לקוטי שיחות
הוספות - שיחות יז
539חג ה־הפסח
עס זיינען פאַראַן די סימנים פון קדש ורחץ, וואָס כפּשוטו איז דאָס צו פאַרלייכטערן מען זאָל געדענקען וואָס מען דאַרף טאָן. אָבער פונדעסטוועגן זעט מען דאָך אַז ס'איז דאָ עפּעס אַן ענין אין דעם, וואָרום אין די סימנים איז פאַראַן כמה נוסחאות, און דער אַלטער רבי אין סדור איז מעתיק דעם נוסח דוקא ווי עס שטייט בפּרי עץ חיים) ובסדור האריז"ל, וואָרום דער נוסח איז מתאים לפי אמיתת הענין.
אין דעם סימן (לפי נוסח רבנו הזקן) זיינען פאַראַן פופצן ווערטער, אויסער דעם וואָרט נרצה.
— דער וואָהט נרצה רעכנט זיך ניט, ווייל דאָס איז דאָך ניט קיין ענין פון עבודה, נאָר דאָס איז אַ הבטחה, אַז בשעת ער טוט אָפּ די אַלע פופצן ענינים, איז ער מובטח מלמעלה למטה אַז — נרצה. וואָס דערפאַר איז דאָך דער וואָרט נרצה ווייזט ניט אָן אַ געוויסן ענין וואָס דער אָדם דאַרף טאָן, אַזוי ווי די פריערדיקע סימנים. נמצא אַז אין דעם ענין העבודה זיינען פאַראַן פופצן ווערטער —
וואָס דאָס איז בגימטריא י־ה שבשם הוי'. ד־ה הוא בחינת חכמה ובינה,
1) שער חהמ"צ סו"ז.
וואָס דאָס איז מוחין. און אַזוי ווי אין די ספירות העליונות איז דאָס בחינת מוחין, אַזוי איז אויך בעבודת האדם, מיינט דאָס עבודת המוחין.
וואָס כאָטש אַז פּסח איז דער ענין פון אמונה וקבלת עול, אָבער פונדעסטוועגן מאָנט דאָך תורת החסידות, אַז אַלצדינג זאָל זיין בהבנה והשגה דוקא, און אַפילו די ענינים שלמעלה מן הדעת וואָס מען קען זיי ניט נעמען מיט טעם ודעת נאָר מיט קבלת עול דוקא, אויך דאָס מאָנט חסידות זאָל מען פאַרשטיין מיט שכל, ווי מיט שכל קען מען עס ניט נעמען, און מען מוז דאָס נעמען למעלה מטעם ודעת.
דאָס הייסט אַז הגם טאַקע עס איז קבלת עול, אָבער דאָס גופא דאַרף זיך דערהערן דורך השגה, ה, וואָס יו"ד איז חכמה און אין אים איז פאַראַן אויך דער קוצו של יו"ד, ווי דער רבי זאָגט אין די מאמרים)), אַז אין קטנות אבא שטייט גדלות אבא.
מען האָט פריער גערעדט אַז דאָס וואָס ביי איינעם הייסט עשירות קען ביי אַ צווייטן הייסן עניות, וואָס דאָס איז דער ענין פון בכל מאדך, מאד שלך. דערמיט וועט מען פאַר־540שטיין די מעשה ברבי אליעזר כו' עד שבאו תלמידיהם ואמרו להם, רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית.
וואָס דאָ איז מוקשה, די אַלע וואָס ער רעכנט דאָ זיי אויס, פון רבי אליעזר ביז רבי טרפון זיינען זיי אַלע געווען נשמות גבוהות און געפיהט זיך דאָ למטה אַזוי ווי למעלה, איז בשעת אַז הגיע זמן ק"ש של שחרית, האָט זיך געדאַרפט פילן ביי זיי אַז ס'איז די צייט פון ק"ש, איז צוליב וואָס האָט געדאַרפט זיין עד שבאו תלמידיהם?
