעם ענין וואָס מיר געפינען ביי כמה תנאים ואמוראים, אַז זיינען געווען זהיר טפי (מערער) אין געוויסע מצוות. זיי זיינען געווען זהיר אין אַלע מצוות, אָבער אין געוויסע ענינים זיינען זיי געווען זהיר טפי, וויילע די ענינים זיינען געווען שייך צו זיי בפרט, און דורך די ענינים, איז געווען אויך די המשכה און עלי' פון די איבעריקע מצוות זייערע.

די שייכות פון יעדן איינעם מיט זיינע ספּעציעלע ענינים, איז ניט קיין ענין פון טעם ודעת, וואָס ער פילט מיט זיין שכל אַז ער האָט אַ שייכות ספּעציעל צו די ענינים, נאָר דאָס איז אַן ענין פון למעלה מטעם ודעת, וואָס דאָס איז דער ענין פון גורל.

ח. דערפאַר, ווען איינער זעט אַז אויף אַ געוויסער מצוה האָט ער העלמות והסתרים ביותר, איז דאָס אַ ראי'ח) אַז די מצוה האָט צו אים מערער אַ שייכות. פון דעם גופא וואָס מען שטעלט זיך אַזוי אַנטקעגן, איז אַ ראי' אַז דאָס איז אים מערער נוגע.

אויב אַפילו ער זעט אינגאַנצן ניט מיט זיין שכל די שייכות וואָס ער האָט צו דעם ענין, אדרבה, ער זעט גאָר אַז די מצוה קומט אים אָן שווערער פון אַנדערע, אָדער אַז אין אָט דעם מקצוע בתורה האָט ער ניט קיין געשמאַק און הצלחה — פונדעסטוועגן איז דער ענין, זיין ענין מיוחד וואָס איז שייך צו אים בפרט, און דורך דעם וועט זיין אַן עלי' אין זיין כללות התורה ומצוות, און דערפאַר שטעלט זיך דער יצר הרע אַזוי שטאַרק אַנטקעגן, וויילע דער ענין איז אים נוגע ביותר.

ובמילא דאַרף ער ניט אָפּלאָזן דעם ענין און נעמען זיך צו אַנדערע ענינים, נאָר אדרבה משתדל זיין זיך און טאָן דוקא דעם ענין, וויילע דאָס איז אים נוגע ביותר. און דאָס גופא וואָס ער פאַרשטייט ניט די שייכות, און זעט ניט ווי דאָס איז אים נוגע, דאָס איז איינע פון די העלמות והסתרים.

ט. דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס עס שטייט, אך בגורל יחלק את הארץ, וואָס גורל איז למעלה מטעם ודעת.

אין ארץ ישראל זיינען געווען פאַרשידענע חלקים, הר, שפלה ועמק, שדה לבן, שדה פרדסל) א. א. וו. די חלוקה וואָס איז געווען, אַז דער האָט געהאָט בהר, דער האָט געהאַט בשפלה ועמק, דער האָט געהאַט שדה הפרדס און דער שדה הלבן, איז דאָס געווען לויט דער שייכות הפּרטית פון יעדערן אין ארץ ישראל הרוחנית, וואָס דערפאַר איז אַראָפּגעקומען די חלוקה באופן כזה אין ארץ ישראל הגשמית.

און דאָס איז וואָס אך בגורל יחלק את הארץ, וויילע די שייכות פון יעדערן צו זיין חלק, איז ניט קיין שייכות על פּי טעם ודעת, נאָר דאָס348איז אַן ענין פון למעלה מטעם ודעת, רים וואָס ער האָט אין דעם ענין, וואָס דוגמתו למטה איז דער ענין אדרבה, כנ"ל, וויבאַלד ער זעט אַז

אין דעם שטעלט זיך דער יצר הרע, ניט קוקנדיק אויף די העלמות והסת־

פרשת מטות ומסעי

א. עס שטייט אלה מסעי בני ישר־צו דער ענין פון די מ"ב מסעות אל אשר יצאו מארץ מצרים, מסעי אין דער זאַך פון מרחב?

לשון רבים, ד. ה. אַז עס זיינען גע־

ווען אַ סך מסעות דורך וועלכע די אין מצרים ומרחב זיינען פאַראַן כמה אידן זיינען אַרויס פון מצרים. איז וכמה מדריגות; דאָס וואָס לגבי אַ באַוואוסט אויף דעם די קשיא, די נידעריקערער מדריגה הייסט מרחב, אידן זיינען דאָך אַרויס פון מצרים איז לגבי אַ העכערער מדריגה הייסט מער ניט ווי מיט איין מסע, דער מסע עס נאָך מצרים, ביז מען קומט צו פון רעמסס קיין סוכות (די איבעריקע צום אמת'ן מרחב, צום לעצטן מסע, מסעות זיינען דאָך געווען שוין נאָך על ירדן יריחו, וואָס דאָס גייט אויף דעם ווי די אידן זיינען אַרויס פון משיח'ן דמורח ודאיןא). ביז דעמאָלט, מצרים), היינט פאַרוואָס שטייט מסעי איז הגם אַז לגבי נידעריקער איז

דאָס אַן ענין פון מרחב, אָבער לגבי

אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם העכער איז דאָס מצרים.

ענין פון די מ"ב מסעות וועלכע זיינען

געווען זינט די אידן זיינען אַרויס מ"ב מסעות וועלכע זיינען געווען פון פון מצרים ביז זיי זיינען געקומען מצרים, ביז ארץ טובה ורחבה. מיטן קיין ארץ ישראל, ארץ טובה ורחבה. ערשטן מסע, איז הגם אַז מען איז וואָרום באַלד מיטן ערשטן מסע, ווי שוין אַרויס פון מצרים און אַריין זיי זיינען נאָר אַרויס פון מצרים, — במילא — אין מרחב, איז אָבער לשון מצרים וגבולים, איז דאָס דאָך לגבי אַ העכערער מדריגה איז דאָס שוין מרחב. ווי מען גייט נאָר אַרויס

פון מיצר געפינט מען זיך במילא

במקום המרחב — היינט וואָס גיט פח, ג.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-13kzqjz5

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות