לקוטי שיחות
הוספות - שיחות טו
532ויקהל־פקורי
א. אין תורה בכלל, און אין תורה שבכתב בפרט, איז יעדער וואָרט און אַפילו יעדער אות, אַן אויסגערעכנטער. דערפאַר געפינען מיר אַז אַ סך הלכות ווערן אָפּגעלערנט פון איינצלנע ווערטער אָדער אַפילו איינצלנע אותיות. פונדעסטוועגן געפינען מיר, אַז אין די פּרשיות ויקהל פּקודי, ווערט איבערגע'חזר'ט די גאַנצע אַריכות'דיקע באַשרייבונג פון די כלי המשכן און לבושי כהונה, וועלכע זיינען שוין איינמאָל באַשריבן געוואָרן בפּרטי פּרטיות אין די פּרשיות תרומה און תצוה.
אין פלוג האָט מען דאָך געקענט שרייבן בקיצור, אַז די אידן האָבן געמאַכט די כלי המשכן און בגדי כהונה ווי ג־ט האָט געהייסן משה'ן, און אַזוי אַרום פאַרשפּאָרן צענדליקער פּסוקים אין דער תורה.
ב. דער תירוץ אויף דערויף איז על דרך ווי דער תירוץ וואָס ווערט געגעבן אויף אַן ענלעכער קשיא, פאַרוואָס זיינען איבערגע'חזר'ט געוואָרן די קרבנות פון די נשיאים אין פּרשה נשא, צוועלף מאָל, וואָס533דער תירוץ אויף דערויף איז, אַז ביי די קרבנות פון די נשיאים האָט יעדער נשיא אויפגעטאָן אַנדערע זאַכן, לויט ווי דאָס ווערט מרומז אין מדרש פּרשת נשא2)).
ג. על דרך זה קען מען פאַרענטפערן די קשיא בנוגע די סדרות ויקהל פּקודי:
ווען די כלי המשכן און לבושי כהונה זיינען צוערשט געגעבן געוואָרן (תרומה תצוה) איז דאָס געווען: א) פון אויבערשטן אַליין. ב) צו משה רבינו, וואָס לא קם כמוהו. ג) ווען משה רבינו איז געווען אויפן באַרג סיני, ווען ער איז געשטאַנען אויף אַ מדרגה שלא בערך העכער ווי ווען ער איז געווען למטה, ווייל דאָרטן איז דאָך לחם לא אכל ומים לא שתה, מה שאין כן די כלי המקדש און לבושי כהונה ווי זיי ווערן באַשריבן אין ויקהל פּקודי, זיינען זיי ווי זיי זיינען געמאַכט געוואָרן; א) דורך אידן. ב) דאָ למטה. ג) פון זהב וכסף ונחשת וכו' גשמיים.
פּונדעסטוועגן, ניט געקוקט אויף דעם גרויסן אונטערשייד פון דעם
„בכוח" און דעם „בפּועל", איז ווען האָט זיך אויסגעפירט דער תכלית הרצון פון אויבערשטן און ווען איז מקוים געוואָרן זיין הבטחה פון ושכנתי בתוכם — דוקא אין גשמיות'דיקן משכן פון ויקהל פּקודי, און ניט אין רוחניות'דיקן משכן פון דעם „הראת בהר".
ד. דער מוסר השכל פאַר אונז איז, אַז מ'זאָל ביי זיך ניט זיין אַראָפּגעפאַלן, טראַכטנדיק, ווי קומען מיר צו טאָן אַ זאַך פון רצון העליון און מכוון זיין די כוונה עליונה, בשעת יעדער פון אונז ווייס אין וואָס פאַר אַ מצב ומעמד ער שטייט, און בכללות געפינען מיר זיך אין דעם חושך כפול ומכופּל פון דעם גלות המר, אָבער, אף על פּי כן איז דער אויבערשטער מבטיח, אַז אויב מ'איז נאָר אַ נדיב לב, דאָס הייסט, אַז מ'טוט אַ זאַך מיט אַ אידישער און חסידישער וואַרעמקייט און האַרציקייט, איז דאַן דאָ דער ושכנתי בתוכם, און דער אויבערשטער העלפט אויספירן און מכוון זיין צו דער כוונה עליונה.