וביותר יוקשה, ווי ס'איז פאַראַן דער פּירוש אין חסידות, אַז מספּרים איז מלשון אבן ספּיר, אַז דורך זייער סיפּור ביציאת מצרים האָבן זיי ליכטיק געמאַכט, וואָס מצד דעם, האָבן תלמידיהם דערפילט אַז ס'איז שוין שחרית, היינט לפי זה יוקשה ביותר, אויב דאָס האָט גע'פּועל'ט אויף תלמידיהם, איז ביי זיי אַליין האָט אודאי געדאַרפט ווערן ליכטיק?
ג. ועל פּי דנ"ל יובן. וואָרום זייערע כלים זיינען געווען אַ סך גרעסערע פון די כלים פון זייערע תלמידים, און דער אור וואָס זיי האָבן ממשיך געווען דורכן סיפּור ביציאת מצרים, איז לגבי תלמידיהם, האָט עס שוין געהייסן שחרית, ליכטיק, וויילע זייערע כלים זיינען געווען פול מיט אור. מה שאין כן לגבי זייערע כלים, איז נאָך ניט געווען גענוג אור, זיי האָבן ערשט געהאַלטן ביי יציאת מצרים, אַרויסגיין פון מצרים וגבולים.
אָבער פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז זיי האָבן גע'פּועל'ט אין זייערע תלמידים אַז ס'איז געוואָרן ביי זיי ליכטיק, איז בשעת מען פּועל'ט אור אין אַ צווייטן אידן, פּועל'ט דאָס אויף זיך, וואָס דאָס איז באו תלמידיהם ואמרו להם רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, איר זאָלט וויסן אַז ביי אונז איז געוואָרן ליכטיק, ובמילא, אַפילו אויב מצד אייערע מדריגות האַלט איר ערשט ביי יציאת מצרים, אָבער דורך דעם וואָס איר האָט גע'פּועל'ט אור אין אונז, קענט איר אויך לייענען קריאת שמע של שחרית.
און דאָס איז אַ הוראה פאַר יעדן איינעם אַז מען דאַרף טאָן מיטן זולת, אַרויסנעמען יענעם פון זיינע מצרים. הגם אַז ידע בנפשי' אַז ער אַליין שטייט אין מצרים, קומט צוגיין דער „קלוגינקער" און זאָגט דו האָסט גענוג דיינע אייגענע מצרים, דאַרף מען וויסן אַז דער אמת איז ניט אַזוי, דורך דעם וואָס מען העלפּט אַ צווייטן אידן, גייט מען אַרויס אויך פון די אייגענע מצרים.
ד. וירד מצרימה אנוס על פּי הדבור.
אויף דעם ויגר שם מלמד שלא ירד כו' אלא לגור, ברענגט דער בעל הגדה אַ ראי' שנאמר וכו', אָבער אויף דעם וואָס ער זאָגט פריעו וירד מצרימה אָנוס על פּי הדיבור ברענגט ער ניט קיין ראיות.
משמע דערפון, אַז דאָס איז אַ דבר פּשוט ביותר, אַז מען דאַרף גאָר אויף דעם קיין ראיות ניט.
בכדי דאָס צו פאַרשטיין, דאַרף מען מקדים זיין: וואָס איז די כוונה פון דעם סיפּור, אַז ירידת יעקב541למצרים איז געווען באונס על פּי הדיבור. אין פלוג מאי דהוה הוה, צוליב וואָס דערציילט מען דאָס אונז און וואָס איז די הוראה פון דעם לעבודתינו עתה?
אַז מען טראַכט זיך אַריין אין דעם איצטיקן מעמד ומצב, אַז מען געפינט זיך אין אַ חושך כפול ומכופּל, קען מען דאָך אַריינפאַלן אין אַ יאוש און טראַכטן, ווי וועט מען גאָר קומען צו דער גאולה, ובפרט ווי חסידות איז מבאר דעם עילוי פון ימות המשיח והגאולה — איז ווי וועט מען קומען דערצו פון איצטיקן חושך הגלות.
