English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ז

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

666ש מ ות

ב"ה, ז' טבת, ה'תשי"ז

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

. . . פאררופנדיק זיך אויף דעם באקאנטן וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן־ערוך, דער באגרינדער פון תורת חסידות חב"ד, אַז „א איד דארף לעבן מיט דער צייט" — מיט דער צייט און מיט דעם גייסט פון דער סדרה פון דער וואָך, וויל איך אין קורצן זיך אָפּשטעלן אויף דער ערשטער פּרשה; ואלה שמות בני ישראל, וואָס דאָס איז די תורה־צייט ווען די חגיגה קומט פאַר.

אין דער דאזיקער ערשטער גלות־פרשה ווערט דערציילט ווי אַזוי אַ הייפעלע אידן, זיבעציג נפשות, אין אַ פרעמד לאנד, צווישן אַ גרויסן און מעכטיקן פרעמדן פאָלק אין מצרים, האָט זיך גאָר ניט פארלארן, גאָר ניט נתפעל געווארען; די ערשטע אידן אין דעם ערשטן גלות האבן פארשטאנען, אַז דער סוד פון זייער עקזיסטענץ איז אין זייער אנדערשקייט, אידענטיטעט און זעלבסטשטענדיקייט, וואָס זיי האָבן אפגעהיט שטרענג און אן־פשרות'דיק, און ווי חכמינו זכרונם לברכה דערקלערן, אַז אין זכות פון דעם וואָס זיי האָבן ניט געענדערט זייערע נעמען און זייערע מנהגים (שלא שינו את שמם כו') זיינען זיי אויסגעלייזט געוואָרען פון גלות. ניט נאָר האָט דער דאזיקער אידישער באוואוסטזיין פארהיט זיי פון פרעה און די מצריים, נאָר עס איז געווען כן ירבה וכן יפרוץ, זיי האָבן זיך פארמערט אין צאל און זיינען געוואָרען שטאַרקער אין גייסט, ביז זיי האָבן זוכה געווען צו דער גאולה און צו קבלת התורה, וואָס האָט ליכטיק געמאכט די גאַנצע וועלט און פארפאלקאמט דעם תכלית פון וועלט־באשא

אין דער דאזיקער פרשה פון תורתנו הקדושה, תורת חיים, געפינט זיך די פונדאמענטאלע לערע פאַר אַלע אידן אין אַלע צייטן און אין אַלע דורות פון גלות, בפרט פאַר אונזער דור, ווען דער גלות האָט אנגענומען די שארפסטע פאָרמען פון ליידן און פאַרניכטונג ח"ו, פיזישע און גייסטיקע. אומעטום זיינען אידן אַ קליינע מינאריטעט ארומגערינגלט פון אַ פרעמדער און פיינטלעכער וועלט, אַ וועלט וואו די עלעמענטארסטע מענטשלעכע רעכט און מאראל איז פולשטענדיק אונטערגראבן, וואו ליכטיקייט איז פארטוישט מיט פינסטערניש און פינסטערניש מיט ליכטיקייט, אַ וועלט וואָס לעבט אין שרעק פון אטאמישער זעלבסטפארניכטונג ר"ל.

666אין דער דאזיקער צייט פון פינסטערן גלות מוזן מיר אידן געדיינקען די אָנווייזונגען פון דער ־טלעכער תורה, תורת חיים, אַז בלויז דורך אונזער אנדערשקייט און גייסטיקער זעלבסטשטענדיקייט וואָס שטיצט זיך אויף דער תורה און מצות, בלויז דורך אַן אומפשרות'דיקן תורה־טרייען חינוך, קענען מיר פארזיכערן דעם קיום פון אונזער פאָלק, סיי גייסטיק סיי פיזיש . . .

בכבוד ובברכת כל טוב

ב"ה, ח"י טבת תשכ"א

ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

מאשר הנני קבלת מכתבו,

וע"פ פרשת שבוע זה, כתורת רבנו הזקן (תורת מורנו הבעש"ט) בהענין של; א) וירא (ואתגלי) מלאך ה'. ב) בלבת אש. ג) מתוך הסנה —

יהי רצון שיבשר טוב בהפעולות אודותם כותב, אשר נקודתם הפנימית היא, התאחדות שני הענינים, לבת אש, רשפי' רשפי אש שלהבת י"ה (תפלה וכיו"ב — שתוכנה עלי' מלמטה למעלה, כענין האש), וירא התגלות למטה (תורה ומצותי' — שתוכנה, בכללות מלמעלה למטה).

ויהי' זה מתוך הסנה, עולם הזה, מקום צר, צרה — לעשות מצרה צהר ע"י אור התורה והמצות.

בברכה לבשו"ט בכל האמור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-5nhhq4v4

עותקים

פעילות אחרונה

#111 Likkutei Sichos vol 2: machine reading · אושרה

מקורות