אָבער דער אמת איז, אַז טיפער אַריינטראַכטנדיק אין דעם ענין, דאַרף גאָר ווערן די קשיא, ניט ווי וועט מען קומען צו דער גאולה, נאָר אדרבה, ווי אַזוי קען גאָר זיין אַ גלות.
ו. עס איז דאָך בנים אתם להוי' אלקיכם)), און ווי עס איז מבואר אין תניא*) באריכות, כמשל הבן הנמשך ממוח האב.
און באמת איז דאָך אין המשל דומה לנמשל, וואָרום דער בן הגם ער איז נמשך ממוח האב, אָבער שפּעטער ווערט ער אַ מציאות לעצ־
מו. עס איז דאָך בלויז ברא כרעא דאבוה)), און ער איז ניט מחוייב למסור נפשו בעד אביו, חייך קודמין,
ווייל ער איז אַ מציאות לעצמו, מה
שאין כן אין נמשל, זיינען דאָך נשמות ישראל אַלעמאָל מיוחד מיטן אויבערשטן, אַז זיי זיינען איין זאַך.
במילא אַז אידן געפינען זיך אין גלות, איז דאָך דער אויבערשטער כביכול אויך אין גלות, כמאמר גלו לבבל שכינה עמהםז).
איז דאָך באמת ניט פאַרשטאַנדיק, ווי איז דאָס מעגלעך אַז די אידן צוזאַמען מיט דעם אויבערשטן זאָלן זיך געפינען אין גלות, און אויב זיי געפינען זיך יאָ אין גלות — האָט דאָך דער גלות געדאַרפט נתבטל ווערן, דורך דעם וואָס דאָהטן געפינען זיך די אידן מיטן אויבערשטן?
ז. די קשיא איז מצד צוויי ענינים;
א) אויף דעם אויבערשטן, און אויך אויף אידן, — ווי איז שייך אויף זיי גלות?
ב) מצד דעם גלות. דער גלות איז דאָך הגבלה, וואָס דערפאַר ווערט דאָס אָנגערופן מצרים)), מצרים וגבולים, דער אויבערשטער מיט אידן זיינען דאָך בלי גבול, היינט ווי קען גבול מקבל זיין אין זיך אַן ענין פון בלי גבול?
מען קען ניט אַריינשטעלן פּילא בקופּא דמחטא אפילו בחלום), הגם ביידע זיינען מוגבלים, פונדעסטוועגן קען דער גבול פון קופּא דמחטא
ניט אַרייננעמען אַ גרעסערן גבול פון דעם פּילא, מכל שכן אַז דער גבול
פון גלות דאַרף אין זיך ניט קענען542אַריינעמען דעם בלי גבול פון אויבערשטן און אידן.
וממה נפשך, אויב דער אויבערשטער כביכול און אידן געפינען זיך יאָ אין גלות, האָט געדאַרפט נתבטל ווערן מציאות הגלות.
ומה דאָך בשעת מחנה סנחרב האָט געהערט שירת המלאכים, וואָס מלאכים זיינען נידעריקער פון נשמות כידועי), זיינען זיי נתבטל געוואָרן ממציאותםיא), מכל שכן בשעת עס געפינען זיך נשמות ישראל וואָס זיינען איין זאַך מיטן אויבערשטן, האָבן דאָך געדאַרפט נתבטל ווערן אַלע הגבלות פון גלות.
ח. דער איינציקער תירוץ אויף דעם; דער אויבערשטער איז אַ כל יכול, און פאַר אים איז ניטאָ קיינע הגבלות און קיינע קשיות, ברצונו האָט ער אויפגעמאַכט דעם גלות און אַריינגעשטעלט זיך אַליין כביכול אין אים, און באופן אַז דער גלות, הגם ער איז ניט קיין כלי צו דעם וואָס עס געפינט זיך אין אים, בלייבט דאָך במציאותו.
אַז מען טראַכט זיך אַריין אין דעם, איז דאָך ניטאָ קיין קלער ווי וועט מען קומען צו דער גאולה. וואָרום באמת איז דאָך אדרבה דער גאַנצער ענין הגלות האָט ניט קיין אָהט אין שכל והשגה, עס איז מער ניט ווייל כך עלה ברצונו יתברך, מצד אַ געוויסער כוונה, איז בשעת אַז די כוונה וועט זיך אויספירן און נשלם ווערן, וועט דאָך קומען די גאולה בדרך מאליו וממילא.
ט. און דאָס זאָגט דער בעל הגדה; וירד מצרימה אָנוס על פּי הדיבור. דאָס וואָס יעקב אָבינו ירד אין גלות מצרים, האָט דאָס גאָר קיין אָרט ניט אין שכל, עס איז נאָר אָנוס על פּי הדיבור, און פאַר דעם דיבור שלמעלה איז ניטאָ קיינע הגבלות, וואָרום ער איז אַ כל יכול.
און דאָס איז אַזאַ דבר פּשוט, אַז ווען ניט על פּי הדיבור האָט דער גאַנצער ענין הגלות קיין אָרט ניט, אַז מען דאַרף גאָר קיין ראיות ניט ברענגען אויף דעם.
און דאָס איז אַ הוראה אויך צו אונז בימינו אלה, אַז מען האָט ניט וואָס אַריינצופאַלן אין יאוש ח"ו, ווייל באמת מצד מהות מעלת נשמות ישראל קענען זיי אויך איצטער ניט זיין אין גלות, וכנ"ל, מער ניט וואָס בכדי להשלים כוונת עבודת הבירורים איז וירד יעקב מצרימה, אָנוס על פּי הדיבור.
מצד דעם אַריכות הענינים אין דער הגדה קען זיך דאָך פאַרלירן די נקודה, דערפאַר, בשעת מען האַלט שוין ביים סיום פון מגיד, זאָגט מען, וואָס איז די נקודה פון דער גאַנצער הגדה; פּסח מצה ומרור.
די ענינים פון פּסח מצה ומרור טיילן זיך פאַנאַנדער: מצה איז מדאורייתאיב), מרור — בזמן הזה — איז מדרבנןיח), און פּסח איז דאָ מער ניט ווי אַ זכר, אַ זכר אויפן זמן הבית און אַ הכנה צו דער גאולה העתידה.
543יא. דער ענין פון די דריי נקודות אין עבודה איז;
מצה וואָס איז מדאורייתא, מיינט דעם קיום פון דברים המחוייבים, ד. ה. אַלע ענינים וועלכע שטייען אין שולחן ערוך1 דאורייתא ודרבנן, אַלץ וואָס מען האָט מתקן געווען ביז די אחרונים. בקצרה, אַלע זאַכן וואָס מען איז מחוייב צו טאָן, וואָס דאָס אַלץ גייט אַריין אין ציווי מן התורה לא תסורכח).
מרור וואָס איז מדרבנן, מיינט דעם ענין פון אייגענע חומרות, גדרים וסייגים, וואָס ידע אינש בנפשי' אַז ער דאַרף טאָן די חומרות והידורים, בכדי ער זאָל ניט צוקומען, ח"ו, צו אַן איסור שמדאורייתא ודרבנן — עשו משמרת למשמרתייד).
זכר לפּסח, מיינט אַז ניט נאָר וואָס מען מוז מקיים זיין וואָס עס שטייט אין שולחן ערוך, און ניט נאָר וואָס מען דאַרף מהדר זיין אין דעם ולעשות סייג, נאָר אויך אַפילו עניני ודברי רשות לגמרי, דאַרף מען אויך דערפון מאַכן כלים צו אלקות.
יב. עס איז דאָך פאַראַן דער וואָרטי) פון רבי'ן, כ"ק מו"ח אדמו"ר נ"ע, אַז דערפאַר זאָגן מיר ניט — לפי נוסח חב"ד — חסל סידור פּסח, ווייל חג הפּסח ווערט נמשך שטענדיק.
דערפאַר איז בסיום ההגדה, זאָגט מען דעם סך הכל פון דער גאַנצער הגדה, די נקודות העיקריות פון דער עבודה וואָס מען דאַרף מיטנעמען אויפן גאַנצן יאָר, און דאָס זיינען;
מצה — טאָן וואָס מען איז מחוייב צו טאָן, מרור — באַוואָרענען דאָס און מהדר זיין אין דעם, פּסח — מאַכן אויך פון דברי הרשות כלים צו אלקות, בכל דרכיך דעהוי),
וואָס דאָס איז די הכנה צו דער גאולה העתידה, אַז אויך אין גשמיות וועט זיך הערן ג־טלעכקייט כמו שכתוביז) וראו כל בשר, אַז אויך דער בשר הגשמי וועט זען, כי פּי הוי' דיבר.
אַמאָל בעת אָפּריכטן דעם סדר האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר דערציילטכח), אַז זיין פאָטער, דער רבי נ"ע, האָט אין אָנהויב הגדה, אין דער פּיסקא הא לחמא עניא, דעם ערשטן לשנה הבאה (בארעא דישראל) געזאָגט דעם וואָרט הבאה, מלעיל, און דעם צווייטן לשנה הבאה (בני חורין) מלרע, אָבער אין דעם לשנה הבאה בירושלים איז ניטאָ קיין דיוקים פון מלעיל מיט מלרע, וואָרום דאָ איז דער עיקר אַז לשנה הבאה בירושלים. דאָס הייסט אַז עס דאַרף זיך ניט אָנהויבן לשנה הבאה, עס דאַרף זיך אָנהויבן איצטער, ובמילא וועט זיין לשנה הבאה בירושלים. און דער אויבערשטער זאָל געבן אַז דאָס זאָל זיין בקרוב בעגלא דידן, ולמטה מעשרה טפחים, זאָל מען פּראַווען פּסח אין ירושלים צוזאַמען מיט משיח צדקנו.
544יד. צו דעם ענין וואָס רעדט זיך אין מכתב כללי) אַז יעדן * טאָג דאַרף אַ איד איבערלעבן און דורכמאַכן יציאת מצרים (ווייל די „יציאת מצרים" פון נעכטן איז ניט גענוג פאַר זיין מצב און דרגה (שטופע) היינט, און די „יציאת מצרים" פון היינט וועט ניט זיין גענוג פאַר מאָרגן) — איז פאַראַן אַ הוספה
מצוות ווערן אָנגערופן לבושים, וכמאמר רז"ליט) על פּסוק וידעו כי ערומים הם, מצוה אחת שהיתה בידן נתערטלו הימנה.
אַ משל פון תורה איז מתאים בכל הפּרטיםכ).
אין לבושים זעען מיר, אַז ווען אַ מענטש ווערט דערוואַקסן, ווערט גרעסער, דאַרף ער זיי בייטן. אויב ער פאַרבלייבט אין די לבושים וועלכע ער האָט געטראָגן פריער, איז ניט קוקענדיק אויף דעם וואָס פריער האָבן זיי אים צוגעגעבן כבוד, כמאמר רז"לכא) ר' יוחנן קרי למאני' מכבדותי, איז היינט אָבער, ניט נאָר וואָס זיי זיינען אים ניט מכבד נאָר אדרבה, מען וועט נאָך פון אים לאַכן וואָס אַ דערוואַקסענער מענטש טוט זיך אָן אין קינדערשע לבושים.
בנוגע מצוות, וואָס זיינען לבושים
רוחניים. וואָס דער מענטש וואַקסט
און ווערט גייסטיק גרעסער, דאַרף
ער פאַרגרעסערן זיינע לבושים — מצוות. די „מאָס" מצוות וועלכע ער האָט מקיים געווען פריער, איז ניט גענוג צוגעפּאַסט צו זיין איצטיקן מצב.
טו. אַ איד האַלט אין איין וואַקסן, וואָרום יעדן טאָג איז ער דאָך מקיים מצוות, וואָס דורך יעדער מצוה ווערט ער העכער, הייליקער. און, באמת, איז דאָס אַן אומבאַגרענעצטע עלי', ווייל אַ מצוה (לשון צוותאכב)) פאַרבינדט דאָך דעם אידן מיט דעם אויבערשטן, וואָס ער יתברך איז דאָך בלי גבול.
און דערפאַר קען ער זיך ניט באַנוגענען מיט דער מאָס מצוות וועלכע ער האָט געטאָן נעכטן, וואָרום אַפילו אויב נעכטן איז דאָס געווען פאַר אים גענוג און עס האָט געהייסן יציאת מצרים, איז עס אָבער פאַר זיין היינטיקן מצב נאָך אַלץ — מצרים.
והדברים קל וחומר; מה דאָך אין לבושים גשמיים, וואָס דער גאַנצער אונטערשייד פון אַ קינד צו אַ דערוואַקסענעם, און אַפילו פון אַ תינוק בן יומו צו אַ זקן בן שבעים שנה, איז דאָך אַ באַגרענעצטער, פונדעסטוועגן דאַרף מען די לבושים בייטן, היינט ברוחניות, וואָס דורך אַ מצוה קען ווערן אַ שינוי ממהות למהות — מרשע גמור לבינוני, לצדיק וכו', אַן אומבאַגרענעצטע עלי', על אַחת
כמה וכמה.
טז. אויף חודש ניסן שטייטכח),
החודש הזה לכם ראש חדשים, וואָס
דער עיקר פון ניסן איז חג הפּסח,
דאָס הייסט אַז פּסח איז דער ראש545השנה וואָס פון אים ווערט נמשך בעל כל השנה, אויך אויף ראש השנה אַ שבתשרי.
און דאָס איז דער טעם וואָס דעם ב ערשטן טאָג פּסח בענטשט מען טל.
הגם אַז בקשה אויף טל איז גאָר ן שייך צו ווינטער, וואָס דעמאָלט זאָגט מען ותן טל ומטר לברכה,
פונדעסטוועגן בענטשט מען טל בפּסח,
די נפקא מינה פון ר"ה שבתשרי
ביז ר"ה שבניסן איז24)), אַז דער
איז שייך צו עולם, ד. ה. וואָס ס'איז בהגבלה לפי אופן העולם, ובמילא ווערט עס נתעורר דורך אתערו־
אויף די ענינים פון נסים, המשכת
וגילוי אלקות וואָס ס'איז העכער פון
עולם, ענינים פון בלי גבול, ובמילא
קען דאָס ניט מכריח זיין קיין אתערו־
תא דלתתא, נאָר ס'איז אַן אתערותא
דלעילא מצד עצמו.
ועל פּי זה יבואר פאַרוואָס דוקא
פּסח בענטשט מען טל, ווי עס איז
ידוע דער חילוק פון טל און מטר,
אַז מטר איז אַן ענין וואָס עס ווערט
שאין כן טל איז באתערותא דלעילא
מצד עצמו, וואָס דערפאַר איז טל
לא מיעצרכא), דערפאַר איז בתשרי
24) זע אויך לקו"ש ח"א ע' 233 און
ווייטער.
25) תענית נ, א. בענטשט מען גשם, וואָרום דעמאָלט
איז די המשכה אויף ענינים וואָס
זיינען שייך צו עולם, און בניסן
בענטשט מען טל, וואָס טל לא מיעצר.
אדמו"ר הצמח צדק, וועגן דעם יום
טוב שביעי ואחרון של פּסח, וואָס
הפכיים; פון איין זייט איז דאָס
דער איינציקער יום טוב וואָס מען
מאַכט ניט קיין שהחיינו, ולאידך גיסא איז די שמחה בשביעי של פּסח ואחרון של פּסח גרעסער פון אַ גאַנץ פּסח. האָט כ"ק אדמו"ר הצ"צ געענטפערט: דאָס וואָס אידן פּראַווען די ערשטע טעג יום טוב פּסח איז דאָס צוליב דעם וואָס דער אויבערשטער האָט גואל געווען אידן פון מצרים, און דאָס וואָס אידן פּראַווען די לעצטע טעג פּסח איז דאָס מצד דער גאולה העתידה לבוא, וואָרום אַחרון של פּסח איז פאַרבונדן מיט
דער גאולה העתידה.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין
וואָס דער בעל שם טוב פלעגט עסן
באחרון של פּסח אַ סעודה שלישית
און פלעגט עס רופן סעודת משיח *כח).
הפטורה רעדט עס וועגן משיח'ן, איז
ניט קיין טעם אויף קובע זיין אַ
אַז די הפטורה איז דאָך אינדערפרי,
פאַר סעודת יום טוב, נאָר מען דאַרף
זאָגן, אַז ביידע ענינים, סיי וואָס
מען איז מפטיר וועגן משיח'ן און
סיי די סעודה המיוחדת קומען פון
איין סיבה וענין.
258) זע היום יום, כב ניסן.
546ווייל אין פּנימיות הענין איז אחרון של פּסח פאַרבונדן מיט משיח'ן, און דערפאַר איז דער בעש"ט, וואָס ער האָט מגלה געווען רזי דאורייתא ורזין דרזין, האָט ער קובע געווען באחרון של פּסח, משיח'ס סעודה.
מצד דעם וואָס אחש"פּ איז פאַרבונדן מיט משיח'ן, איז דערפאַר רוב מאמרי חסידות וואָס די רביים האָבן געזאָגט אחש"פּ, ריידן זיך וועגן משיח'ן.
יח. און דאָס האָט געענטפערט כ"ק אדמו"ר הצ"צ, אַז שביעי של פּסח ואחש"פּ איז אַ שמחה גדולה, נאָר קיין שהחיינו מאַכט מען ניט, ווייל שהחיינו קען מען נאָר מאַכן אויף אַ שמחה נרגשת בבשר הלב, וואָס דאָס קען זיין נאָר בשעת מען זעט עס בעיני בשר, און וויבאַלד אַז די שמחה איז אויף גאולה העתידה, וואָס דערווייל איז זי נאָך ניט נראה, קען מען ניט מאַכן קיין שהחיינו, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס אַ שמחה גדולה ביותר, מצד דעם גודל מעלה פון גאולה דלעתיד, וואָס זי איז אַ גאולה שלימה ואמיתית.
יט. פּסח איז דאָך אַ הכנה צו שבועות, ווי עס שטייטכ) בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, אַז יציאת מצרים איז אַ הכנה צו מתן תורה, און דערפאַר איז פאַראַן כמה ענינים וואָס פּסח און שבועות זיינען בדומה זה לזה.
איינע פון די ענינים איז, וואָס סיי ביי פּסח און סיי ביי שבועות, ווערט אונטערגעשטראָכן די מעלה פון נשי ישראל. אויף פּסח שטייט 37)) בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים, און ביי מתן תורה שטייטכח), כה תאמר לבית יעקב אלו הנשים, און ערשט שפּעטער ותגד לבני ישראל.
תאמר מיינט בלשון רכה און תגד מיינט דברים קשים כגידין. ווען קען מען ריידן מיט אנשים דברים קשים כגידין, בשעת מען איז פריער באַוואָרנט מיט די נשים, דורך דעם וואָס מען האָט גערעדט צו זיי בלשון רכה און ביי זיי האָט זיך דער ענין צוגענומען, דעמאָלט קען מען ריידן מיט די אַנשים דברים הקשים כגידין.
כ. אַ אידישע פרוי דאַרף וויסן אַז זי איז די עקרת הבית און די אויפפירונג פון הויז ווענדט זיך אין איר. ניט נאָר די אויפפירונג פון די קינדער, וואָס דאָס איז אַודאי אָפּהענגיק פון איר, וואָרום ביי איר ליגט דער הויז חינוך אין די הענט, נאָר אויך די אויפפירונג פון מאַן און פון דער הויז בכלל ווענדט זיך אין איר.
ובמילא, אויב זי וויל האָבן דעם תואר וואָס תורה גיט איר, עקרת הבית, און ניט פאַרקערט חס ושלום, דאַרף זי טאָן אין דעם אַז די הויז זאָל זיין אַ אידישע הויז. מען רעדט ניט נאָר וועגן ענינים פון שבת, כשרות, טהרה והדומה, וועגן דעם איז אָפּגערעדט, נאָר מען מיינט אַז אויך אין וואָכעדיקע טעג, אין טאָג טעגלעכן לעבן, דאַרף די הויז זיין547אַ אידישע הויז און אַ חסידישע הויז.
בשעת מען קומט אַריין אין שטוב דאַרף מען פילן אַז מען איז אַריינגעקומען אין אַ חסידישער שטוב, און בשעת מענטשן גייען אַרויס פון הויז דאַרפן זיי פילן אַז זיי זיינען אַרויס פון אַ חסידישער הויז, און דאָס איז תלוי אין די נשי ובנות ישראל.
און בשעת די פרוי טוט דאָס, דעמאָלט איז זי די אמת'ע עקרת הבית, וואָס מצד דעם ווערט נמשך די השפּעה בגשמיות, בבני חיי ומזוני רויחא.
כא. עס שטייט אין חסידות, אַז בחדשי הקיץ איז גרינגער צו דינען דעם אויבערשטן מער ווי בחדשי החורף.
דער טעם כפּשוטו אויף דעם איז; יעדער יום טוב טוט דאָך עפּעס אויף, ווי מען האָט דאָס געזען בזמן הבית, וואָס שלש פּעמים בשנה יראה, וכשם שבא ליראות כך בא לראותכח), אַז מען האָט געזען גילוי אלקות, וואָס דערמיט האָט מען געלעבט ביז דעם צווייטן יו"ט, און על דרך זה איז אויך דער ענין בזמן הגלות.
איז וויבאַלד אַז זומער זיינען די ימים טובים נענטער איינער צום צווייטן, ובמילא איז דאָך די הארה אַ שטאַרקערע, במילא איז דעמאָלט גרינגער צו דינען דעם אויבערשטן.
חדשי הקיץ גייען לויטן סדר פון חודש ניסן, המשכה מלמעלה למטה, וואָס דאָס איז דער חילוק פון תשרי מיט ניסן, וואָס תשרי איז חודש התשובה, חודש השופר ווי דער מדרש זאָגט80)) שפּרו מעשיכם און דורך דעם איז תשרי ותשבוק לכל חוביהון, און ניסן איז נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה, מלמעלה למטה.
איז הגם אַז ס'איז פאַראַן אַ מעלה אין סדר פון מלמטה למעלה, וואָס דורך דעם איז ער מער כלי צום אור און ס'איז מער בהתיישבות, אָבער פונדעסטוועגן איז בדרך מלמעלה למטה פאָרט אַ גרעסערער אור, איז דער גילוי אור פּועל'ט אַז דעמאָלט איז גרינגער, וואָרום די שוועריקייטן קומען דאָך פון העלמות והסתרים, און בשעת עס לייכט דער אמת הוי' לעולם, פאַלן אָפּ אַלע העלמות והסתרים.